שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טײַערע חזנטע,

מײַנע קינדער האָבן פֿאַרענדיקט דעם לערן־זמן יענע וואָך, און זיי מאַכן מיר שוין משוגע. איך ווייס נישט וואָס צו טאָן מיט זיי. אַלע זייערע חבֿרים זענען אַוועקגעפֿאָרן אין זומער־קעמפּס — אַ לוקסוס, וואָס מיר קענען זיך נישט פֿאַרגינען. זיי שטייען אויף זייער שפּעט, טוען גאָרנישט און קוקן אויף טעלעוויזיע דעם גאַנצן טאָג, קריגן זיך כּסדר און דאָס איז אַלץ. מיט וואָס קען איך זיי באַשעפֿטיקן די קומעדיקע נײַן וואָכן? זיי זענען 8, 11 און 14 יאָר אַלט.

זומערדיקע מאַמע


טײַערע זומערדיקע מאַמע,

יאָ, אײַערע קינדער דאַרפֿן מיט עפּעס זיך פֿאַרנעמען בעת די זומער־חדשים, און דאַרפֿן פֿאָלגן נאָך עפּעס אַ סטרוקטור בײַ טאָג. זומערלעב — ס'איז די צײַט צו שלאָפֿן שפּעט, קוקן אויף טעלעוויזיע און זײַן אויסגעשפּאַנט. אָבער, פֿון דעסטוועגן, דאַרפֿן זיי האָבן אַקטיוויטעטן און צילן צו דערגרייכן. איך וואָלט פֿאָרגעלייגט, איר זאָלט זיך אַוועקזעצן מיט יעדן קינד באַזונדער, און דורכשמועסן מיט אים וועגן אַ געוויסן ציל פֿאַר דעם זומער. אפֿשר קען דאָס עלטסטע קינד געפֿינען אַרבעט ווי אַ קינדהיטער, אָדער אַרבעטן אין אַ געשעפֿט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. אפֿשר וויל איינער פֿון זיי זיך לערנען ווי צו שווימען, אָדער בעסער זיך צוגרייטן פֿאַר דער שול און לייענען ביכער, אָדער פּראַקטיצירן אויף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט.

זאָלן זיי אַליין טראַכטן פֿון אַ מעגלעכן ציל. אַחוץ דעם, דאַרפֿט איר זײַן שאַפֿעריש און אויך טראַכטן פֿון אינטערעסאַנטע אַקטיוויטעטן: אַ נסיעה אין אַ מוזיי צי צו דער פּלאַזשע, אַ שפּאַציר אין די בערג, אַ פּיקניק; זיי אויסלערנען ווי צו קאָכן, אאַ״וו. זאָלן אַלע זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם צוזאַמען — כ'בין זיכער, אַז איר וועט זיך דערטראַכטן צו עפּעס אַזוינס און אַזעלעכס!


טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן האָט זייער ליב ספּאָרט, און איך האָב פֿײַנט ספּאָרט. יעדן זונטיק קוקט ער אויף ספּאָרט דעם גאַנצן טאָג. איך טרײַב נישט איבער — ער קוקט פֿון גאַנץ פֿרי ביז שפּעט אין אָוונט און קוקט אויף די שפּילן וואָס ער האָט פֿאַרפֿעלט במשך פֿון דער וואָך. זונטיק איז דער איינציקער טאָג וואָס מיר קענען פֿאַרברענגען צוזאַמען און ער פֿאַרברענגט דעם טאָג מיט ספּאָרט, אַנשטאָט מיט מיר. וווּ איז יושר? איך דאַרף אָפּזאָגן פֿאַרבעטונגען אויף וועטשערעס צוליב אים. ווי קענען מיר דערגיין צו אַ פּשרה?

נישט קיין ספּאָרטלער


טײַערע נישט־קיין־ספּאָרטלער,

איך לייג אײַך פֿאָר דאָס ווײַטערדיקע: קלײַב אויס איין ספּאָרט, וואָס איר קענט קוקן אויף דעם עטלעכע שעה, אַפֿילו ווען איר האָט נישט קיין הנאה פֿון דעם. בעט בײַ אים, ער זאָל אײַך אויסלערנען ווי מע שפּילט דעם ספּאָרט, און זיץ מיט אים צוזאַמען זונטיק במשך פֿון איין שפּיל זונטיק פֿון דעם ספּאָרט.

דערנאָך דאַרף ער אויסקלײַבן עטלעכע שעה אין טאָג ווען ער דאַרף עפּעס טאָן מיט אײַך צוזאַמען און זיך אָפּזאָגן פֿון קוקן אויף איין שפּיל. נאָך מער — אויב איר האָט אַ ספּעציפֿישע בקשה צו טאָן עפּעס אין אַ זונטיק, דאַרף ער איין זונטיק אַ חודש זיך נאָכגעבן און טאָן די אַקטיוויטעט מיט אײַך. איך האָף, אַז דאָס וועט העלפֿן.


טײַערע חזנטע,

איך האָב זיך צעקריגט מיט מײַן פֿופֿציק־יעריקער טאָכטער, און מיר רעדן נישט צווישן זיך שוין אַ וואָך. ווי לאַנג זאָל איך לאָזן מײַן שטאָלץ הערשן איבער מײַנע געפֿילן, ביז איך גיב איר אַ קלונג אויפֿן טעלעפֿאָן?

שטאָלצע מאַמע


טײַערע שטאָלצע מאַמע,

וואַרט נישט — יעדע רגע איז טײַער.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024