געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (ענגלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַם "מנורה־מאָנומענט" אין באַבי־יאַר, קיִעוו
בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע בײַם "מנורה־מאָנומענט" אין באַבי־יאַר, קיִעוו
Credit: Getty Images

הײַיאָר, דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועט ווערן זיבעציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען דער קיִעווער באַבי-יאַר האָט אויפֿגעהערט צו זײַן פּשוט אַ געגנט אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט. מיט זיבן יאָרצענדליק צוריק איז עס אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַן אָרט פֿון איינער פֿון די שרעקלעכסטע שחיטות אין דער חורבן-געשיכטע. נאָך דער מלחמה האָט באַבי-יאַר בולט סימבאָליזירט די באַציִונג פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים צו חורבן-מעמאָריאַלן. הגם אַן אַרטיקל פֿון מירע אײַזענשטאַדט — אונטערן טיטל "אַ דענקמאָל אין באַבי-יאַר" — האָט זיך באַוויזן אין דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט" נאָך דעם 7טן יולי 1945, האָט דאָס שחיטה-אָרט ניט געהאַט קיין מעמאָריאַל אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָרצענדליק. און ווען מע האָט שוין יאָ געשטעלט אַ דענקמאָל, האָט עס בכּיוון קיין שײַכות ניט געהאַט צו ייִדן.

די סאָוועטישע רעגירונג האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט שאַפֿן קיין באַזונדערן ייִדישן אָנדעק-אָרט, און ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ מאָס, וואָס קען אָפּמעסטן דעם חלק פֿון אַנטיסעמיטיזם און דעם חלק, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די מורא פֿון "שטאַרקער מאַכן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם". מע האָט אויך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די שחיטה האָבן דורכגעפֿירט 1,500 גזלנים, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען 300 דײַטשן און 1,200 אוקראַיִנער. אַזעלכע פּרטים האָבן געקענט שטערן דעם אָפֿיציעלן געפֿיל פֿון "פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט", וואָס האָט געדאַרפֿט הערשן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל, און אין סאָוועטן-אוקראַיִנע, בפֿרט.

און דאָך אין גאַנצן פֿאַרשוויגן איז דער באַבי-יאַר ניט געוואָרן. און דאָס איז אַן אויפֿטו פֿון אַ צאָל ניט-ייִדישע אינטעלעקטואַלן. קודם-כּל, מוז מען דערמאָנען דעם נאָמען פֿונעם שרײַבער וויקטאָר נעקראַסאָוו, וועמענס 100־יאָריקן יוביליי האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ חודש צוריק. זײַן ראָמאַן "אין די טראַנשעעס פֿון סטאַלינגראַד" (עס האָט באַקומען אַ "סטאַלין-פּרעמיע" אין יאָר 1947) האָט אַ ייִדישן אָפֿיציר ווי דעם הויפּטהעלד. אַ קיִעווער תּושבֿ, האָט נעקראַסאָוו געפֿאָדערט, מע זאָל שטעלן אַ דענקמאָל די קרבנות פֿון באַבי-יאַר. וועגן דעם האָט ער געשריבן אין זײַן אַרטיקל, וואָס איז אַרויס דעם 10טן אָקטאָבער 1959, אין דער מאָסקווער צײַטונג "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ" ("ליטעראַרישע צײַטונג").

נעקראַסאָוו האָט געבראַכט דעם דיכטער יעווגעני יעווטושענקאָ אין באַבי-יאַר, און יעווטושענקאָס פּאָעטישע שורות, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 19טן סעפּטעמבער 1961 אין דער זעלבער צײַטונג, "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ", זײַנען געוואָרן אַ סענסאַציע. איבערגעזעצט אויף אַ סך שפּראַכן, איז יעווטושענקאָס "באַבי-יאַר" געוואָרן באַקאַנט איבער דער גאַנצער וועלט. די שורות האָבן אינספּירירט דמיטרי שאָסטאַקאָוויטשן צו שרײַבן די 13טע סימפֿאָניע. איך בין ניט זיכער, צי דער נאָמען פֿון יעווגעני יעווטושענקאָ (הײַנט איז ער אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם אוניווערסיטעט פֿון טולסאַ) זאָגט עפּעס דעם יונגן דור. אָבער ס׳רובֿ "פֿאָרווערטס"-לייענער נייטיקן זיך ניט אין קיין דערקלערונגען.

