פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ ידיעה, אַז דינסטיק, דעם 12טן יולי, האָבן עטלעכע כוליגאַנען, פֿאַרשטעלט מיט מאַסקעס, געמאַכט אַ פּרוּוו אונטערצוצינדן די שיל "דרכּי־שלום". אַזאַ פּרוּוו איז שוין איין מאָל געמאַכט געוואָרן מיט אַ יאָר פֿריִער, און אויך דעמאָלט איז ער דורכגעפֿאַלן. דעמאָלט זײַנען פֿאַרהאַלטן געוואָרן עטלעכע קעמפֿער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט". אַגבֿ, די וואָך, דעם 11טן יולי, זײַנען 13 מיטגלידער פֿון דער נעאָ־פֿאַשיסטישער אָרגאַניזאַציע פֿאַרמישפּט געוואָרן צו פֿאַרשידענע תּפֿיסה־טערמינען.
ווער זשע זײַנען זיי, די הײַנטיקע קעמפֿער פֿאַר מאַכן רוסלאַנד פֿרײַ פֿון מינאָריטעטן און אַנדערע פֿעלקער? די דאָזיקע "געזעלשאַפֿט" איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 2004. אירע פֿירער האָבן אָפֿן דערקלערט זייער צוועק צו שאַפֿן אַ רוסישע נאַציאָנאַליסטישע מדינה מיט אַ היטלעריסטישער פֿילאָסאָפֿיע. פֿון דעסטוועגן, איז איר פֿירער מאַקסים באַזילעוו, מיטן צונאָמעניש "אַדאָלף", אַרעסטירט געוואָרן ערשט אין 2008, ווען די "געזעלשאַפֿט" האָט שוין געהאַט אָנגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט אירע אויסלענדישע מיטדענקער פֿון ענגלאַנד, קאַנאַדע און פֿראַנקרײַך, און געגרינדעט דאָרט אירע פֿיליעס. אָבער נאָר אין פֿעברואַר 2010 האָט דער אויבערגעריכט פֿון רוסלאַנד אָפֿיציעל פֿאַרווערט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע, דעפֿינירנדיק איר טעטיקייט, ווי אַ נישט געזעצלעכע.
זינט דעמאָלט איז די "נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט" אַריבער אויף אַן אומלעגאַלער טעטיקייט, אָבער ממשיך געווען דורכצופֿירן גוואַלד־אַקציעס. זייער פֿירער "אַדאָלף" האָט זיך גענומען דאָס לעבן, זײַענדיק פֿאַרשפּאַרט אין טורמע, אָבער אויף פֿאַרשידענע באַנק־קאָנטעס זײַנע האָט מען קאָנפֿיסקירט אַרום 200 מיליאָן רובל (איבער 7 מיליאָן דאָלאַר). פֿון וואַנען נעמט זיך בײַ אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ צײַטונג אַזאַ סומע געלט, איז פֿאַרבליבן אַ סוד.
ס'איז באַוווּסט, אַז די מיטגלידער פֿון דער נאַציסטישער אָרגאַניזאַציע פֿלעגן אָנפֿאַלן אויף מענטשן, וואָס זעען נישט אויס ווי אייראָפּעער, ווי אויך אויף יענע, וועלכע פֿלעגן זיך קעגנשטעלן און קריטיקירן די פֿאַשיסטן. אַזוי איז אין יאָר 2008 דערהרגעט געוואָרן אַ 16־יאָריקער רוסישער בחור, אַלעקסיי קרילאָוו; און נאָך צוויי מענטשן, פֿון זייער מחנה, וועלכע זײַנען פֿאַרדעכטיקט געוואָרן אינעם מיטאַרבעטן מיט די זיכערהייט־אָרגאַנען.
ווי עס גיט איבער דער רוסלענדישער סטאַטיסטישער מענטשנרעכט־צענטער "סאָווע", זײַנען אין דעם ערשטן האַלבן יאָר פֿון 2011 פֿאַרמישפּט געוואָרן 116 מענטשן פֿאַר גוואַלד־טאַטן אויף אַ נאַציאָנאַלן באָדן. אַן אָפּקלאַנג אין דער וועלט האָט געהאַט דער ענין, פֿאַרבונדן מיטן מאָרד פֿונעם אַדוואָקאַט סטאַניסלאַוו מאַרקעלאָוו און דער זשורנאַליסטקע אַנאַסטאַסיע באַבוראָוו. ביידע מערדער, אַ מאַן מיט זײַן געליבטער, זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צו לאַנגע תּפֿיסה־טערמינען.
און אָט האָט זיך פֿאַרענדיקט דער לעצטער געריכט, אויף וועלכן פֿון די 13 נעאָ־נאַציס זײַנען 5 פֿאַרברעכערס פֿאַרמישפּט געוואָרן צו לעבנס־לאַנגע טערמינען און די איבעריקע — פֿון 10 ביז 23 יאָר תּפֿיסה. דער אורטייל האָט די מערדער נישט פֿאַראומערט; זיי האָבן געלאַכט און זיך געוויצלט צווישן זיך. און נאָכן אויסהערן דעם אורטייל, געסטראַשעט, אַז זיי וועלן נאָך געבן וועגן זיך צו וויסן...
און אָט שוין אויפֿן אַנדערן טאָג, ריכטיקער אין דער זעלבער נאַכט, האָבן זייערע נאָכפֿאָלגער אויסגעלאָזט זייער כּעס קעגן דער מאַכט צו... ייִדן, ווי עס פֿירט זיך אין רוסלאַנד פֿון קדמונים אָן.