|
דער זון פֿון הערשל פּאָליאַנקער, אַלכּסנדר, באַגריסט דעם עולם |
|
פֿון דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן, דאָס געבוירן־אָרט פֿונעם ייִדישן שרײַבער הערשל פּאָליאַנקער, איז אָנגעקומען אַ באַפֿרידנדיקע ידיעה: די אָרטיקע ייִדישע אַקטיוויסטן, בראָש מיט דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן", אינאַ דרוז און דעם ייִדיש־ליבהאָבער, אָלעג ווישניעוועצקי, האָבן אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל, לכּבֿוד זייער באַקאַנטן לאַנדסמאַן. אַוודאי, וואָלט די אונטערנעמונג נישט געקאָנט צושטאַנד קומען אויף אַזאַ ברייטן אופֿן, ווען נישט די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון אַזעלכע וויכטיקע אָרגאַניזאַציעס, ווי "פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילה אין אוקראַיִנע" און דער "אַל־אוקראַיִנישער ייִדישער קאָנגרעס", בראָש מיט איגאָר קאָלאָמאָיסקי און וואַדים ראַבינאָוויטש.
בעת דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "דער אוצר", האָט דער עולם האַרציק באַגריסט פּאָליאַנקערס זון, אַלכּסנדר, וואָס איז געקומען צו דער פֿײַערונג פֿון קיִעוו מיט זײַנע חבֿרים, די מאָלער וולאַדימיר מעלניטשענקאָ און אירינאַ גאָרשקאָוואַ; צווישן די געסט זײַנען אויך געווען די פֿירער פֿון דער פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן" פּיאָטר און סוועטלאַנאַ ראַשקאָווסקי.
דעם אויפֿמערק האָט באַלד צוגעצויגן די ביכער־אויסשטעלונג, געווידמעט פּאָליאַנקערס שאַפֿונג. זײַן פּאָרטרעט און זײַנע קורצע, שאַרפֿזיניקע אַרויסזאָגונגען אויף ייִדיש און אוקראַיִניש. געעפֿנט האָט דעם פֿעסטיוואַל דער פּרעזידענט פֿון דער רעגיאָנאַלער אַסאָציאַציע פּיאָטר ראַשקאָווסקי. אינאַ דרוז האָט איבערגעלייענט אַ ליד פֿונעם דיכטער אַרקאַדי זאַסלאַווסקי, לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי; די אָרטיקע באַטייליקטע האָבן צוגעגרייט אַ ברייטערע פּראָגראַם, מיט רעפֿעראַטן וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון הערשל פּאָליאַנקער.
דער עיקר אָבער איז געווען, אַז אַלע שיינע רייד און באַגריסונגען האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן מיט לעבעדיקע סצענקעס, אויסגעשפּילט פֿון די אַמאַטאָרישע אַרטיסטן — דערוואַקסענע און קינדער. הערשל פּאָליאַנקערס ווערק זײַנען אײַנגעטונקען אין ייִדישער חכמה און הומאָר, דעריבער האָט קיין געלעכטער בעת דער אונטערנעמונג נישט אויסגעפֿעלט.
ס'איז געווען אַ מחיה צו הערן, ווי קינדער לייענען אויף ייִדיש אייניקע וויצן און אַנעקדאָטן, גענומען פֿון פּאָליאַנקערס לעצט ווערק, דער זאַמלונג פֿון פֿאָלקס־וויצן "דער אוצר". אינאַ דרוז האָט איבערגעלייענט אויף ייִדיש אַלכּסנדר ליזענס ליד "לזכּרון פּאָליאַנקערן". אָלעג ווישניעוועצקי האָט דערציילט וועגן פּאָליאַנקערס גוטע פֿרײַנד — איציק פֿעפֿער, לייב קוויטקאָ, מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי, חיים ביידער, זישע ווײַנפּער — אַלע אָפּשטאַמיקע פֿון אוקראַיִנע.
צום סוף, איז אויפֿגעטראָטן דער זון פֿונעם שרײַבער, אַלכּסנדר פּאָליאַנקער. אין זײַן באַגריסונג האָט ער געזאָגט:
"ווען מײַן טאַטע וואָלט דערלעבט צו זען די הײַנטיקע שׂימחה, וואָלט ער אַוודאי געווען גליקלעך. איר האָט באמת געשאַפֿן אַ גרויסן יום־טובֿ און מיט אַזאַ פּראָגראַם קאָנט איר פֿרײַ אַרומפֿאָרן איבער אוקראַיִנע און שפּילן פֿאַר אַן עולם. פֿאַר מיר איז עס אַ גרויסער כּבֿוד צו זײַן הײַנט מיט אײַך אין דער שטאָט, וווּ מײַן טאַטע איז געבוירן געוואָרן. ער האָט זייער ליב געהאַט סײַ די שטאָט, וואָס איז רײַך מיט ייִדישער געשיכטע, און סײַ אוקראַיִנע.
"צווישן די אוקראַיִנישע שרײַבער פֿלעג מען מײַן טאַטן רופֿן 'אוקראַיִנישער שרײַבער וואָס שרײַבט אויף ייִדיש’. און אַזוי איז עס טאַקע געווען. איך בין געקומען מיט מײַנע פֿרײַנד, וועלכע האָבן מיר געהאָלפֿן אַרויסצולאָזן דעם פּאָליאַנקער־בוך. פֿאַר אַן אָרעם ייִדיש קינד, בפֿרט אין די צאַרישע צײַטן, איז כּמעט אוממעגלעך געווען צו באַקומען אַ נאָרמאַלע בילדונג. און אין אַ געוויסן זין האָט דער פּאַרק אין אומאַן 'סאָפֿיעווקע’ געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. פֿון דאַנען זײַנען אַרויס אַ סך טאַלאַנטירטע ייִדישע שרײַבער, מאָלער, קולטור־טוער. איך פֿלעג אָפֿט קומען אַהער מיט מײַן טאַטן, כאָטש די שטוב פֿון מײַן טאַטנס עלטערן איז שוין נישט געווען. איך וויל אײַך אַלע באַדאַנקען פֿאַר דעם גרויסן פֿאַרגעניגן און פֿאַר דעם געפֿיל, אַז הערשל פּאָליאַנקערס ווערק לייענט מען אין זײַן געבוירן־שטאָט".
newswe.com
נחמן בראַסלאַווער און די אומאַנער חכמים
(אַן אמתע געשיכטע)
פֿון הערשל פּאָליאַנקער
אויב איר מיינט און אויב אײַך דאַכט זיך, אַז די אמתע חכמים האָבן אַמאָל געלעבט, זיך געפּאָרט און געפֿרוכפּערט בלויז אין כעלעם, דאַרף איך אײַך זאָגן, אַז איר לעבט אין אַ גרויסן טעות.
