|
די ישׂראלדיקע פּאָליציי אַרעסטירט די לינק־געשטימטע אַקטיוויסטן
אויפֿן בן־גוריון פֿליפֿעלד, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק |
Credit: Getty Images |
נאָך זײַן נײַעם סעריאַלן נצחון, מיט וועלכן דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו איז הײַנטיקע וואָך באַשאָנקען געוואָרן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן די פּרוּוון פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע קעגן עזה — איז אים געוואָרן פֿאָרגעלייגט, ווי זײַן קומענדיקע אָפּעראַציע, מבֿטל צו מאַכן דעם חודש סעפּטעמבער אינעם קאַלענדאַר — און פּטור אַן עסק. אויס מיט סעפּטעמבער — און אויס מיטן קאָפּ־ווייטיק!
דעם דאָזיקן "קאָנסטרוקטיוון פֿאָרשלאַג" האָט ער באַקומען, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ סאַטירישער קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען. אויף וויפֿל דער געדאַנק ווערט אויסגעדריקט אין די ראַמען פֿון דעם פּובליציסטישן הומאָר, שפּיגלט ער אָבער אָפּ דעם טרויעריקן אמת פֿון דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט, לויט וועלכער דער חודש סעפּטעמבער וואָלט געטאָן דעם פּרעמיער נתניהו אַ גרויסע מיצווה, ווען ער וואָלט געלאָזט זיך אויסמעקן פֿון דעם קאַלענדאַר. אָבער אַזוי ווי עס קען שוין נישט ווערן אויסגעמעקט פֿון דער געשיכטע דער פֿאַרשאָלטענער 1טער סעפּטעמבער 1939, וועלכער האָט אונדז געבראַכט די היטלער־מלחמה און דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אַזוי קען אויך נישט איגנאָרירט ווערן דער פֿאַקט, אַז אויסער די פּאַסירונגען, וואָס דערוואַרטן דער מדינה אין דעם נאָענטן חודש סעפּטעמבער 2011, וועלכער שטייט שוין אָט-אָט "אַ ליאַדע מינוט" אויף דער שוועל, האָבן מיר הינטער זיך אויך די היסטאָרישע דאַטע פֿון דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 18 יאָר צוריק, ווען עס איז געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ.
דער וואָפֿנשטילשטאַנד, וועלכער איז דערגרייכט געוואָרן אין אַפּריל 1949 אין דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, האָט געשאַפֿן די "גרינע ליניע" פֿון 4טן יוני 1967, ווי די צײַטווײַליקע גרענעץ צווישן מדינת־ישׂראל און אירע אַראַבישע שכנים. זי איז אָבער מיט דער צײַט, באַזונדערס אין דער רעזאָלוציע נומער 242 פֿונעם זיכערהייט־ראַט נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, געוואָרן סאַנקציאָנירט דורך די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, ווי די פּרינציפּיעלע באַזע פֿאַר אַלע צווישן־מלוכישע אונטערהאַנדלונגען. אויף דער דאָזיקער באַזע זענען געשלאָסן געוואָרן די שלום־אָפּמאַכן מיט עגיפּטן (1981) און דערנאָך מיט יאָרדאַניע (1988) און, ווי געזאָגט, דער הסכּם פֿון אָסלאָ (1993), וועלכער איז געווען דער ערשטער ממשותדיקער אינטערנאַציאָנאַל־אָנערקענטער מלוכישער אַקט אויפֿן וועג צו דער פֿולער לעגיטימאַציע פֿון מדינת־ישׂראל.
מיר וועלן דאָ נישט איבערחזרן די טויזנט מאָל שוין דערציילטע געשיכטע פֿון דעם צעוואַקסנדיקן משיחיזם נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, די עקספּאַנסיאָניסטישע קאָלאָניזאַציע פֿון דער "ארץ־ישׂראל השלמה", פֿון "גוש אמונים", די חרדיזאַציע פֿון דעם רעליגיעזן ציוניזם, די אויסמאַטערונגס־מלחמה, די יום־כּיפּור־מלחמה, די ערשטע און די צווייטע אינטיפֿאַדע, די ערשטע און די צווייטע מלחמה אין לבֿנון, די עוואַקואַציע פֿון עזה, די מלחמה אין עזה, די אויפֿגעקומענע און פֿאַרשווענדעטע איניציאַטיוון, געעפֿנטע און גלײַך צוגעמאַכטע "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", די פֿאַרפּאַסטע און געשטרויכלטע דערגרייכונגען, די געשיכטע פֿון דעם פּאַלעסטינער טעראָר און פֿון די "זיגערישע" מלחמות, וואָס האָבן געבוירן אויספֿאָרש־קאָמיסיעס, די שלום־קאָנפֿערענץ אין מאַדריד, די "מאַפּע פֿון די וועגן", די איראַקישע ראַקעטעס, דער שלום־ספּעקטאַקל אין אַנאַפּאָליס און אַנדערע פֿרעמדע איניציאַטיוון, די ראַקעטעס פֿון "כעזבאָלאַ", די ראַקעטעס פֿון "כאַמאַס", אאַז״וו, אאַז"וו...
די "סיקריקן" און די באַוועגונג פֿון ראַבײַ כּהנא און זײַנע איצטיקע נאָכפֿאָלגער אויף די אָקופּירטע "בערגלעך" און אין דער כּנסת, און "שלום עכשיו" (שלום איצט) און דער מאָרד פֿון עמיל גרינצווײַג, און פֿון יצחק ראַבין, און ד״ר ברוך גאָלדשטיינס פּורים-שחיטה פֿון 29 אַראַבישע מתפּללים אין דער מערת־המכפּלה אין חבֿרון; און די שחיטה פֿון ייִדן בעת דעם פּסח־סדר אין נתניה, און דעם פּאַלעסטינער טעראָר־פּאָגראָם אין דיסקאָטעק בײַם "דאָלפֿינאַריום"־ברעג צווישן תּל־אַבֿיבֿ און יפֿו.
און צווישן איינס און דאָס אַנדערע — די מיליטערישע פּאַראַדן, דער 63־יערלעכער געבורטסטאָג פֿון דער מדינה... די עקאָנאָמישע פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער מדינה און די גאַלאָפּירנדיקע פֿאַרטיפֿונג פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן, די גיכע פֿאַרמערונג און באַרײַכערונג פֿון די מיליאַרדערן און דער וווּקס פֿון דער אָרעמקייט. און שאַנד- און קאָרופּציע־משפּטים פֿון די העכסטע מלוכה־לײַט...
וואָס אַלץ האָט נאָך די מדינה נישט אַדורכגעמאַכט פֿון איין ראַנד ביז צום אַנדערן אין איר קורצער עקזיסטענץ!
און... וואָס וועט זײַן מאָרגן?.. — ווער טראַכט דען וועגן דעם!
יאָ, נתניהו טראַכט און זאָרגט פֿאַר דעם, אַז עס זאָל גאָרנישט געשען. דער עיקר, אַז דער חלום וועגן אַ שלום זאָל פֿאַרגעסן ווערן. אויך דער צוזאָג צו דערגרייכן דעם שלום אין משך פֿון איין יאָר, וואָס ער האָט געגעבן מיט צוויי יאָר צוריק, זאָל ווערן פֿאַרגעסן, צוזאַמען מיט זײַן פֿאַרפֿליכטונג וועגן צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער. אָבער דער בוי אויף די אָקופּירטע שטחים זאָל ווערן צוגעאײַלט און אויסגעברייטערט ביז וואַנען אַ שלום וועט ווערן אַן אַבסאָלוטע אוממעגלעכקייט. אין אָט דער ריכטונג גייט נתניהוס גאַנצער אָנשטרענג.
* * *
אַזוי ווי מיט קרובֿ צוויי חדשים צוריק, ווען ער האָט מיט אַ שטראַלנדיק פּנים זיך צוריקגעקערט פֿון זײַן רעדנערישן נצחון אין וואַשינגטאָן, אַזוי האָט נתניהו אויך איצט זיך צוריקגעקערט, אַ שטראַלנדיקער פֿון זעלבסט־נחת נאָך זײַן וויזיט בײַ בערלוסקאָנין אין רוים און פֿון זײַן דיפּלאָמאַטישער שליחות אין רומעניע, בולגאַריע און גריכנלאַנד... בעת זײַנע וויזיטן אין אַטען, בוקאַרעשט און אין סאָפֿיע האָט ער מצליח געווען צו געווינען די פּאָליטישע אונטערשטיצונג פֿון די פֿיר מדינות פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג קעגן דער פּאַלעסטינער כּוונה אַרײַנגענומען צו ווערן, ווי אַ זעלבשטענדיקע מדינה, אין דער פֿאַראייניקטער פֿעלקער־אָרגאַניזאַציע.
