|
בערך 1,000 מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט קעגן דעם אַרעסט
פֿון הרבֿ דבֿ ליור (אויבן, רעכטס), מאָנטיק, אין ירושלים
|
Credit: Getty Images |
דאָנערשטיק, דעם 27סטן יוני, האָט די ישׂראל־פּאָליציי אַרעסטירט אויף אַ קורצער צײַט דעם רבֿ דבֿ ליאור פֿון קרית־אַרבע, נעבן חבֿרון, איינער פֿון די פּראָמינענטע מנהיגים פֿון רעליגיעזן ציוניזם.
די סיבה: מיט אַ צײַט צוריק איז ער געווען אײַנגעלאַדן צו קומען אין דעם פּאָליציי־אַמט, אויפֿן סמך פֿון דעם חשד, אַז ער האָט געהעצט קעגן דער רעגירונג; אַז ער האָט געשטיצט די באַהויפּטונגען אין דעם ספֿר "תּורת־המלך", וואָס דערלויבט לויט דער הלכה, צו הרגענען אַ גוי, אין דעם פֿאַל אַ ישׂראל־אַראַבער, אָן וועלכער עס איז שולד.
דער חשובֿער רבֿ האָט עפֿנטלעך איגנאָרירט די דאָזיקע אײַנלאַדונג פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי. ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז ער איז ניט מחויבֿ אויסצופֿילן די דאָזיקע פֿאַרבעטונג צו ווערן אויסגעפֿאָרשט פֿון דער פּאָליציי.
ווען ער איז אין יענעם טאָג אָנגעקומען קיין ירושלים האָט אים די פּאָליציי פּלוצלינג געכאַפּט און אַוועקגעפֿירט אין אויספֿאָרשונגס־אַמט אין לוד, און נאָך אַ קורצן פֿאַרהער האָט מען אים באַפֿרײַט.
עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי די ידיעה וועגן דעם אַרעסט האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט אומעטום, צווישן די רעכטע, עקסטרעמע, מיליטאַנטישע רעליגיעזע קרײַזן. נאָכמיטאָג האָבן הונדערטער פֿון זיי זיך פֿאַרזאַמלט און באַלאַגערט דעם בנין פֿון העכסטן געריכט אין צענטער פֿון שטאָט, אַן אַנדער גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט און פֿאַרשטאָפּט דעם שאָסיי בײַם אַרײַנקום אין ירושלים. דאָס זעלבע איז געשען אין אַנדערע שטעט און ייִשובֿים.
גרויסע כּוחות פֿון דער פּאָליציי, מיט דער הילף פֿון מאָטאָריזירטע פּאַנצער־אויטאָס און רײַטער־פּאָליציי, האָבן קאָנטראָלירט די רוישיקע דעמאָנסטראַנטן, וועלכע האָבן געהאַלטן פּלאַקאַטן מיט שרײַענדיקע אויפֿשריפֿטן: "כּבֿוד לתּורה!!!", "כּבֿוד לרבֿ דבֿ ליאור!!!" (כּבֿוד פֿאַר תּורה, כּבֿוד פֿאַרן רבֿ דבֿ ליאור).
אין רעזולטאַט פֿון די צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, זענען געווען אַ צאָל פֿאַרוווּנדעטע דעמאָנסטראַנטן און אויך צווישן דער פּאָליציי. זיי האָבן געטראָגן אויף זייערע אַקסלען דעם הרבֿ ליאור, און בײַם אַרײַנגאַנג אין דער ישיבֿה "מרכּז־הרבֿ", וווּ עס האָבן אים אָפּגעוואַרט אַ צאָל רבנים, צווישן זיי איז אויך געווען הרבֿ יצחק שפּיראָ, דער מחבר פֿון דעם ספֿר "תּורת־המלך".
פֿאַר די הונדערטער פֿאַרזאַמלטע אין דער ישיבֿה האָט הרבֿ ליאור דערקלערט, אַז "תּלמידי־הכמים, וועלכע באַווײַזן אַרויסצוגעבן אַ ספֿר, נייטיקן זיך ניט אין קיין 'הסכּמות’ און דערלויבענישן פֿון אַ 'קאָמיסאַר’. דאָס באַשולדיקן רבנים, וועלכע פֿאָרשן און גיבן אַרויס ספֿרים מיט פּירושים אויף דער תּורה און הלכה, אין ראַסיזם און דיסקרימינאַציע קעגן ניט־ייִדן, שטאַמט נאָר פֿון די באַרבאַרישע פֿעלקער. עס איז אַ בלוט־בילבול קעגן תּלמידי־חכמים. די תּורה נייטיקט זיך ניט אין 'הסכּמות’ פֿון קיינעם", האָט דערקלערט הרבֿ דבֿ ליאור.