די חכמים זײַנען געווען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט, אין אַ סך, אַ סך מקומות. מע האָט זיי שיטער געזייט און זיי זײַנען געדיכט געוואַקסן, דערבײַ אומעטום פֿאַרשפּרייט זייער טיפֿע חכמה און דערמיט פֿאַרבליבן אויף אייביקע צײַטן אינעם זכּרון פֿון מענטשן און אַרײַן אין דער געשיכטע.
ווי באַלד אַזוי, האָבן ניט די כעלעמער חכמים מיט וואָס זיך איבערנעמען, ווײַל, ווי געזאָגט, זײַנען אויך אין פֿיל אַנדערע שטעט און שטעטלעך, דערפֿער און ייִשובֿים פֿאַראַן ניט ווייניק לויטערע קעפּ, וועלכע קאָנען מאַכן דעם עולם לעבעדיק און פֿריילעך מיט זייערע שפּיצלעך און קונצן...
נעמט, למשל, אונדזער אַלטע היים, אומאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרקליבן אין דער געדיכטעניש פֿונעם פּאָדאָליער קאַנט, אין טיף אוקראַיִנע, וווּ אונדזערע בני־ישׂראל לעבן שוין, קיין עין־הרע, אַ חשבון פֿון העכער טויזנט יאָר, געהאַט אויסצושטיין קאַלטס און וואַרעמס, געפּאָקט און געמאָזלט.
וויפֿל מאָל איז אומאַן אַוועק מיטן פֿײַער און דערנאָך אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים, אויפֿגעשטאַנען פֿונעם אַש, פֿון די רויִנעס, פֿאַנאַנדערגעשפּרייט די פֿליגל און געבליבן לעבן, פֿאַרבליבן אין דער געשיכטע.
אומאַן...
ווען איך דערמאָן זיך אין מײַן אַלטיטשקער היים, טוט אַ טיאָכקע דאָס האַרץ און עס קומט אויפֿן געדאַנק, אַז דאָ, אין עק שטאָט, אויף דער ראַקעווקע, האָט מיט אַ צוויי הונדערט יאָר צוריק געלעבט און דאָ געפֿונען זײַן אייביקע רו דער וועלט־באַרימטער צדיק, דער דענקער און דיכטער, דעם בעל־שעם־טובֿס (בעש"ט) אוראייניקל, זײַן נאָכפֿאָלגער און ליבלינג, רב נחמן בראַסלאַווער.
|
הערשל פּאָליאַנקער בײַ זײַן שרײַב־טיש אין קיִעוו |
|
בײַ זײַן לעבן און נאָכן טויט האָט ער געהאַט און האָט אָן אַ שיעור נאָכפֿאָלגער, חסידים אין דער גאָרער וועלט. זיי פֿאַרגעסן אים ניט ביזן הײַנטיקן טאָג און די סטעזשקע צו זײַן הייליקן קבֿר ווערט קיין מאָל ניט פֿאַרוואַקסן מיט גראָז.
אַלע יאָר, צו די גרויסע יום־טובֿים — ראָש־השנה און יום־כּיפּור — עס מעג דונערן און בליצן, קומען זיי אַהער, די חסידים, קיין אומאַן צו זייער אומשטערבלעכן צדיק, צו זײַן ליכטיקן קבֿר, כּדי זיך פֿאַרנייגן פֿאַר אים, אויסדריקן זייער באַגײַסטערונג און ליבע, אָפּהאַלטן אַ תּפֿילה, אויסבעטן א גוט יאָר...
פֿון אַלע עקן וועלט פֿלעגן זיי פֿליִען אַהער, פֿאָרן מיט די צוגן, גיין צו פֿוס הונדערטער מײַל, איבערלעבן אומגעהײַערע שוועריקייטן, צרות און געפֿאַרן, נאָר זיך דערקלײַבן קיין אומאַן, צום רבין, און דאָס איז געווען די זאַך פֿון זייער לעבן, פֿון זייער געוויסן.
וויפֿל איז זיי אויסגעקומען אין וועג לײַדן, אַרײַנפֿאַלן אין גרויסע סכּנות, ריזיקירן אָפֿט מיטן לעבן, נאָר קיין זאַך האָט זיי ניט אָפּגעשטעלט.
האָבן די חסידים פֿון אויסלאַנד ניט באַקומען קיין וויזעס אַהער, האָבן זיי זיך געהיים דורכגעשמוגלט דורך דער גרענעץ, זיי זײַנען געגאַנגען אונטערן פֿײַער פֿון די גרענעץ־לײַט. ניט ווייניק פֿון די מענטשן זײַנען אומגעקומען, אַנדערע — פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, נאָר קיין זאַך האָט זיי ניט אָפּגעשראָקן. מע איז געגאַן אויף קידוש־השם.
אַפֿילו בעת דער מלחמה, ווען די ערד האָט דאָ געברענט, ווען אויף יעדער שריט און טריט האָט געלויערט דער טויט, האָבן די חסידים געאײַלט אַהער. ווייניק ווער פֿון זיי האָט דערגרייכט זײַן ציל, אַנדערע זײַנען דערשאָסן געוואָרן, ניט ווייניק זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די פֿאַשיסטישע רוצחים, אַרײַנגעשלײַדערט געוואָרן אין די היטלערישע טויטלאַגערן און דאָרטן פֿאַרברענט געוואָרן אין די קרעמאַטאָריעס, דערשטיקט אין די גאַזקאַמערן.
מע איז געגאַנגען אויף קידוש־השם.
ביז הײַנט זע איך אים, דעם הויכן גרינעם באַרג, וואָס דערגרייכט שיִער ניט ביזן הימל און וואָס לויפֿט אַראָפּ צו דער ראַקעווקע, צו אירע קרומע, אָנגעהויקערטע געסעלעך און טופּיקעס, וווּ עס האָבן זיך צונויפֿגעשטויסן, ווי אַן איבערגעשראָקענע טשערעדע שאָף, איינס צום צווייטן הילצערנע שטיבלעך, ליימענע כאַלופּעס, אײַנגעהויקערטע הײַזקעס, גרויס ווי אַ גענעץ. איז אָט אין דער ענגשאַפֿט האָט געלעבט דאָס ביסל ייִדישע אָרעמקייט פֿונעם שטעטל.
דער מוראדיק־גרויסער באַרג איז געהאַנגען איבער דער ראַקעווקע, ווי אַ סטראַשידלע. און דאָרטן, אויפֿן באַרג־שיפּוע, איז געלעגן דער אוראַלטער ייִדישער בית־עולם מיט זײַנע אײַנגעפֿאַלענע און אײַנגעזונקענע אין דער ערד מצבֿות, פֿאַרוואַקסענע מיט בלאַסן און גרינלעכן מאָך; מצבֿות, פֿון וועלכע די צײַט, די ווינטן און רעגנס האָבן שוין לאַנג אָפּגעמעקט די אָנשריפֿטן; מצבֿות, אין גאַנצן אײַנגעזונקען געוואָרן אין דער ערד, פֿון אויבן זײַנען איבערגעבליבן אָן אַ שיעור קבֿרים־בערגלעך, פֿאַרוואַקסענע מיט ווילדגראָזן און דערנער.
ווער ווייסט, וויפֿל דער בית־עולם איז אַלט און וויפֿל דורות אומאַנער מענטשן האָבן געפֿונען זייער אייביקע רו אין דער אַרומיקער גרינער פֿאַרפּלאָנטערניש?!
פֿאַרגעסענע, פֿאַרלאָזטע קבֿרים, מצבֿות, גרינע בערגלעך. זעלטן ווער עס קומט שוין צו זיי זיך פֿאַרנייגן, אַוועקלייגן בלומען, זיך אויסוויינען, אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ.
אָבער העט־העט, אויפֿן שפּיץ באַרג איז געשטאַנען אַ קליין היילשטיבל, און דאָרטן, אינעווייניק, שוין אַ חשבון פֿון קנאַפּע צוויי הונדערט יאָר האָט אומאויפֿהערלעך געברענט אַ פֿײַערל, אַ ליכט, וואָס איז קיין מאָל ניט פֿאַרלאָשן געוואָרן און האָט געוואָרפֿן אַ העלע שײַן איבערן גאַנצן אַרום.
דאָס איז געווען דאָס היילשטיבל, דער הייליקער קבֿר פֿונעם צדיק נחמן בראַסלאַווער. שטענדיק, טאָג און נאַכט זײַנען אין דעם שטיבל, בײַם פֿײַערל געזעסן און האָבן געדאַוונט אין זייערע טליתים און יאַרמלקעס זײַנע חסידים. מע האָט אים אויף קיין רגע ניט פֿאַרלאָזט, דעם גאָון.
צו דעם היילשטיבל האָבן געפֿירט אָנצאָליקע געדרייטע סטעזשקעס. צו דעם הייליקן אָרט זײַנען אָן אָפּשטעל געגאַנגען מענטשן פֿון דער גאַנצער אומגעגנט, מע איז געפֿאָרן און געפֿלויגן אַהער פֿון אַלע עקן וועלט, כּדי זיך פֿאַרנייגן פֿאַר דעם צדיק. די דאָזיקע סטעזשקעס זײַנען קיין מאָל ניט פֿאַרוואַקסן געוואָרן מיט גראָז, ניט פֿאַרשאָטן געווען מיט שניי.
אָן אַ שיעור מענטשן פֿלעגן קומען אַהער און ברענגען קוויטלעך, לעכצנדיק, דער צדיק זאָל אויסבעטן פֿאַר זיי בײַם אייבערשטן אַ גוט יאָר, ברענגען פֿאַר חולאָים אַ גוטע רפֿואה, אויפֿשטעלן קראַנקע אויף די פֿיס. דער קבֿר איז שטענדיק געווען באַדעקט מיט קוויטלעך.
מענטשן זײַנען געגאַן אַהער זיך אויסצייכענען מיטן בראַסלאַווער גאָון, זיך אויסריידן דאָס ביטערע האַרץ.
און דאָס פֿײַערל האָט געברענט, און קיין מאָל ניט אויסגעלאָשן געוואָרן. און מיר, קליינע, פֿאַרשײַטע חבֿרה־לײַט, גייענדיק אַהיים פֿונעם חדר, שפּעטער — פֿון דער שול, פֿלעגן אויך ניט פֿאַרבײַגיין דעם צדיקס שטיבל. מיט וואָס זײַנען מיר געווען ערגער? מיר פֿלעגן זיך וועטן, ווער וועט זיך גיכער אויפֿהייבן אויף דעם הויכן באַרג, ווער וועט דער ערשטער זיך אַרויפֿדראַפּען אויף די קרוטשעס.
מיט טומל און רעש, פֿאַרפּאַליעטע און פֿאַרשוויצטע, האָבן מיר זיך געטראָגן צום שטיבל, נאָר דערנענטערנדיק זיך צו דעם, דערזען דעם באַרג אָנגעוואָרפֿענע קוויטלעך, די חסידים, וועלכע דאַווענען אויף אַ קול מיט אויסערגעוויינטלעכע העוויות, פֿלעגן מיר פֿאַרשטיינערט ווערן, מיט אָפּשײַ און אינערלעכן האַרץ־צאַפּל קוקן אויף די מתפּללים, וועלכע האָבן, זעט אויס, אין דער מינוט גערעדט מיט גאָט אַליין.
וואָס גיכער עס איז צוגעפֿאַלן די נאַכט, אַלץ שטאַרקער האָט געשײַנט דאָס פֿײַערל אין שטיבל, אַלץ הילכיקער האָט געקלונגען די תּפֿילה און עס האָט זיך אויסגעוויזן, אַז יעדעס וואָרט פֿון דער תּפֿילה דערגייט העט הינטן צווישן די געסעלעך און טופּיקעס פֿון דער ראַקעווקע.
און מיר, איבערגעשראָקענע, מיט פֿאַרטײַעטן אָטעם, זײַנען צוגעזאָטן געוואָרן צו די ערטער און באַטראַכט דעם הייליקן אַרום.
פֿון דאַנען זײַנען מיר אָפּגעגאַן שטילערהייט, אויף די שפּיץ פֿינגער, מורא האָבנדיק צעשטערן די אידיליע.
אָבער פֿון דאַנען זײַנען מיר נאָך אַהיים ניט געגאַנגען. ניט געאײַלט פֿאַרלאָזט דאָס הייליקע אָרט, כאָטש געוווּסט, אַז אין דער היים וואַרט מען שוין לאַנג אויף אונדז און מיר וועלן אַרײַנכאַפּן אַ גוטן פּסק פֿונעם טאַטן, פֿון דער מאַמען. פֿון דאַנען פֿלעגן מיר זיך אַראָפּלאָזן צום האָרבאַטן געסל, צו דער קרוטשע, אַהין, וווּ עס איז געשטאַנען נחמן בראַסלאַווערס בית־מדרש, די בראַסלאַווער קלויז. דאָרטן האָבן שוין העל געשײַנט די לעמפּ אין די גרויסע פֿענצטער. דאָרטן איז שוין געווען רוישיק, פֿול מיט מענטשן. די בראַסלאַווער קלויז איז געווען אין גאַנצן ניט ענלעך אויף דער שוסטערשער, שנײַדערשער, קאָמערטשעסקער שילן. דאָ, בײַ די בראַסלאַווער, איז תּמיד געווען רוישיק, טומלדיק און פֿריילעך, גלײַך ווי אויף דער וועלט וואָלט שוין געווען אַ גן־עדן און מע קאָן זיך שוין פֿרייען. אונדזערע ייִנגלעך האָבן זיך דאָ אויך געפֿילט, ווי אין אַ גן־עדן. קיינער האָט אונדז ניט פֿאַרווערט אַרומלויפֿן, טומלען, שפּרינגען, לאַכן, טאַנצן, זיך שטשיפּען. באַזונדערס האָבן מיר ליב געהאַט קומען אַהער שׂימחת־תּורה. די ווענט און די סטעליע האָבן זיך געהויבן פֿון טומל, טענץ און געזאַנגען. מיט די ספֿר־תּורות אויף די הענט, אונטערטאַנצנדיק פֿון פֿרייד, זײַנען די בראַסלאַווער אַרומגעגאַן אַרום די בענק און טישן. אין קאָן האָט מען אַרײַנגעצויגן אַלעמען, ווער עס איז אַהער אַרײַנגעקומען. אונדז, פֿאַרשײַטע ייִנגלעך, האָט מען אויך ניט פֿאַרגעסן, געגעבן טראָגן די הייליקייטן, זיך דרייען אין ענגן קרײַז. די בראַסלאַווער האָבן אונדז ניט אויפֿגעהערט אונטערמונטערן, אַפֿילו מכבד געווען פֿונעם גרויסן בעכער מיט מחיהדיק זיסן ווײַן.
וואָס האָט געקאָנט זײַן בעסער פֿון דעם יום־טובֿ, ווען אַלץ אַרום האָט געזונגען, גערוישט, זיך געפֿרייט; וווּ האָט געקאָנט זײַן וואַרעמער אויף דער נשמה, ווי אין דער אָרעמער, באַשיידענער, געמיטלעכער בראַסלאַווער שיל בײַ דעם גרויסן יום־טובֿ?!
ביז שפּעט אין דער נאַכט פֿלעגט שײַנען מיט אַלע אירע פֿענצטער די בראַסלאַווער שיל, וווּ עס האָבן געהערשט פֿרייד, זמירות, טענץ און דער רעש האָט זיך צעטראָגן איבער די אַרומיקע קרומע געסלעך, דערגאַן ביז דעם הויכן באַרג, וווּ עס איז געשטאַנען דאָס באַרימטע היילשטיבל — דעם בראַסלאַווערס קבֿר, וווּ עס האָט געשײַנט דאָס אייביקע פֿײַערל...
נײַע צײַטן האָבן זיך אָנגערוקט, און די נײַע לערער האָבן אונדז דערציילט, אַז רעליגיע איז "סם פֿאַרן פֿאָלק", קיין גאָט איז נישטאָ אויף דער וועלט און מיר טאָרן ניט גלייבן אין אים; ניט גיין אין שיל, ניט באַזוכן דאָס היילשטיבל... דאָס איז אונדז שטרענג פֿאַרבאָטן.
דערווײַל האָבן די היגע נאַטשאַלניקעס צוגעשלאָסן די שולן, דעם קאָסטיאָל, די פּראַוואָסלאַוונע קלויסטערס... כאָטש דער עולם האָט אויפֿגעהויבן אַ מוראדיקן גוואַלד, נאָר עס האָט גאָרנישט ניט געהאָלפֿן. אויב עס גייט אַ רייד וועגן סם, און דאָס האָט געשריבן לענין, אין וועלכן אַ סך זײַנען געווען פֿאַרליבט, איז דאָך ניט שייך.
און מיר, ייִנגלעך, האָבן פֿאַרגעסן דעם וועג צום הויכן באַרג, צו דער בראַסלאַווער שיל. נאָר די חסידים האָבן געטאָן זייערס. מע האָט, ווי שטענדיק, געטאָגט און גענעכטיקט אין יענעם היילשטיבל, דאָס פֿײַערל איז ניט אויסגעלאָשן געוואָרן אויף קיין רגע. פֿון אַלע עקן וועלט איז מען אַלץ אַהער געגאַנגען, געפֿאָרן פֿון אַלע זײַטן. ווען מע האָט צוגעשלאָסן די בראַסלאַווער שיל, זײַנען די חסידים געגאַנגען צום הייליקן קבֿר און דאָרטן געבראַכט זייער תּפֿילה צום אייבערשטן און זייער ליבשאַפֿט צום צדיק.
דאָס שטיבל אויפֿן אוראַלטן ייִדישן בית־עולם איז געשטאַנען אויפֿן באַרג, ווי אַן עכטע פֿעסטונג, וואָס האָט זיך קיינעם ניט אונטערגעגעבן.
דאָס אייביקע פֿײַערל אינעם היילשטיבל האָט פֿאָרגעזעצט שײַנען, רופֿן צו זיך פֿונעם גאַנצן אַרום און, דאַכט זיך, פֿון דער גאַנצער וועלט.
אַזוי איז געווען ביז יענער צײַט, ווען אויפֿן לאַנד זײַנען אָנגעפֿאַלן די היטלערישע תּלינים און פֿאַרוואַנדלט אין רויִנעס, פֿאַרגאָסן מיט בלוט אַלע שטעט און שטעטלעך, וווּ זייער פֿוס האָט באַטראָטן.
זיי האָבן זיך אַרײַנגעריסן צו אונדז קיין אומאַן, אויסגעגלײַכט דאָס שטעטל מיט דער ערד, אויסגעשאָסן קינד־און־קייט דאָרטן, אין דער ווײַטער פֿאָרשטאָט, אינעם "טרוקענעם יאַר". בלויז געציילטע ייִדן האָבן זיך דורך אַ נס געראַטעוועט.
די לעבן־געבליבענע חסידים האָבן באַלאַגערט דאָס היילשטיבל, געפּרוּווט עס ראַטעווען פֿון די צעבושעוועטע הענקער, נאָר דאָ, בײַם הייליקן קבֿר, זײַנען זיי אומגעקומען. און דאָס פֿײַערל איז אויסגעלאָשן געוואָרן, דאָס שטיבל צעוואַלגערט, צעטאָפּטשעט, אויסגעגלײַכט געוואָרן מיט דער ערד. קנאַפּע צוויי הונדערט יאָר איז דאָס געשטאַנען און קיין זאַך האָט עס ניט געקאָנט אָפּמעקן, פֿאַרניכטן. און דאָ...
די דײַטשישע הענקער האָבן אַרויסגעריסן פֿון דעם אַלטן בית־עולם די מצבֿות, אַרויסגעפֿירט אויפֿן שליאַך, כּדי פֿאַרריכטן די וועגן, בויען דאָרטן אַ פֿאַרפֿעסטיקונגס־ליניע, און די קבֿרים אויסגעגלײַכט מיט דער ערד. דאָרטן, וווּ עס איז געווען דער בית־עולם, אויפֿן אומענדלעכן באַרג־שיפּוע, האָבן זיך באַוויזן כאַטעס, הײַזקעס, שטאַלן, גערטנער; עס האָבן זיך דאָ באַזעצט פּויערים, אַרויסגעטריבענע פֿון די אַרומיקע פֿאַרברענטע דערפֿער. דאָ האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַנדער, פֿרעמד לעבן, און עס איז ניט געווען, ווער עס זאָל זיך דערמאָנען, אַז דאָ איז געווען אַ הייליק אָרט, אַ היילשטיבל, אַ פֿײַערל, וואָס האָט אַזוי פֿיל יאָרן געשײַנט.
דער מבול האָט זיך געענדיקט, נאָר דאָס שטעטל איז נאָך לאַנג געלעגן אין רויִנעס, ניט געקאָנט קומען צו זיך. עס האָבן זיך אַהער אומגעקערט די על־פּי נס געראַטעוועטע מענטשן — אַ ביסל פֿון יענע, וואָס האָבן באַוויזן אַרויסצורײַסן זיך פֿונעם פֿײַער אין אָנהייב מלחמה; עטלעכע סאָלדאַטן־קאַליקעס, פֿון די האָספּיטאַלן — מע איז געקומען צו די רויִנעס, צום אַש פֿון זייערע נעסטן, זיך געמאַטערט, ווי אויפֿן טויט, ניט וויסנדיק, פֿאַר וואָס זיך פֿריִער נעמען, צו וואָס צולייגן די הענט. קיינער האָט ניט פֿאַרשטאַנען, פֿון וואַנען זײַנען אַהער אַראָפּגעקומען אייניקע בראַסלאַווער חסידים. זיי האָבן נאָך ניט באַוויזן פֿאַר זיך צו געפֿינען קיין שטיקל וווינונג, ווי זיי האָבן זיך אויפֿגעהויבן אויפֿן באַרג, צום בית־עולם און דערשטוינט געוואָרן, דערזעענדיק, וואָס עס איז געוואָרן מיטן אָרט, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דאָס היילשטיבל, דער הייליקער קבֿר פֿון זייער רבין.
זיי האָבן אויסגעפֿונען אַ ווײַסן שטיין, אַוועקגעלייגט אויף דעם אָרט, וווּ עס איז געווען דער קבֿר, אָנגעשריבן, ריכטיקער, אויסגעהאַקט נחמן בראַסלאַווערס נאָמען, פֿון גלאָז און אײַזן געמאַכט אַ קליין שאַפֿקעלע, אָנגעצונדן אינעווייניק אַ פֿײַערל, אַוועקגעשטעלט בײַנאַנד אַ באַנק און זיך געשטעלט דאַווענען.
צו ביסלעך האָבן ווידער אָנגעהויבן קומען אַהער מענטשן, דורך אַ נס לעבן־געבליבענע נאָך דער שרעקלעכער מלחמה, ברענגען אַהער קוויטלעך מיט בקשות צום צדיק, ווי אין יענע פֿריִערדיקע צײַטן.
ווער פֿונעם עולם ווייסט עס ניט, אַז גליק גייט בײַנאַנד מיט אומגליק, טרויער מיט פֿרייד, חכמה מיט נאַרישקייט, חכמים מיט נאַראָנים.
אַזוי גייט עס, דאַכט זיך, פֿון משה רבנוס צײַט, און דאָ קאָן מען גאָרניט ענדערן.
און צוליב וואָס ענדערן?
עס וואָלט דאָך געווען סקוטשנע צו לעבן אויף דער זינדיקער ערד.
איז, מעגלעך, טאַקע ניט כּדאַי גאָרנישט ניט ענדערן? ווײַל יעדע זאַך האָט זיך איר געזעצמעסיקייט און — טשעפּע ניט! זאָל אַזוי זײַן!
עס איז אַוועק אַ לענגערע שטיק צײַט, דאָס לעבן האָט זיך נאָך דעם שרעקלעכן מבול, וואָס האָט זיך דורכגעטראָגן איבער דער ערד, גענומען אַרײַנגיין אין אירע ברעגן. אומעטום האָט מען גענומען פֿאַרהיילן די שווערע מלחמה־וווּנדן, יעדערער אויף זײַן אופֿן האָט גענומען באַטראַכטן, ווי ער האַלט אין חשבון.
די בראַסלאַווער חסידים פֿון אייניקע לענדער האָבן זיך געווענדט צו גאָלדע מאיר, צו דעם געזאַנדטן פֿון מדינת־ישׂראל אין מאָסקווע, מיט אַ בקשה, אפֿשר וועט זי זיך דערוויסן, אין וואָס פֿאַר אַ צושטאַנד געפֿינט זיך אין אומאַן דער קבֿר פֿון נחמן בראַסלאַווער און צי איז מעגלעך אים באַזוכן, ווי עס איז געווען אַלע יאָרן, פֿאַר דער מלחמה?..
אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן איז אַהער אָנגעקומען די אָנפֿראַגע. נאָר צום אַלעם ערשטן איז די אָנפֿראַגע אָנגעקומען קיין קיִעוו. פֿון דאָרטן האָט מען זי גלײַך אַהער איבערגעשיקט קיין אומאַן, ווײַל ווער זשע קען בעסער וויסן, ווער עס איז נחמן בראַסלאַווער און וואָס איז דאָס פֿאַר אַ קבֿר?
אַזאַ אומגעוויינטלעך פּאַפּיר האָט אַרויסגערופֿן אַ מוראדיקע פּאַניק בײַ די אומאַנער נאַטשאַלניקעס.
דער פֿאָרזיצער פֿון ראַט, זעט אויס, אַ גרויסער חכם, אַ קאָפּמענטש, האָט דעם בריוו לאַנג געלייענט און טיף זיך אײַנגעטראַכט: וואָס דאַרף דאָס באַטײַטן? צי שטעקט דאָ ניט עפּעס אַ שפּיצל? צי גראָבט מען זיך ניט אונטער זײַן, דעם פֿאָרזיצערס, בענקל? ווי באַלד אַזוי, טאָר מען זיך ניט אײַלן און דעם ענין באַטראַכטן פֿון אַלע זײַטן. מע זאָל, חלילה, ניט אַרײַנפֿאַלן אין קיין כאַלעפּע.
אין אַ שטיקל צײַט אַרום האָט דער פֿאָרזיצער פֿון ראַט צונויפֿגערופֿן זײַנע געהילפֿן און מע האָט זיך געזעצט טראַכטן. מיינונגען זײַנען אַרויסגעזאָגט געוואָרן די סאַמע אומדערוואַרטע און לעפּישע. ווײַל וויפֿל מענטשן, אַזוי פֿיל געדאַנקען, מיינונגען, רעיונות. אויב דאָס ווענדט זיך אין גאָלדע מאיר, הייסט עס, אַז די זאַך האָט צו טאָן מיט דיפּלאָמאַטיע, אויב עס גייט אַ רייד וועגן אַ צדיק, דאָס איז שוין גאָר עפּעס אַנדערש, דאָס האָט, זעט אויס, צו טאָן מיט רעליגיע. און וואָס איז אַזוינס רעליגיע? לענין האָט געלערנט, אַז רעליגיע דאָס איז סם פֿאַרן פֿאָלק, מע וויל אָפּסמען די געדאַנקען בײַ מענטשן.
דאַרף מען, אַ פּנים, ניט ספּעשען, ניט כאַפּן מיטן ענטפֿער, נאָר ציִען די צײַט. די צײַט, ווי באַוווּסט, איז דער בעסטער דאָקטער. מע וועט זיך מאַכן ניט וויסנדיק. גאָלדע און אירע מענטשן וועלן מיט דער צײַט פֿאַרגעסן, אַז זיי האָבן געמאַכט אַזאַ אָנפֿראַגע. מעגלעך, אַז זיי וועלן דאָרט אַליין פֿאַרשטיין, אַז דאָס איז ניט איר און זייער באָבעס דאגה, זיי האָבן ניט קיין רעכט זיך אַרײַנמישן אין אונדזערע אינערלעכע ענינים און זאָלן זיי זיך אָפּטשעפּען פֿון אונדז און ניט דולן אַ ספּאָדעק.
האָט מען דאָ אָנגענומען אַ מויל מיט וואַסער און געשוויגן. ניט געענטפֿערט.
לאָזט זיך אויס, אַז דאָרטן, אין ישׂראל, האָט מען ניט פֿאַרגעסן, און אין אַ שטיקל צײַט אַרום ווידער אָנגעשריבן, דערמאָנט, אַז אַזוי און אַזוי. מענטשן אינטערעסירן זיך, וואָס איז מיט נחמן בראַסלאַווער קבֿר, מיטן היילשטיבל, צי קאָן מען שוין קומען אויף קבֿר־אָבֿות צום באַרימטן צדיק? פֿאַרוואָס שיקט מען ניט קיין ענטפֿער?
דאָ האָט זיך דער פֿאָרזיצער פֿון ראַט געכאַפּט, אַז דערמיט טאָר מען ניט שפּאַסן. עס שטעקט מיט אַ דיפּלאָמאַטישן סקאַנדאַל. מע קאָן באַרימט ווערן אויף דער גאַנצער וועלט און באַקומען אַ מיאוס פּנים...
האָבן די אומאַנער חכמים זיך ווידער צונויפֿגענומען און אויף ס’נײַ אָנגעהויבן באַקלערן די זאַך.
מע האָט זיך געבראָכן די קעפּ אַ טאָג מיט אַ נאַכט און ווידער אַ טאָג מיט אַ נאַכט און ווער ווייסט, וויפֿל עס וואָלט נאָך אויסגעקומען זיצן אַזוי און טראַכטן, ווען ניט דער פֿאָרזיצער פֿון ראַט, וואָס איז געפֿאַלן אויף אַ געדאַנק, וואָס מע דאַרף ענטפֿערן.
און דעם צווייטן טאָג איז אַוועקגעשיקט געוואָרן אַ קלאָרער ענטפֿער, וווּ שוואַרץ אויף ווײַס איז געווען אָנגעשריבן בזה־הלשון, אַז מע האָט דאָ אויפֿמערקזאַם דורכגעקוקט אַלע אַדרעס־ביכער און אַזאַ בירגער, אויף וועלכן מע האָט זיך אָנגעפֿרעגט, האָט מען ניט געפֿונען. אויב אַזאַ בירגער האָט אין אומאַן ניט געוווינט, קאָן ניט גיין קיין רייד וועגן זײַן קבֿר...
קיינער, פֿאַרשטייט זיך, וועט אײַך ניט זאָגן, ווי האָט אויסגעזען גאָלדע מאירס פּנים אין יענער מינוט, ווען זי איז געזעסן און האָט געלייענט דעם ענטפֿער פֿון די אומאַנער חכמים אויף איר בריוו. אָבער איין זאַך איז קלאָר, זי האָט זיך, זעט אויס, דערמאָנט, ווי אין די יוגנט־יאָרן פֿלעגט זי אָפֿטלעך אַראָפּקומען קיין אומאַן און לאַנגע שעהען שפּאַצירן איבער דעם באַרימטן, דעם וועלט־באַרימטן פּאַרק סאָפֿיִעווקע, אין וועלכן זי איז געווען פֿאַרליבט און וווּ זי איז איין מאָל געשטאַנען מיט אַ פֿאַרנייגטן קאָפּ פֿאַר נחמן בראַסלאַווערס קבֿר און קוקן, ווי עס ברענט דאָס ליכט און ווי די בראַסלאַווער חסידים דאַווענען, ווי דער פּראָסטער ייִדישער עולם לייגט אויף דעם קבֿר קוויטלעך מיט בקשות וועגן הילף...
און איצט, אין אַ סך יאָרן אַרום, זיצנדיק אין איר קאַבינעט, אַ געזאַנדטער, אַן אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון אַ מלוכה, לייענט זי מיט אַ ביטערן שמייכל אויפֿן פּנים אַ לעפּישן ענטפֿער פֿון די אומאַנער קאָפּמענטשן, חכמים, אַז דאָ האָט אַזאַ בירגער קיין מאָל ניט געלעבט. און פֿון קיין שום קבֿר איז דאָ ניט באַוווּסט...
אונדז האָט זיך געדאַכט, אַז נאָך אַזאַ געשיכטע, וועט שוין קיינער קיין אומאַן, צו די גרויסע חכמים, ניט שיקן קיין בריוו מיט קיין אָנפֿראַגעס און קיינער וועט מיט זיי ניט וועלן האָבן צו טאָן. לאָזט זיך אויס, אַז מיר זײַנען געווען ניט גערעכט. מיר האָבן געלעבט אין טעות.
אין אַ שטיקל צײַט אַרום, טאַקע אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה, איז זיך דאָ פֿאַרלאָפֿן אַ שפּאָגל נײַע געשיכטע, וואָס האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם און אַרויסגערופֿן נאָך אַ שטאַרקערן געלעכטער.
פֿון פֿאַרשיידענע עקן לאַנד האָט זיך אַהער אומגעקערט אַ קליין הײַפֿל ייִדן, וועלכע זײַנען דורך אַ נס לעבן געבליבן, עוואַקויִרנדיק זיך אין הינטערלאַנד אין אָנהייב מלחמה.
עטלעכע צענדליק טויזנט ייִדן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן דאָ אין די הענט פֿון די דײַטשישע רוצחים, זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן אין טראַגיש באַרימטן "טרוקענעם יאַר" ניט ווײַט פֿון די ציגעלניעס אין די גריבער, אַ סך האָבן זיך ניט אומגעקערט פֿונעם פֿראָנט און געציילטע האָבן זיך ווידער באַזעצט אין דער אוראַלטער היים, אויף די רויִנעס און אין די אַלטע נעסטן.
די שטאָט האָט שוין אין גאַנצן אָנגעוווירן איר פּנים און גיכער ענלעך געווען אויף אַ דאָרף. אַנשטאָט הײַזער — וועלדער פֿון בוריאַן און ווילדגראָזן. נאָר מענטשן בלײַבן מענטשן און האָבן אויף ס’נײַ אָנגעהויבן בויען, אַרבעטן, לעבן.
עס האָבן זיך אַהער אומגעקערט עטלעכע בראַסלאַווער חסידים און זײַנען גלײַך אַוועקגעגאַנגען אויפֿן אוראַלטן ייִדישן בית־עולם, אָפּגעזוכט דאָס אָרט, וווּ עס איז געווען דעם בראַסלאַווערס קבֿר, צונויפֿגעטראָגן אַהער אַ ביסל שטיינער, אָנגעצונדן ליכט און מענטשן האָבן אויף ס’נײַ אָנגעהויבן קומען אַהער, אַרויפֿלייגן קוויטלעך...
אין אַ צווייטן עק ראַקעווקע האָט מען אויסגעזוכט אַ שטיבל, דאָס הייסט, אַ צערויִנירטע נחלה, ווי ניט איז דאָס פֿאַרריכט און עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ שטיקל קלויז, געקומען אַהער דאַווענען. נאָר אַזוי ווי עס זײַנען קיין סך גלייביקע ניט געווען, האָט מען ניט געקאָנט צונויפֿנעמען קיין צוואַנציק פּאַרשוין, די נאַטשאַלניקעס פֿונעם ראַט זאָלן פֿאַררעגיסטרירן אָפֿיציעל די שיל. מע האָט קוים צונויפֿגערופֿן אַ מנין און געדאַוונט, געפּראַוועט יום־טובֿים, פֿאַרדאגהט דערמאָנט יענע ווײַטע צײַטן, ווען די היגע שילן זײַנען געווען איבערפֿולט מיט עולם, עס האָט זיך גערוישט און געטומלט...
אַוועק די אַלטע, גוטע צײַטן. מע איז, נעבעך, געבליבן בײַ אַ מנין, און דאַנקען גאָט. מע זאָגט, אַז מע טאָר ניט זינדיקן... דאַנקען גאָט דערפֿאַר.
צווישן די רויִנעס האָט מען אויסגעגראָבן אַ ביסל האַלב־פֿאַרברענטע ספֿרים, עטלעכע מחזורים, סידורים, זיי געבראַכט אין אָרדענונג און געדאַנקט דעם אייבערשטן פֿאַר דעם.
אמת, קיין ספֿר־תּורה האָט מען ניט געקאָנט געפֿינען. אַלע האָבן די רוצחים פֿאַרניכט, פֿאַרברענט, צעטאָפּטשעט, עס זאָל קיין זכר פֿון ייִדישקייט ניט בלײַבן.
האָבן די מענטשן שטאַרק איבערגעלעבט, ווײַל ווי קאָן מען לעבן אָן אַ ספֿר־תּורה?
אָט דערנענטערט זיך דער גרויסער יום־טובֿ שׂימחת־תּורה. און וואָס?
עמעצער פֿונעם עולם האָט באַטראַכט, אַז עס איז דאָ אַן אויסוועג.
מע וועט אָנשרײַבן קיין אויסלאַנד, צו די ייִדן, געוויס וועט זיך דאָרטן געפֿינען אַ גוטע נשמה און צושיקן אַ ספֿר־תּורה.
גערעדט און געטאָן!
אין אַ קורץ שטיקל צײַט אַרום איז בשלום אָנגעקומען אַהער אַן אַקוראַט אײַנגעפּאַקעוועטע ספֿר־תּורה. מיט דער פּאָסט. און דער עולם האָט זיך דערפֿרייט, גלײַך, ווי משיח וואָלט אַהער געקומען.
דער שיינער געשאַנק, די גרויסאַרטיקע מתּנה איז שוין געלעגן אויף דער פּאָסט, זי איז בשלום דערגאַנגען, און די מתפּללים פֿון אומאַן האָבן אָנגעהויבן טראַכטן, ווי אַזוי באַקומט מען דעם געשאַנק, די גרויסאַרטיקע מתּנה?