ווען נתניהו וואָלט אַרײַנגעלייגט כאָטש אַ טייל פֿון דער מי און ענערגיע צו דערגרייכן דעם צוגעזאָגטן שלום, ווי ער לייגט איצט אַרײַן אין זײַן אָנשטרענג צו פֿאַרמײַדן די איינזײַטיקע פּראָקלאַמירונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה, וואָלט שוין דער שלום געוואָרן דערגרייכט; און נתניהו וואָלט דאָך אויך מסתּמא געוואָרן אַ נאָבעל־לאַורעאַט, אַזוי ווי מנחם בעגין, און אַזוי ווי זײַן דערמאָרדעטער פֿײַנט יצחק ראַבין, דער פֿאָטער פֿון די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, און אויך דער איצטיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס. האָט דאָך נתניהו געהאַט צוגעזאָגט, שוין צום צווייטן מאָל, אַז נאָר ער און נישט קיין אַנדערער, וועט איבערראַשן די וועלט מיט זײַן דערוואַרטן אויפֿטו.
דאָס שטימט אָבער נישט מיט זײַנע אידעאָלאָגישע פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר זײַן פּאַרטיי און פֿאַר דעם "נאַציאָנאַלן" לאַגער, אין וועמענס נאָמען ער איז געקומען צו דער מאַכט. האָט ער דאָך, נאָך זײַן רעדע פֿאַר דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס באַרויִקט די דעפּוטאַטן פֿון "ליכּוד" אין דער כּנסת, זיי זאָלן נישט זאָרגן, "מיר זענען נישט קיין פֿרײַערס", און אַז פֿון זײַנע עפֿנטלעכע פּאָליטישע פֿאַרזיכערונגען וועט במילא גאָרנישט אַרויסקומען. דער בוי פֿון די קאָלאָניעס וועט ווײַטער אָנגיין, דער שלום מעג וואַרטן.
כאָטש דער לעצטער נצחון זײַנער — פֿאַקטיש דער טאָפּלטער אָדער אַפֿילו דרײַפֿאַכיקער נצחון — דער דיפּלאָמאַטישער און דער פּאָליטישער, וועלכער האָט געהאָלפֿן פֿאַרמײַדן די אינוואַזיע פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער "פֿלאָטיליעס", אויפֿן ים און אין דער לופֿט, געהערט צו יענע פֿריִערדיקע נצחונות זײַנע, וועגן וועלכע עס זאָגט זיך, אַז "נאָך אַזאַ נצחון און מיר זײַנען פֿאַרלוירן"... — האָט ער אָבער אויך פֿאַרשטאַרקט נתניהוס פּאָפּולאַריטעט אין דעם "נאַציאָנאַלן לאַגער" אין לאַנד און האָט אפֿשר אויך "פֿאַרזיכערט" זײַן רעגירונג דאָס אויסדויערן די פֿולע פֿיר יאָר — און אפֿשר נאָך מער — פֿון איר קאַדענץ. איז דאָך דאָס די עיקרדיקע באַשטימונג פֿון נתניהו און פֿון זײַן רעגירונג אויפֿן לוח און סדר־היום פֿון זייערע איצטיקע באַשטימונגען (חוץ די ראַסיסטישע געזעצן פֿון די פֿרום־נאַציאָנאַלע "פּאַטריאָטן", וואָס מערן זיך לעצטנס אָן אויפֿהער אין דער כּנסת).
די היסטערישע רעאַקציע פֿון דער רעגירונג אויף דער געגרייטער דעמאָנטראַטיווער "אינוואַזיע", דאָס מאָביליזירן די 600 פּאָליציסטן אויפֿן פֿלי־טערמינאַל אין לוד און דער גאַנצער טאַראַראַם, וועלכן די רעפּרעסיעס קעגן די דעמאָנסטראַנטן האָבן אַרויסגערופֿן אויף דער וועלט, האָט געהאַט אַ סך אַ שוואַכערן אָפּקלאַנג ווי דער אָנשטרענג אים צו פֿאַרמײַדן. אַ סך אַ בעסערע פּעולה וואָלט געהאַט דאָס אויפֿנעמען זיי מיט אַ פֿרײַנדלעכן ברוך הבא, מיט בלומען און מיט פֿאַרבעטן זיי אויף אַ טוריסטישער עקסקורסיע איבערן לאַנד — אָנשטאָט זיי פֿונעם לאַנד צו פֿאַרטרײַבן.
אָבער — וואָס פֿאַראַ אויפֿקלערונג איז די רעגירונג זיי מסוגל געווען צו דערלאַנגען? אַז דאָס גאַנצע לאַנד געהערט כּולו צו אונדז און, אַז מיר זײַנען די איינציקע יורשים פֿון די אָבֿות?... דאַקעגן איז אָבער די יורשים פֿון הרבֿ כּהנא און די אָנהענגער פֿון הרבֿ דבֿ ליאור פֿון חבֿרון גראָד יאָ דערלויבט געוואָרן צו דעמאָנסטרירן קעגן זיי אויפֿן בן גוריון־טערמינאַל אין לוד.
ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות זוכט דער "קוואַרטעט" אין ניו־יאָרק אַן עצה, ווי אַזוי אָפּצוהאַלטן די פּאַלעסטינער פֿון אַרײַנטראָגן אין דער "יו־ען" זייער בקשה איינזײַטיק צו פּראָקלאַמירן די פּאַלעסטינער מדינה. ער זוכט אויך אַ וועג דערווײַל צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען און צו געפֿינען אַ "ווייטיקלעכע פּשרה" פֿאַר ביידע לענדער. די קעגנזאַצן אין די באַדינגונגען פֿאַר "פֿאַרהאַנדלען אָן באַדינגונגען" זענען זייער גרויסע. דער "קוואַרטעט" (פֿאַראייניקטע שטאַטן, אייראָפּעיִשע אוניע, רוסלאַנד און די "יו-ען") איז נישט געאייניקט לגבי די ווײַטערדיקע שריט. ער איז אָבער גענייגט צו דער שטעלונג פֿון וואַשינגטאָן און געאייניקט אַרום דעם "מאָדעל" פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ וועגן אַ לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט אויף דער פּרינציפּיעלער באַזע פֿון די גרענעצן פֿון 4טן יוני 1967, מיט אַ שטחים־אויסטויש פֿון דער קאָנצענטרירטער קאָלאָניזאַציע. דער דאָזיקער "מאָדעל" געניסט פֿון דער כּמעט פֿולער אינטערנאַציאָנאַלער אונטערשטיצונג.
די פּאַלעסטינער רעכענען אויף אַ מאַסיווער אונטערשטיצונג פֿון מער ווי 130 פֿון די 193 מדינות, מיטגלידער אין דער "יו־ען". אַ סך פֿון די אייראָפּעיִשע און "נייטראַלע לענדער וועלן מסתּמא זיך אָפּהאַלטן פֿון שטימען. אַ קליינע מינדערהייט, אָבער פֿון די דעה־זאָגנדיקע ישׂראל־פֿרײַנדלעכע לענדער, וועט שטימען קעגן — צוליב זייער קעגנערשאַפֿט צו אַן איינזײַטיקער פּראָקלאַמירונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה.
אָבער במילא וועלן די פּאַלעסטינער נישט קענען געניסן פֿון זייער נצחון אין דער "יו־ען", ווײַל נאָר דער זיכערהייט־ראַט קען אָננעמען אַזאַ באַשלוס — קעגן וועלכן די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן שוין צוגעזאָגט, כאָטש אָן חשק, צו לייגן אַ וועטאָ.
פֿאַר די פּאַלעסטינער וועט דאָס אָבער זײַן אַ מאָראַלישער נצחון, און פֿאַר ישׂראל — דער אָנהויב פֿון אַ דאָמינאָ פֿון איר דעלעגיטימאַציע, נאָך דעם ווי עס וועלן בלײַבן צוויי מדינות וואָס אָנערקענען נישט די גרענעצן פֿון ישׂראל: ישראל און איראַן... צו וואָס טויג דאָס אונדז?
פֿאַר דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל וואָלט דער בעסטער אויסוועג געווען: מבֿטל מאַכן דעם חודש סעפּטעמבער....
תּל־אָבֿיבֿ, 12־טער יולי, 2011