יאיר ליאור, דער זון פֿון הרבֿ ליאור, האָט דערקלערט פֿאַר דער פּרעסע: "...מײַן פֿאָטער, וועלכער איז 77 יאָר אַלט, איז אין מיטן העלן טאָג אַרעסטירט געוואָרן אין ירושלים. עס איז אַן השפּלה (באַליידיקונג) און אַ פּחיתות־הכּבֿוד, אַ דערנידעריקונג פֿון דער תּורה גופֿא און פֿון די לומדי־תּורה, די רבנים מיט זייערע תּלמידים, ישיבֿה־בחורים, וואָס לערנען תּורה", האָט ער געזאָגט.
די רבנים הראָשים, די הויפּט־רבנים פֿון דער מדינה, האָבן זיך אויך אָנגעשלאָסן אין די פּראָטעסט־אויסדרוקן. זיי האָבן דערקלערט, אַז דער אַרעסט פֿון הרבֿ ליאור איז געווען "אַ שווערער קלאַפּ" און אַ באַליידיקונג פֿון איינעם פֿון די גדולי־הדור פֿון ישׂראל.
די תּושבֿים פֿון די ייִשובֿים אין די "שטחים" פֿון יהודה און שומרון און אַנדערע קאָלאָניעס האָבן פּראָטעסטירט קעגן דער ישׂראל־פּאָליציי, וואָס האָט געוואַגט צו באַליידיקן ניט נאָר דעם הרבֿ ליאור אַליין, נאָר אויך די אַנדערע רבנים אין ישׂראל בכלל. זיי האָבן געפֿאָדערט, אַז די פּאָליציי זאָל זיך אַנטשולדיקן פֿאַר די רבנים פֿאַר איר האַנדלונג.
דערקעגן דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, ווי אויך אַ צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן האָבן באַרעכטיקט דעם אַרעסט פֿון הרבֿ דבֿ ליאור, דערקלערנדיק, אַז "מדינת־ישׂראל איז אַ לאַנד פֿון געזעץ און קיינער איז ניט אויסערן געזעץ, וואָס פֿאַרפֿליכט אַלע בירגער גלײַך, פֿון דעם פּשוטן אַרבעטער און בירגער ביז דעם פּרעזידענט, פּרעמיער־מיניסטער, כּנסת־דעפּוטאַטן און אויך די רבנים, וועלכע באַקומען זייערע שׂכירות פֿון דער רעגירונג. אויב די יוסטיץ־אָרגאַנען פֿון דער מדינה האָבן געהאַלטן פֿאַר נייטיק אויסצופֿאָרשן הרבֿ דבֿ ליאור, איז זײַן פֿליכט געווען אויסצופֿאָלגן דעם פֿאַרבעט פֿון דער פּאָליציי", האָט דערקלערט דער וואָרטזאָגער פֿון ביבי נתניהו.
גאָר שאַרף האָט זיך אויסגעדריקט יוסי שׂריד, געוועזענער בילדונגס־מיניסטער און כּנסת־דעפּוטאַט, אין זײַן וועכנטלעכן אַרטיקל אין דער צײַטונג "האָרץ" פֿון דעם 28סטן יוני:
"…ליאור איז פֿאַרבעטן געוואָרן צו קומען אין דעם אויספֿאָרשונגס־אַמט פֿון דער פּאָליציי, ווײַל ער האָט געגעבן זײַן 'הסכּמה’ און געשטיצט די שטעלונג פֿון זײַן קאָלעגע הרבֿ יצחק שפּיראָ, אַז לויט דער 'הלכה’ איז דערלויבט צו הרגענען גויים, פּונקט אַזוי ווי עס האָבן געהאַנדלט די ייִדן לגבי דעם אַמאָליקן עמלק, וועלכער איז פֿאַרקערפּערט הײַנט צו טאָג אין דעם אַראַבער און קריסט, די הײַנטיקע שׂונאי־ישׂראל".
ווײַטער זאָגט יוסי שׂריד אין זײַן אַרטיקל:
"...הרבֿ ליאור פֿון קרית־אַרבע, יצחק שפּיראָ פֿון יצהר און די רבנים פֿון די רעליגיעזע, ציוניסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן באַרעכטיקט דעם רוצח ד״ר ברוך גאָלדשטיין צו מאָרדן אַראַבער אין דער מערת־המכפּלה אין חבֿרון, און קרוינען אים ווי אַ קדוש — אַ הייליקער. זיי האַלטן, אַז אַ רעגירונגס־באַאַמטער, אַפֿילו די פּאָליציי פֿון דער מדינה, האָט ניט קיין רעכט צו זאָגן די רבנים ווי צו פּסקענען און אויסטײַטשן די הלכה פֿון דער תּורה.
...'אונדזער הייליקע תּורה’, זאָגן זיי, 'איז אויסערן מלוכישן געזעץ און עס קומט ניט אין באַטראַכט, אַז אַ רבֿ וואָס פֿאָרשט די תּורה און הלכה, זאָל ניט קענען פֿרײַ אַרויסזאָגן זײַן פּירוש און פּסקענען ווי ער פֿאַרשטייט עס’".
יוסי שׂריד פֿאַרענדיקט זײַן אַרטיקל מיט דער האָפֿענונג און פֿראַגע:
"ווען, ווען וועלן מיר זיך שוין באַפֿרײַען פֿון דער אָנשיקעניש און שאַנד, און זיך אומקערן צוריק צו ציון, מיט אַ ביסל רחמים..."
דער ספֿר "תּורת־המלך", וואָס דערלויבט לפֿי "הלכה" הרגענען גויים
דער ספֿר "תּורת־המלך", צוליב וועלכן די ישׂראל־פּאָליציי האָט צײַטווײַליק אַרעסטירט הרבֿ דבֿ ליאור, וואָס האָט אַרויסגערופֿן מאַסן־דעמאָנסטראַציעס און פּראָטעסטן מצד די רעכטע רעליגיעזע, נאַציאָנאַליסטישע קרײַזן אין ירושלים און אַנדערע שטעט איבערן לאַנד, איז דערשינען נאָך אין יאָר 2009. שוין דאַן האָט עס אויפֿגערודערט אַ שטאַרקע רעאַקציע און קריטיק אין ישׂראל. די מחברים פֿון דעם דאָזיקן, פּראָוואָצירנדיקן, רעליגיעזן ספֿר זענען די רבנים פֿון דער ישיבֿה "עוד יוסף חי", וואָס געפֿינט זיך אין דעם ייִשובֿ יצהר, נעבן שכם, הרבֿ יצחק שפּיראָ און הרבֿ יוסי אליצור. דער ספֿר פֿאַרמאָגט 203 זײַטן אין וועלכע עס ווערן באַהאַנדלט סוגיות (פּראָבלעמען), וואָס האָבן צו טאָן מיט אָנווײַזונגען ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן אין געוויסע פֿאַלן לגבי גויים אין דער צײַט פֿון מלחמה.
דער דאָזיקער ספֿר האָט באַקומען "הסכּמות" פֿון א צאָל "וויכטיקע" און "חשובֿע" רבנים אין לאַנד, ווי הרבֿ דבֿ ליאור, הרבֿ יעקבֿ יוסף, זון פֿון הרבֿ עובֿדיה יוסף, הרבֿ אליהו פֿון צפֿת, הרבֿ דרוקמאַן פֿון קרית־מוצקין א״אַנד.
די פּאָליציי האָט אײַנגעלאַדן די צוויי מחברים צו אַן אויספֿאָרש, וואָס שייך דעם אינהאַלט פֿון דעם דאָזיקן ספֿר. די מחברים האָבן עפֿנטלעך זיך אַנטזאָגט צו קומען צו דעם דאָזיקן אויספֿאָרש, מיט דער טענה, אַז וואָס שייך תּורה און "הלכה" זענען זיי פֿרײַ אַרויסצוזאָגן זייערע רבנישע פּירושים און מסקנות און זיי דאַרפֿן ניט באַקומען אַ דערלויבעניש דערצו פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי, אָדער פֿון אַנדערע רעגירונגס־אָנגעשטעלטע.
נאָך אַ העצערישער,
אַנטי־אַראַבישער אַקט
פֿון אַ גרופּע רבנים אין לאַנד
אין צוזאַמענהאַנג מיט די געשעענישן אַרום דעם אויבן־דערמאָנטן ספֿר "תּורת־המלך", איז כּדאַי איך זאָל דערמאָנען פֿאַר אונדזערע לייענער אין אויסלאַנד, דעם ענלעכן פֿאַל וואָס רבנים האָבן גובֿר געווען אין חודש דעצעמבער פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, וואָס האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ גרויסע אויפֿרודערונג אין לאַנד.
עס האַנדלט זיך אין אַ קול־קורא, אַן אָפֿענעם בריוו, וואָס אַ גרופּע רבנים, בראָש מיט הרבֿ שמואל אליהו פֿון צפֿת און אַנדערע 17 רבנים פֿון שטעט, האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער פּרעסע, וווּ זיי רופֿן די ייִדישע בירגער פֿון לאַנד "ניט צו פֿאַרקויפֿן און ניט צו פֿאַרדינגען זייערע דירות, אָדער לאַנד, צו אַ גוי, אַן אַראַבער אָדער קריסט". צו דער דאָזיקער גרופּע זענען שפּעטער צוגעשטאַנען נאָך אַ צאָל רבנים פֿון אַנדערע שטעט. דער דאָזיקער עפֿנטלעכער בריוו איז ווײַט באַקאַנט ווי דער "בריוו פֿון רבנים".