אָבער ניט בלויז זיי האָבן געטראַכט. נאָך מער האָבן געטראַכט די אומאַנער פּאָסטמײַסטערס.
מע איז אַוועקגעלאָפֿן צו די העכערע באַלעבאַטים אין ראַיקאָם און אין אָרטיקן ראַט, צו די גרויסע חכמים און דערציילט, מיט פּחד אין די אויגן, אַז מע האָט פֿון אויסלאַנד באַקומען אַ סאָליד פּעקל. אַן אומגעוויינטלעך פּעקל. דאָרטן זײַנען אויסגענייט אויפֿן סאַמעטענעם העמדעלע אַ גרויסער מגן־דוד און ייִדישע אותיות. ניט אַנדערש, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט פּראָפּאַגאַנדע, מיט רעליגיע. און וואָס איז רעליגיע — סם פֿאַרן פֿאָלק.
לאַנג זײַנען אַלע געזעסן, ווי פֿאַרגליווערטע, כאָטש מעלק זיי אויס. מע האָט לאַנג געטראַכט, וואָס דאַרף מען טאָן?
ווער איז דער אַדרעסאַט, וואָס דאַרף עס באַקומען?
דער היגער אַפּטייקער האָט קוים איבערגעלייענט, אַז דער אַדרעסאַט איז די היגע ייִדישע געמיינדע, פֿאַר די רעליגיעזע ייִדן... אמת, דער קאָנקרעטער מענטש, ווער דאַרף באַקומען די מתּנה, איז ניט אָנגעוויזן.
האָבן זיך די היגע חכמים דערפֿרייט, איז דאָך גוט! דאַרף מען מעלדן, אַז קיין שום פּעקל האָט די פּאָסט ניט באַקומען, זיך מאַכן ניט וויסנדיק. און אויס.
— דאָס טויג אויף כּפּרות! — האָט זיך אָנגערופֿן די פּאָסט, — מע האָט עס צוגעשיקט מיט ספּעציעלער פּאָסט, טײַער באַצאָלט פּאָסטגעלט. עס איז אַפֿילו פֿאַרשריבן אין אַ גראָבן בוך...
האָבן זיך ווידער פֿאַרטראַכט די היגע חכמים. וואָס טוט מען?
מע דאַרף אַרויסרופֿן די היגע מתפּללים און זאָגן, אַז זיי דאַרפֿן זיך אָפּזאָגן פֿון דעם פּעקל. זיי דאַרפֿן דאָס ניט און ווילן דאָס ניט.
אָבער יענע האָבן זיך אײַנגעעקשנט און געזאָגט, אַז זיי דאַרפֿן דאָס יאָ. זיי וואַרטן אויף דעם שוין לאַנג!
די צײַט האָט זיך געצויגן משוגענערווײַז לאַנג. אַלע מאָל האָט מען אָפּגעלייגט דעם ענין. דער פּאָסט־נאַטשאַלניק האָט געהייסן, מע זאָל צונויפֿנעמען חתימות בײַ רעליגיעזע ייִדן, אַז זיי בעטן אַרויסגעבן די מתּנה. איז מען אַוועקגעלאָפֿן זאַמלען חתימות. נאָר עס האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז איינער איז ניט געווען אין דער היים, געלעגן אין שפּיטאָל, דער צווייטער איז געפֿאָרן צו גאַסט צו זײַן קרובֿ, דער דריטער איז געווען אין אָפּרוהויז אין זשיטאָמיר, דער פֿערטער איז געפֿאָרן קיין דאַקעסטאַן אויף אַ חתונה צו דער פּלעמעניצע, און די צײַט האָט זיך געצויגן. דאָס האָט גראַדע געפֿרייט די אומאַנער חכמים, זיי האָבן געמיינט, אַז דער עולם וועט פֿאַרגעסן און אויפֿהערן דערגיין די יאָרן דער פּאָסט.
נאָר די חתימות האָט מען דאָך צונויפֿגענומען און זיי געבראַכט אין פּאָסט.
דער נאַטשאַלניק האָט באַטראַכט דאָס פּאַפּיר פֿון אַלע זײַטן און געזאָגט, אַז איצט איז אַלץ אין אָרדענונג. מע דאַרף איצט בלויז אַ קלייניקייט — אַ קײַלעכיקן שטעמפּל. "ווײַל אַ פּאַפּירל אָן אַ שטעמפּל, — האָט געזאָגט דער פּאָסטמײַסטער, — איז ניט ווערט קיין צעבראָכענעם גראָשן".
די ייִדן זײַנען געבליבן שטיין, ווי צעמישט: וווּ זאָלן זיי נעמען אַ שטעמפּל?
— דאָס איז אײַער זאַך! — האָט יענער געזאָגט. — אָן אַ שטעמפּל איז אײַער פּאַפּירל ניט קיין פּאַפּירל און איך קאָן אײַך די פּאָסילקע ניט אַרויסגעבן.
ווידער איז ער אַוועקגעלאָפֿן אין ראַט, צו די היגע חכמים זיך עצהנען. און נאַטשאַלסטווע האָט געזאָגט:
— וויפֿל ציט זיך דער ענין? — האָט יענער געענטפֿערט, אַז צוויי חדשים, מער קאָן מען דאָס פּעקל ניט היטן אויף דער פּאָסט...
— און דערנאָך?..
— דערנאָך שיקט מען עס אָפּ צוריק און מע שרײַבט אָן, אַז דער אַדרעסאַט איז נאָך דעם ניט געקומען און דערפֿאַר קערט מען עס אום..
— איז דאָס דאָך אַ גאָלדענער אויסוועג! — האָבן זיך די חכמים דערפֿרייט. — די מעשׂה ציט זיך שוין כּמעט צוויי חדשים!..
דער פּאָסט־נאַטשאַלניק האָט זיך צעשײַנט, ווי דער מאָרגנשטערן, און באַגלײַך מיט אים האָבן זיך צעפֿינקלט אַלע חכמים!
זיי האָבן גלײַך אָפּגעשיקט צוריק די מתּנה און אָנגעשריבן, אַז קיינער איז ניט געקומען נאָך איר, דעריבער שיקט מען זי אָפּ צוריק...
איצט פֿאַרשטייט מען שוין, אַז ניט בלויז אין כעלעם לעבן חכמים.