- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 70 יאָר צוריק, דעם 4טן יולי 1941 האָבן די דײַטשן צונויפֿגעטריבן אין ריגע, אין דער כאָראַל־שיל די ייִדישע פּליטים פֿון שאַוול און אַ טייל אָרטיקע ייִדן, און זיי אַלע פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט. אינעם זעלבן טאָג זײַנען איבער לעטלאַנד צעשטערט געוואָרן 12 שילן. דער טאָג ווערט איצט, זינט לעטלאַנד האָט באַקומען איר אומאָפּהענגיקייט, אָפּגעמערקט, ווי דער אָנדענק־טאָג נאָך די ייִדישע קרבנות אין ריגע. לויט די ידיעות, וואָס מיר האָבן באַקומען פֿון ריגע, איז דינסטיק, דעם 5טן יולי דאָרט דורכגעפֿירט געוואָרן אַן "אָנדענק־מאַרש", אין וועלכן ס'האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשטייער פֿון די אָרטיקע דײַטשישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס פֿאַראייניקן די קינדער און אייניקלעך פֿון יענע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער אַרמיי פֿון "דריטן רײַך". איצט האָבן זיי געבעטן בײַ די ייִדן מחילה פֿאַר זייערע אָבֿות, וועלכע זײַנען באַגאַנגען די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס. נאָך 70 יאָר, זינט דער טראַגעדיע, האָבן אין איין קאָלאָנע מאַרשירט די קרובֿים פֿון די אומגעבראַכטע און פֿון די אומברענגער. אַזאַ אַקציע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "די טריט פֿון לעבעדיקע", קומט פֿאָר אין ריגע שוין דאָס צווייטע יאָר. הונדערטער מענטשן מיט אָנדענק־שאַרפֿן גייען דורך איבער די גאַסן, וווּ ס'איז אַמאָל געווען די ייִדישע געטאָ, און פֿאַרענדיקן זייער מאַרש בײַם מעמאָריאַלן דענקמאָל, אויפֿגעשטעלט אויפֿן אָרט, וווּ ס'איז פֿאַר דער מלחמה געשטאַנען די כאָראַל־שיל. פֿון סאַבינע קאָלער (רעגנסבורג, דײַטשלאַנד) "איך האָב גוט געקענט אַלע זידלערײַען פֿון דער גאַס — און אויך אַ ביסל לײַטישע ווערטער. נאָר אַזאַ מין פֿאַנטאַסטיש בוך־וואָרט, אַזאַ מין נישט־דאָיִק וואָרט ווי "כודאָזשניק" — האָב איך נישט געהערט. ס׳הייסט, כ׳האָב יאָ געהערט, נאָר אין אונדזער שטאָט האָט מען עס קיין מאָל נישט באַנוצט. ווי קומט עס? איך וואָלט קיין מאָל נישט געקענט, לויט מײַן אַפּשטאַם, דערלויבן זיך אַפֿילו אין געדאַנק אַרויסרעדן אַזאַ וואָרט. נאָר ווען מײַן חבֿר האָט דערזען די צעהאַנגענע בילדער אויף אונדזערע ווענט, האָט ער אַ זאָג געטאָן אַזוי׃ ׳הער נאָר, דו ביסט דאָך אַן אמתער כודאָזשניק!׳ וואָס איז כודאָזשניק? ווער כודאָזשניק? קען איך דען אין דער אמתן אויך זײַן אַ...זאַ? ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט מיר גאָרנישט געענטפֿערט. און איך האָב זיך דערמאָנט אַז ערגעץ, אין דער שטאָט וויטעבסק, האָב איך אין דער אמתן געזען אַ גרויסן שילד, ווי אויף די קראָמען׃ "אַ שול פֿון מאָלערײַ און צייכענען פֿון כודאָזשניק פּען". און איך האָּב אַ טראַכט געטאָן׃ "מײַן גורל איז באַשטימט. מען דאַרף נאָר אַהין אַרײַן און ענדיקן דאָס אָרט, און איך בין שוין אַ פֿאַרטיקער כודאָזשניק. און איך וועל זיך אָפּגעזעגענען מיט דער מאַמעס חלומות וועגן אַ משרת, אַ בוכהאַלטער, אָדער אין בעסטן פֿאַל — אַ פֿאָטאָגראַף מיט מעבל." בײַ מיר אין שטוב ליגן עטלעכע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען פֿון חסידישע און אַנדערע פֿרומע שרײַבער. ווי עס זעט אויס, איז דער ציל פֿון די ביכער אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו פֿאַרווײַלן די לייענער, אַוודאי, אָבער צווייטנס, צו אינספּירירן אים (אָדער זי) וועגן דער פּראַכט פֿון גאָטס וועלט; אָנצוּווײַזן ווי אַזוי אַ מענטש קען געפֿינען אַ גײַסטיקן חיזוק אַפֿילו פֿון די פּשוטסטע טאָג־טעגלעכע געשעענישן. די ביכער זענען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט, און מײַדן אויס לשון־הרע (מיט אַנדערע ווערטער, קריטיק און נעגאַטיווע באַמערקונגען). דער ציל קלינגט שיין. די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די העלדן קומען אויס איין־זײַטיק. איך קען זיך מיט זיי נישט אידענטיפֿיצירן ווײַל אין מיר אַליין געפֿינען זיך דאָך סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע געפֿילן; סײַ האָפֿענונגען, סײַ אַנטוישונגען; סײַ פֿרייד, סײַ כּעס. דערפֿאַר, ווען איך לייען אַזאַ דערציילונג, קען איך נישט מיטפֿילן מיטן שרײַבער, סײַדן ער ווײַזט אָן זײַנע, אָדער זײַן העלדס אמתדיקע געפֿילן און געדאַנקען. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער געפֿונען אַ חסידישער שרײַבער אויף דער אינטערנעץ, וואָס שרײַבט יאָ פֿון האַרצן, און טאַקע אויף ייִדיש. מיט אַ קריטיש אויג און אַ שאַרפֿן הומאָר, גיט ער איבער זײַנע אָבסערוואַציעס סײַ פֿון דער חסידישער, סײַ פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט: וועגן ליבע און חתונה האָבן, וועגן ערלעכקייט און היפּאָקריטסווע, אַפֿילו וועגן זײַנע אייגענע סעסיעס בײַ אַ סעקולערער פּסיכאָטעראַפּעווטין. ער שרײַבט די אָבסערוואַציעס אונטערן פּסעוודאָנים, קטלא קניא (דער טײַטש דערפֿון: "אַיִר־שנײַדער" אָדער "פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ"), אינעם בלאָג* http://www.katlekanye.blogspot.com
A Captive of the Dawn: The Life and Work of Peretz Markish (1895-1952).
פּרץ מאַרקיש איז מסתּמא די סאַמע באַקאַנטע פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן שם באַזירט זיך ניט בלויז אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, נאָר אויך אויף זײַן פּערזענלעכקייט, זײַן אימאַזש פֿון אַ דיכטער — אַ בונטאַר. מאַרקיש איז געווען זייער פּראָדוקטיוו, אָבער ניט אַלע ווערק זײַנע זײַנען אַרײַן אינעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אין תּוך גענומען, גייט כּסדר די רייד וועגן אַ באַגרענעצטער צאָל לידער פֿון זײַן יוגנט־פּעריאָד, און עטלעכע לידער פֿון די סאַמע לעצטע יאָרן זײַנע. זײַנע פּראָזאַיִשע ווערק און דראַמעס פֿאַרמאָגן הײַנט ניט מער ווי אַ ליטעראַריש־היסטאָרישע ווערט. אַזאַ אָפּשאַצונג ווערט באַשטעטיקט אין דעם נײַעם זאַמלבוך, פֿאַקטיש די ערשטע אַרומנעמיקע פֿאָרשערישע באַהאַנדלונג פֿון מאַרקישעס שאַפֿונג אויף וואָסער ניט איז שפּראַך. אַוודאי, שעפּט דאָס דאָזיקע בוך ווײַט ניט אויס די גאַנצע ירושה פֿונעם דיכטער. מחוץ דעם גערעם זײַנען פֿאַרבליבן אַזעלכע גרויסע ווערק זײַנע, ווי דער ראָמאַן "דור־אײַן דור־אויס", די פּאָעמעס "מלחמה" און "דער פֿערציק־יעריקער מאַן". חנה קראָנפֿעלד כאַראַקטעריזירט די לעצטע פּאָעמע, גאַנץ ריכטיק, ווי "אַ שליסל צו מאַרקישעס גאַנצער שאַפֿונג". דאָס איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ ווערק, וואָס אַ סאָוועטישער ייִדישער מחבר האָט געשריבן "אין דעם טיש אַרײַן", ניט ריכטנדיק זיך עס אַמאָל צו פּובליקירן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָנערשטיק, דעם 27סטן יוני, האָט די ישׂראל־פּאָליציי אַרעסטירט אויף אַ קורצער צײַט דעם רבֿ דבֿ ליאור פֿון קרית־אַרבע, נעבן חבֿרון, איינער פֿון די פּראָמינענטע מנהיגים פֿון רעליגיעזן ציוניזם. די סיבה: מיט אַ צײַט צוריק איז ער געווען אײַנגעלאַדן צו קומען אין דעם פּאָליציי־אַמט, אויפֿן סמך פֿון דעם חשד, אַז ער האָט געהעצט קעגן דער רעגירונג; אַז ער האָט געשטיצט די באַהויפּטונגען אין דעם ספֿר "תּורת־המלך", וואָס דערלויבט לויט דער הלכה, צו הרגענען אַ גוי, אין דעם פֿאַל אַ ישׂראל־אַראַבער, אָן וועלכער עס איז שולד. דער חשובֿער רבֿ האָט עפֿנטלעך איגנאָרירט די דאָזיקע אײַנלאַדונג פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי. ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז ער איז ניט מחויבֿ אויסצופֿילן די דאָזיקע פֿאַרבעטונג צו ווערן אויסגעפֿאָרשט פֿון דער פּאָליציי. ווען ער איז אין יענעם טאָג אָנגעקומען קיין ירושלים האָט אים די פּאָליציי פּלוצלינג געכאַפּט און אַוועקגעפֿירט אין אויספֿאָרשונגס־אַמט אין לוד, און נאָך אַ קורצן פֿאַרהער האָט מען אים באַפֿרײַט. עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי די ידיעה וועגן דעם אַרעסט האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט אומעטום, צווישן די רעכטע, עקסטרעמע, מיליטאַנטישע רעליגיעזע קרײַזן. נאָכמיטאָג האָבן הונדערטער פֿון זיי זיך פֿאַרזאַמלט און באַלאַגערט דעם בנין פֿון העכסטן געריכט אין צענטער פֿון שטאָט, אַן אַנדער גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט און פֿאַרשטאָפּט דעם שאָסיי בײַם אַרײַנקום אין ירושלים. דאָס זעלבע איז געשען אין אַנדערע שטעט און ייִשובֿים. די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם גאַנצן חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַן עכטן רשע. די פֿריִערדיקע סדרה — "קורח" — איז אויך אָנגערופֿן נאָך אַ סתּירותדיקן פּערסאָנאַזש. פֿונדעסטוועגן, ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, האָט קורח געהאַט אַ גוטע כּוונה, הגם זײַן מחלוקת כּלפּי משה איז נישט געווען אינגאַנצן לשם־שמים. בלק, אַ קיניג פֿון מואבֿ, איז אָבער געווען אַ בפֿירושער שׂונא־ישׂראל, וועלכער האָט געהאָפֿט צו פֿאַרשעלטן די ייִדן מיט אַ מעכטיקער טויט־קללה. כּדי אויסצופֿירן זײַן פּלאַן, האָט ער זיך געווענדט צו בלעם — אַ באַרימטער בייזער מכשף. נישט געקוקט אויף זײַן רישעות, איז בלעם געווען אַן אמתער נבֿיא. הגם זײַן השׂגה פֿון רוחניות איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער סיטרא־אַחרא, האָט ער דערגרייכט, אויף זײַן היפּוכדיקן אופֿן, די זעלבע מדרגה פֿון נבֿואה ווי משה רבינו. דער אייבערשטער האָט געהייסן בלעמען נישט צו טשעפּען די ייִדן. דער קיניג בלק האָט אָבער ווידער געבעטן דעם מכשף דורכצופֿירן דעם קללה־ריטואַל. בלעם האָט מסכּים געווען — בתּנאַי, אַז ער וועט נישט רעדן קיין וואָרט קעגן דעם באַשעפֿערס ווילן. דער בייזער "אַנטי־נבֿיא" איז געגאַנגען צום באַרג, פֿונוואַנען ער וואָלט געקאָנט זען די ייִדישע מחנה אינעם מידבר, כּדי "אָנצוצילן" זײַן קללה ווי געהעריק. אויפֿן וועג צו דעם באַרג, האָט זײַן אייזלטע דערזען אַ מלאך און האָט אָנגעהויבן רעדן. נישט געקוקט אויף דעם דאָזיקן אויסטערלישן נס, האָט בלעם געפּרוּווט גיין ווײַטער. דער מלאך האָט אים געלאָזט, אָבער געוואָרנט, אַז ער מעג בלויז איבערחזרן פּינקטלעך די ווערטער, וועלכע דער רבונו־של־עולם וועט אַרײַנלייגן אין זײַן מויל. עס איז שווער צו דעפֿינירן דעם טערמין "פֿאָלקלאָר", אָבער פֿאַרשיידענע דעפֿיניציעס האַלטן, אַז די סטרוקטור פֿון דעם "פֿאָלקלאָר", דאַרף מער ווייניקער זיך נישט ענדערן במשך פֿון אַ צײַט, כּדי צו ווערן אָנגענומען ווי טראַדיציאָנעל. ווען דער וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן האָט פֿאַרשריבן דעם שמועס צווישן אַן אונטערוועלטניק און זײַן "פֿרײַער", בײַ וועמען ער האָט אויסגעפּרעסט געלט, האָט ער דערקענט אין דעם משׂא־מתּן אַ סטרוקטור, וואָס איז געווען כּדאַי צו פֿאַרשרײַבן. אין דעם זינען, איז לעהמאַן געווען פּיאָנעריש וואָס שייך דער דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר. אין אַ באַנד "ייִוואָ־בלעטער" (נײַע סעריע, באַנד 4) האָב איך באַשריבן די איינציקע זאַמלונג פֿון ייִדישע קלאָגענישן אויף דער וועלט. די ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע אין ווילנע, אין פֿרילינג, 1928, האָט געבעטן די ייִוואָ־זאַמלערס אין פּוילן און אַנדערע לענדער, צו באַשרײַבן און פֿאַרשרײַבן 1) דעם מינהג פֿון "קלאָגערינס" (אויך באַקאַנט ווי "קלאָגמוטערס"); 2) די קלאָגענישן וואָס מע הערט אויף אַ לוויה; 3) ספּעציעלע נוסחאָות פֿון הספּדים. וועגן דער טראַדיציע פֿון קלאָגערינס, קלאָגמוטערס און באַוויינערינס, שרײַבט פּרטימדיק אַבֿרהם רעכטמאַן, פֿון אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אין זײַן באַנד "ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר". אַנ־סקיס זאַמלאַרבעט האָט מען דורכגעפֿירט מיט אַ דור פֿריִער פֿונעם ייִוואָ, און אין דער קורצער צײַט, מיט דער קאַטאַסראָפֿאַלער ערשטער וועלט־מלחמה אין מיטן, איז כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די אַלטע קלאָגמוטער־טראַדיציע. זשאַן באַומגאַרטן, דער פֿראַנצויזישער ייִד, איז אַ פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדיש און פֿון אַלט־אַלטער ליטעראַטור אויף ייִדיש. זײַן בוך "דער אַרײַנפֿיר אין דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור" (אין פֿראַנצויזיש, פּאַריז, 1993) האָט געמאַכט אַ רושם: דער מחבר איז געוואָרן באַלוינט מיט אַ פּרײַז — זײַן פֿאָרשונג איז אַ טיפֿער אַרײַנבליק אינעם אויסוויקל פֿון אונדזער אַלט־ייִדיש. זשאַן באַומגאַרטן טוט באַמערקן, אַז אין די סופֿיקע יאָרן פֿון מיטלעלטער און אינעם אָנהייב פֿון דער נײַער צײַט ווערט אַ לשון־קודש־טעקסט פֿון אַ רעליגיעזן כאַראַקטער שוין בלויז צוגענגלעך פֿאַר אַ באַגרענעצטן עולם, ווײַל דאָס רובֿ עמך־מענטשן באַקומען שוין אַ קנאַפּע בילדונג. בכדי דער פֿאָלקס־עולם זאָל זיך באַקענען מיט די ייִדיש־טראַדיציאָנעלע יסודות מוזן אַשכּנזישע ייִדן אָנקומען צו אַ "טײַטש"־כּתבֿ. * * * מען דאַרף זאָגן, אַז די צײַט פֿון רענעסאַנס איז אַ קוואַל פֿון שאַרפֿע אינטעלעקטועלע קעפּ: שרײַבער, פּאָעטן און פֿילאָלאָגן, פֿאָרשער פֿון אַלטערטימלעכע קולטורן און שפּראַכן, דאַרונטער פֿון אונדזער לשון־קודש. היות דער רענעסאַנס האָט באַאײַנפֿלוסט די ייִדישע סבֿיבֿה אין איטאַליע האָבן זיך אויך בײַ ייִדן דאָרט באַוויזן הומאַניסטן — שאַרפֿע קעפּ. איינער אַזאַ שאַרפֿער ייִדישער קאָפּ איז געווען אליהו בחור, דער מחבר פֿון באַרימטן "בבֿא"־בוך, וואָס איז אַרויס אין דרוק אין 1541. דאָס ווערק, אין פֿערזן און אין גײַסט פֿון איטאַליענישן הומאַניזם, איז דאָס ערשטע נישט־רעליגיעזע ווערק אין אַלטן לשון־ייִדיש. בײַם ניו־יאָרקער ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין יאַנואַר האָט מען געוויזן דעם פֿילם "ראָמעאָ און דזשוליעט אין ייִדיש" פֿון איוו אַנענבערג, און די פּרעסע האָט אַ סך געשריבן סײַ וועגן דעם אויסטערלישן פֿילם, און סײַ וועגן דער חסידישער וועלט. אונדזער מיטאַרבעטערין, רחל שעכטער, האָט אינטערוויויִרט די אַקטיאָרן צו יענער צײַט און באַשריבן דעם "הו־האַ" אַרום אַ סעקס־סצענע. די וואָך, דעם 8טן יולי, וועט דער פֿילם געוויזן ווערן אַ לענגערע צײַט אינעם נײַעם קינאָ בײַם "לינקאָלן־צענטער" אין מאַנהעטן — אַ גרויסער כּבֿוד — און מיר האָבן איצט די געלעגנהייט דעם פֿילם צו רעצענזירן. די רעזשיסאָרין, איוו אַנענבערג, האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר וועלכער פֿאַרבינדט עטלעכע נאַראַטיוון, מיטן טראָפּ אויף דער קשיא — ווי זעצט מען איבער אַ שפּראַך, אַ קולטור, אַ לעבן־שטייגער? דעריבער נעמט אָן דאָס וואָרט "איבערזעצן" אַ סך אַ רײַכערן באַטײַט ווי נאָר איבערזעצן ווערטער. געוועזענע יונגע ברוקלינער חסידים וואָס זענען אַוועק פֿון זייערע היימען און קהילה, פּרוּוון זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער גרויסער וועלט, אָבער עס קומט זיי נישט אָן לײַכט. אַ ביסל שווינדלערײַ דאָ, אַ ביסל ליגנערײַ דאָרט, אָבער מיט אַ מאָל באַקומען זיי די געלעגנהייט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט דורך איבערזעצן אויף ייִדיש און פֿאַרהײַנטיקן שייקספּירס קלאַסישע טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" — כאָטש זיי קענען זיך אויס אין דעם טעקסט, ווי אַ האָן אין בני־אָדם. אויב איך פֿיר ריכטיק דעם חשבון, איז עס מײַן פֿערטער (און זיכער דער לעצטער) אַרטיקל "וועגן מאָסקווע", און ווי פֿריִער, וועט דאָ גיין די רייד ניט אַזוי וועגן מאָסקווע גופֿא, ווי וועגן מײַנע "אויסגראָבונגען" אין מאָסקווער אַרכיוון. צווישן די מאַטעריאַלן, וועלכע איך האָב באַצײַטנס באַשטעלט אין די אַרכיוון, איז געווען אויך די סטענאָגראַמע פֿון אַ זיצונג פֿונעם שלום-עליכם-קאָמיטעט אין נאָוועמבער 1938. כ׳האָב עס געוואָלט לייענען, ווײַל צו דער צײַט ווען דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס" וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן, וועט דער אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ" אָנהייבן אַרבעטן איבערן באַנד Translating Sholem Aleichem: History, Politics and Art ("איבערזעצנדיק שלום-עליכם: געשיכטע, פּאָליטיק און קונסט"). ווי אַ שותּף אין דעם דאָזיקן פּראָיעקט, האָב איך געוואָלט פֿאַרפּינקטלעכן עטלעכע זאַכן פֿאַר מײַן קאַפּיטל, וואָס הייסט "סאָוועטישער שלום-עליכם". די סטענאָגראַמע האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ דאָקומענט, וואָס איז אָנגעלאָדן מיט מער אינפֿאָרמאַציע איידער איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. דער דאָזיקער באַריכט פֿון אַ זיצונג פֿאַרדינט, מע זאָל אים פֿאַרעפֿנטלעכן און קאָמענטירן. אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה. און איצט, וועל איך זיך אָפּשטעלן נאָר אויף אַ פּאָר פּרטים. אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז די טעג פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע, מיטן אָנטייל פֿונעם מחבר, טימאָטי סנײַדער, וועלכער האָט ערשט נישט לאַנג אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן היטלערן און סטאַלינען, און ווער פֿון זיי ביידן איז געווען אַ גרעסערער מערדער, טיראַן, סאַדיסט, אַ פּסיכאָפּאַט און געליטן פֿון פּאַראַנאָיע וכ׳. לויט דעם מחבר קומט אויס אַז היטלער האָט איבערגעצויגן דאָס שטריקל און איבערגעשטיגן סטאַלינען. נאָך אַלעמען, סטאַלין האָט זיך אונטערגענומען אויפֿצושטעלן אַרום זיך אַ וועלט פֿון קבֿרים אויף קבֿרים, אָפֿיציעל אײַנגעשטעלט שקלאַפֿן־דינסט און צעטראָטן מענטשלעכע פֿרײַהייט אין די סיבירער טײַגעס, קעלטן און פֿרעסט. נישט איין גולאַג און פֿון דאָרט איז מען זעלטן אַרויס מיט גאַנצע ביינער, אָדער אויסגעגאַנגען פֿון הונגער, קרענק און שווערער שקלאַפֿן־אַרבעט. אַרום דעם פּאָדיום אין קאָלומביע זײַנען געזעסן פּראָפֿעסאָרן וועלכע האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט פּוילישע, אוקראַיִנישע און ליטווישע שטודיעס. זיי האָבן אַרײַנגעקוקט אין צוגעגרייטע רעפֿעראַטן, געפּינטלט מיט די אויגן. יעדעס מאָל מ׳האָט דערמאָנט דעם חורבן, האָט מען זיך געדרייט אויפֿן קאָרעק ווי אַ בער אויף אַ שטריק. דער פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי מערדער־טיראַנען קומט בײַ מיר אויס גראָטעסקער בײַשפּיל. דער מחבר ציטירט אַ סך ציפֿערן, אַ וועלט מיט סטאַטיסטיק און דאָקומענטאַציע, און קומט צום אויספֿיר, אַז ביידע — סטאַלין און היטלער — זײַנען געווען פּסיכאָפּאַטן, און נישט נאָר געהאַט בדעה אײַנצושלינגען דעם גאַנצן ערדקוגל, נאָר אויך אין צווישנצײַט עלימינירן גאַנצע פֿעלקערשאַפֿטן וואָס האָבן בײַ זיי אונטערגעצונדן די בלוטן. טײַערע חזנטע,
מײַנע קינדער האָבן פֿאַרענדיקט דעם לערן־זמן יענע וואָך, און זיי מאַכן מיר שוין משוגע. איך ווייס נישט וואָס צו טאָן מיט זיי. אַלע זייערע חבֿרים זענען אַוועקגעפֿאָרן אין זומער־קעמפּס — אַ לוקסוס, וואָס מיר קענען זיך נישט פֿאַרגינען. זיי שטייען אויף זייער שפּעט, טוען גאָרנישט און קוקן אויף טעלעוויזיע דעם גאַנצן טאָג, קריגן זיך כּסדר און דאָס איז אַלץ. מיט וואָס קען איך זיי באַשעפֿטיקן די קומעדיקע נײַן וואָכן? זיי זענען 8, 11 און 14 יאָר אַלט. זומערדיקע מאַמע טײַערע זומערדיקע מאַמע, יאָ, אײַערע קינדער דאַרפֿן מיט עפּעס זיך פֿאַרנעמען בעת די זומער־חדשים, און דאַרפֿן פֿאָלגן נאָך עפּעס אַ סטרוקטור בײַ טאָג. זומערלעב — ס'איז די צײַט צו שלאָפֿן שפּעט, קוקן אויף טעלעוויזיע און זײַן אויסגעשפּאַנט. אָבער, פֿון דעסטוועגן, דאַרפֿן זיי האָבן אַקטיוויטעטן און צילן צו דערגרייכן. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט, איר זאָלט זיך אַוועקזעצן מיט יעדן קינד באַזונדער, און דורכשמועסן מיט אים וועגן אַ געוויסן ציל פֿאַר דעם זומער. אפֿשר קען דאָס עלטסטע קינד געפֿינען אַרבעט ווי אַ קינדהיטער, אָדער אַרבעטן אין אַ געשעפֿט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. אפֿשר וויל איינער פֿון זיי זיך לערנען ווי צו שווימען, אָדער בעסער זיך צוגרייטן פֿאַר דער שול און לייענען ביכער, אָדער פּראַקטיצירן אויף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט. |