אין דעם דאָזיקן בריוו גיבן אָן די רבנים, ניט מער און ניט ווייניקער, די סיבות וואָס מאָטיווירן זייער "פּסק־הלכה":
"...היות ווי זייער שטייגער־לעבן איז אַנדערש ווי אונדזערער און זיי געפֿינען זיך צווישן אונדז, און זיי האַסן אונדז, איז אַ סכּנה, ממש סכּנות־נפֿשות צו לאָזן זיי וווינען צווישן אונדז".
הרבֿ יוסף־דוד דרוקמאַן פֿון קרית־מוצקין, איינער פֿון די רבנים, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו, האָט דערקלערט פֿאַר דער פּרעסע, אַז עס זענען דאָ שטעט, וועלכע מען האָט דעראָבערט מיט בלוט און שווייס פֿון אונדזערע ייִדישע זעלנער. "ליידער זענען דאָ", זאָגט הרבֿ דרוקמאַן, "צווישן אונדז ייִדןּ, אַנחנו בני־ישׂראל, וועלכע זענען גרייט דאָס צו טאָן פֿאַר גוט געלט, וואָס קומט פֿון אַראַבישע קוואַלן, אונדזערע אַראַבישע און קריסטלעכע שׂונאי־ישׂראל."
אין דעם דאָזיקן בריוו שטרײַכן די רבנים אונטער, אַז עס איז דאָ אין דער הלכה אַן איסור (פֿאַרבאָט) פֿאַר אַ ייִד צו פֿאַרדינגען זײַן דירה צו אַ גוי און דער וואָס טוט עס, דאַרף באַשטראָפֿט ווערן מיט אַ נידוי (אַרײַנלייגן אים אין חרם). זײַנע באַקאַנטע דאַרפֿן זיך דערווײַטערן פֿון אים, ניט שטיין מיט אים אין קאָנטאַקט, און ניט אויפֿרופֿן אים צו דער תּורה.
ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, האָט דער דאָזיקער בריוו אַרויסגערופֿן אַ שטורעם צווישן די ליבעראַלע און אַקאַדעמישע קרײַזן אין לאַנד, ווי די שרײַבער יהושוע סאָבאָל, יורם קניוק, פּראָפֿעסאָרן פֿון די אוניווערסיטעטן, פּאָליטיקער, שולמית אַלוני און אַ גרויסער צאָל אַנדערע.
זיי האָבן זיך געוואָנדן צו דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער ישׂראל־רעגירונג ווײַנשטיין, ער זאָל רעאַגירן אויף דעם דאָזיקן שענדלעכן "פּאַשקוויל" אין דער פּרעסע, וואָס רופֿט צו דיסקרימינאַציע און העצט קעגן די אַראַבישע און קריסטלעכע בירגער פֿון לאַנד.
* * *
דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג ווײַנשטיין האָט צוגעזאָגט אויסצופֿאָרשן די רבנים, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן דעם דאָזיקן בריוו, דעם שענדלעכן "קול־קורא".
עס זענען שוין פֿאַרבײַ אַ היפּשע עטלעכע חדשים זינט דאַן. דערווײַל האָט מען נאָך אַלץ ניט געהערט וועגן די רעזולטאַטן פֿון דער דאָזיקער אויספֿאָרשונג. די דאָזיקע רבנים זיצן נאָך אַלץ אויף זייער כּיסא־הרבנות און זיי באַקומען נאָך אַלץ זייערע שׂכירות פֿון דער רעגירונג גופֿא, אָדער פֿון זייערע מוניציפּאַליטעטן.
בכלל איז עס גוט באַוווּסט, אַז ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַן אָנקלאַגע קעגן רבנים, איז עס אַ "פֿאַרשלעפּטע קרענק". די יורידישע און לעגאַלע רעדער קעגן רבנים דרייען זיך דאָ זייער פּאַמעלעך און זייער לאַנגזאַם. זייערע טעקעס ליגן ערגעץ וווּ אין די פֿאַרשטויבטע און פֿול־געפּאַקטע אַרכיוון פֿון די געריכטן. זיי וועלן מסתּמא נאָך בלײַבן ליגן דאָרטן ביז משיח וועט קומען, און דאַן וועלן די אַלע אָנקלאַגעס במילא אויסגעגלײַכט און אין גאַנצן פֿאַרגעסן ווערן...