נעקראַסאָוו האָט געפֿירט ווײַטער זײַן קאַמפּאַניע פֿאַר פֿאַראייביקן די קרבנות פֿון באַבי-יאַר. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און אין יאָר 1974 האָט מען אים אַרויסגעשטופּט פֿון לאַנד. האָט ער געוווינט — און פֿאָרגעזעצט זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט — אין פּאַריז, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1987, אין עלטער פֿון 76 יאָר.

אַ סך קירצער איז געווען דער לעבנס-וועג פֿונעם שרײַבער אַנאַטאָלי קוזנעצאָוו, וואָס האָט אָנגעשריבן דאָס פּראָזע-ווערק "באַבי-יאַר". ניט קיין פֿולער נוסח פֿון קוזנעצאָווס גרעסערער דערציילונג האָט אין יאָר 1966 פֿאַרעפֿנטלעכט דער מאָסקווער זשורנאַל "יונאָסט" ("יוגנט"), און אין 1967 איז עס אין מאָסקווע אַרויס ווי אַ בוך. בינו-לבינו, האָט קוזנעצאָוו באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. צוליב דעם האָט ער אַפֿילו אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיטן "קיי-דזשי-בי" — כּדי צו באַווײַזן זײַן לאָיאַלקייט. אין 1969 האָט מען אים דערלויבט צו פֿאָרן קיין לאָנדאָן, כּלומרשט מיטן ציל צונויפֿצוקלײַבן מאַטעריאַלן וועגן דעם לאָנדאָנער צוזאַמענפֿאָר פֿון רוסישע סאָציאַל-דעמאָקראַטן. די געשעענישן פֿון 1907 האָבן געדאַרפֿט געפֿינען אַן אָרט אין דער ריזיקער פּראָגראַם פֿון לענינס 100־יאָריקן יוביליי אין 1970. אָבער קוזנעצאָוו האָט זיך קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ניט אומגעקערט און געוווינט אין לאָנדאָן ביז 1979, ווען ער איז, אַ 50־יאָריקער, פּלוצעם געשטאָרבן.


* * *

הײַנט איז דער מצבֿ אַרום דעם באַבי-יאַר גאָר אַן אַנדערער. דעם 5טן יולי האָט דער אוקראַיִנישער פּאַרלאַמענט (ראַדע) באַשלאָסן צו געבן אַ מלוכישן סטאַטוס דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער באַבי-יאַר-שחיטה. אָפּמערקן וועט מען עס הײַיאָר דעם 3טן אָקטאָבער, ווײַל דער 29סטער סעפּטעמבער פֿאַלט צונויף מיט ראָש-השנה. אין דעם טאָג וועט אָפֿיציעל פֿאַרלייגט ווערן דער יסוד פֿאַר אַ נײַעם מעמאָריאַל-קאָמפּלעקס, וואָס ווערט פֿינאַנצירט (50 מיליאָן דאָלאַר), דער עיקר, דורך די ייִדיש-אוקראַיִנישע אָליגאַרכן און פּשוט רײַכע לײַט (איגאָר קאָלאָמויסקי, וואַדים ראַבינאָוויטש און אַנדערע). מע פּלאַנירט, בפֿרט, אײַנצופֿלאַנצן 32 טויזנט ביימער, מיט נעמען פֿון די אומגעבראַכטע.

ניט אַלעמען געפֿעלט עס אין אוקראַיִנע. מע זעט עס, למשל, אין אינטערנעץ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס פֿון די 450 דעפּוטאַטן האָבן דעם באַשלוס מכּוח באַבי-יאַר אונטערהאַלטן נאָר 331. אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה.