ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די הילע פֿונעם באַנד, וואָס דאַרף
אַרויסגעלאָזט ווערן אין דעצעמבער 2012
די הילע פֿונעם באַנד, וואָס דאַרף אַרויסגעלאָזט ווערן אין דעצעמבער 2012

אויב איך פֿיר ריכטיק דעם חשבון, איז עס מײַן פֿערטער (און זיכער דער לעצטער) אַרטיקל "וועגן מאָסקווע", און ווי פֿריִער, וועט דאָ גיין די רייד ניט אַזוי וועגן מאָסקווע גופֿא, ווי וועגן מײַנע "אויסגראָבונגען" אין מאָסקווער אַרכיוון. צווישן די מאַטעריאַלן, וועלכע איך האָב באַצײַטנס באַשטעלט אין די אַרכיוון, איז געווען אויך די סטענאָגראַמע פֿון אַ זיצונג פֿונעם שלום-עליכם-קאָמיטעט אין נאָוועמבער 1938. כ׳האָב עס געוואָלט לייענען, ווײַל צו דער צײַט ווען דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס" וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן, וועט דער אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ" אָנהייבן אַרבעטן איבערן באַנד Translating Sholem Aleichem: History, Politics and Art ("איבערזעצנדיק שלום-עליכם: געשיכטע, פּאָליטיק און קונסט"). ווי אַ שותּף אין דעם דאָזיקן פּראָיעקט, האָב איך געוואָלט פֿאַרפּינקטלעכן עטלעכע זאַכן פֿאַר מײַן קאַפּיטל, וואָס הייסט "סאָוועטישער שלום-עליכם".

די סטענאָגראַמע האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ דאָקומענט, וואָס איז אָנגעלאָדן מיט מער אינפֿאָרמאַציע איידער איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. דער דאָזיקער באַריכט פֿון אַ זיצונג פֿאַרדינט, מע זאָל אים פֿאַרעפֿנטלעכן און קאָמענטירן. אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה. און איצט, וועל איך זיך אָפּשטעלן נאָר אויף אַ פּאָר פּרטים.

קודם-כּל, איז אינטערעסאַנט דער עולם, וואָס האָט זיך צונויפֿגעקליבן דעם 11טן נאָוועמבער 1938 אַרומצורעדן די פֿראַגן פֿונעם אָפּמערקן דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. דער פֿאָרזיצער איז געווען אַלעקסאַנדער פֿאַדעעוו בכבֿודו-ובֿעצמו — ער איז דאָך געשטאַנען בראָש דעם גאַנצן סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין. דער סעקרעטאַר פֿונעם קאָמיטעט, אַהרן גורשטיין, האָט געהאַט אַ שם ווי אַן אָנגעזעענער ליטעראַטור-קריטיקער — סײַ אַ ייִדישער, סײַ אַ כּלל-סאָוועטישער. איך וועל ניט איבעררעכענען אַלע אָנטיילנעמער, אָבער אָנרופֿן אייניקע פֿון זיי: דוד בערגעלסאָן, איציק פֿעפֿער, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ, דוד האָפֿשטיין, און בכלל די גאַנצע סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. אַ סך פֿון די שרײַבער וועלן מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער מיטאַרבעטן אין דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. און וואָס איז אויך וויכטיק, אַז אין יענער זיצונג, אין נאָוועמבער 1938, האָבן זיך באַטייליקט שלמה מיכאָעלס, דער קומענדיקער פֿאָרזיצער פֿונעם אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, ווי אויך דער קומענדיקער אַפּוטרופּוס פֿונעם קאָמיטעט, שלמה לאָזאָווסקי, וואָס האָט אין די 1930ער אָנגעפֿירט מיטן מלוכה-פֿאַרלאַנג פֿאַר קינסטלערישער ליטעראַטור.

געווען אויף דער זיצונג אויך איסאַק באַבעל, ווײַל ער האָט דעמאָלט געהאַלטן אין איבערזעצן פֿאַר דעם דאָזיקן מלוכה-פֿאַרלאַנג שלום-עליכמס קרוין-ווערק "טובֿיה דער מילכיקער". בעת דער זיצונג האָט ער, בפֿרט, געזאָגט:


איך האַלט, אַז דעם דאָזיקן שרײַבער האָט מען אויף רוסיש בכלל שרעקלעך צעקאַליעטשעט און פֿאַרקריפּלט, און דער רוסישער לייענער האָט ניט קיין ריכטיקע פֿאָרשטעלונג וועגן אים. אַפֿילו די לעצטנס-געמאַכטע איבערזעצונגען זײַנען דורכגעזאַפּט מיט אַזאַ געמיינעם ייִדישן אַקצענט, אַז קיין שום רייד קען ניט גיין וועגן אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן גלײַכווערטיקייט מיטן אָריגינאַל. מע דאַרף ניט פֿאַרגעסן וועגן אַזעלכע זאַכן ווי די מוזיקאַלישע רײַכקייט פֿון זײַן לשון. איך זיץ איבער זײַנע ווערק און זאָג: אים מוז מען שרײַבן פֿונסנײַ אויף רוסיש. (געלעכטער פֿון דעם עולם)

איך מיין, אַז די חבֿרים, וועלכע קענען שלום-עליכמען אין אָריגינאַל, וועלן זײַן מסכּים מיט מיר. איידער אָנהייבן מײַן אייגענע אַרבעט, האָב איך איבערגעלייענט די עקזיסטירנדיקע איבערזעצונג און קען זאָגן אײַך, אַז אַפֿילו די וואָס זײַנען ריכטיקע, גיבן ניט איבער דעם גײַסט פֿון שלום-עליכמען. שלום-עליכם פֿאַרמאָגט עפּעס אַ כּישוף, און אַנשטאָט דעם האָבן מיר עפּעס אַן אַקצענט. הייסט עס, אַז די אַרבעט איז שוין ניט אַזאַ גרינגע.


די דאָזיקע ווערטער מוז מען אַרײַנשטעלן אין דעם קאָנטעקסט פֿון צײַט. זייער נאָענט איז געווען דער טערמין, פֿעברואַר 1939, ווען באַבעל האָט געמוזט פֿאַרענדיקן די אַרבעט איבער זײַן איבערזעצונג. עס זעט אויס, אַז ער איז ניט געווען גרייט עס צו טאָן. אַזוי אַז זײַנע ווערטער וועגן שוועריקייטן קען מען אויפֿנעמען אויך (לכל-הפּחות, טיילווײַז) ווי אַ מין תּירוץ. דעם 15טן מײַ 1939 וועט מען באַבעלן אַרעסטירן. צו יענער צײַט וועט ער ניט באַווײַזן צו רעאַליזירן אַ סך שאַפֿערישע און, בכלל, מענטשלעכע פּלענער. צווישן זיי איז געווען די איבערזעצונג פֿון שלום-עליכמס "טובֿיה דער מילכיקער".

בלײַבט "טובֿיה דער מילכיקער" צוטריטלעך דעם רוסישן לייענער, דער עיקר, דורך דער איבערזעצונג פֿון מיכאַיִל (פּסח-מענדל) שאַמבאַדאַל, וועלכער איז באַקאַנט געוואָרן ווי איינער פֿון די בעסטע איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף רוסיש. אָבער נאָך מער איז "טובֿיה" באַקאַנט דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם אַ דאַנק די טעאַטראַלע און קינאָ-ווערסיעס פֿון דעם ווערק. באַזונדערס פּאָפּולער איז געוואָרן גריגאָרי גאָרינס פּיעסע "פּאָמינאַלנאַיאַ מאָליטוואַ" ("יזכּור"), וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1989. זי האָט פֿאַרזיכערט פֿאַר "טובֿיהן", און ממילא פֿאַר שלום-עליכמען, אַ פֿעסט אָרט אין דעם הײַנטיקן הויפּטשטראָם פֿון רוסישער קולטור.

אויף אַ קלאָרן סימן פֿון "טובֿיהס" הויפּטשטראָמיקייט האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין דעם באַקאַנטן מאָסקווער קראָם "עליסעעווסי גאַסטראָנאָם". דאָרטן האָב איך דערזען און געקויפֿט דעם "סיראָק" (צוואָרעך אין שאָקאָלאַד), וואָס הייסט טאַקע "טובֿיה דער מילכיקער". עס לאָזט זיך אויס, אַז אַזוי הייסט אַ גאַנצע ריי כּשרע מילכיקע פּראָדוקן (מילך, פּוטער, קעז, וכ׳), וואָס ווערן זינט 2009 פֿאַרקויפֿט אין מאָסקווע און פּעטערבורג.

אמת, פֿאַרענדיקן מוז איך די מעשׂה מיט אַ טריפֿער באַמערקונג: וואָס שייך זײַן טעם, איז דער סיראָק "טובֿיה דער מילכיקער" אַ סך ערגער פֿון די וואָס איך קויף פֿון מאָל צו מאָל אין ברײַטאָן-ביטש.