מיט 70 יאָר צוריק, דעם 4טן יולי 1941 האָבן די דײַטשן צונויפֿגעטריבן אין ריגע, אין דער כאָראַל־שיל די ייִדישע פּליטים פֿון שאַוול און אַ טייל אָרטיקע ייִדן, און זיי אַלע פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט. אינעם זעלבן טאָג זײַנען איבער לעטלאַנד צעשטערט געוואָרן 12 שילן. דער טאָג ווערט איצט, זינט לעטלאַנד האָט באַקומען איר אומאָפּהענגיקייט, אָפּגעמערקט, ווי דער אָנדענק־טאָג נאָך די ייִדישע קרבנות אין ריגע.
לויט די ידיעות, וואָס מיר האָבן באַקומען פֿון ריגע, איז דינסטיק, דעם 5טן יולי דאָרט דורכגעפֿירט געוואָרן אַן "אָנדענק־מאַרש", אין וועלכן ס'האָבן זיך באַטייליקט פֿאָרשטייער פֿון די אָרטיקע דײַטשישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס פֿאַראייניקן די קינדער און אייניקלעך פֿון יענע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער אַרמיי פֿון "דריטן רײַך".
איצט האָבן זיי געבעטן בײַ די ייִדן מחילה פֿאַר זייערע אָבֿות, וועלכע זײַנען באַגאַנגען די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס. נאָך 70 יאָר, זינט דער טראַגעדיע, האָבן אין איין קאָלאָנע מאַרשירט די קרובֿים פֿון די אומגעבראַכטע און פֿון די אומברענגער. אַזאַ אַקציע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "די טריט פֿון לעבעדיקע", קומט פֿאָר אין ריגע שוין דאָס צווייטע יאָר. הונדערטער מענטשן מיט אָנדענק־שאַרפֿן גייען דורך איבער די גאַסן, וווּ ס'איז אַמאָל געווען די ייִדישע געטאָ, און פֿאַרענדיקן זייער מאַרש בײַם מעמאָריאַלן דענקמאָל, אויפֿגעשטעלט אויפֿן אָרט, וווּ ס'איז פֿאַר דער מלחמה געשטאַנען די כאָראַל־שיל.
אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם איז פֿאָרגעקומען די ערשטע טרויער־אַקאַדעמיע. דער פֿירער פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע, פּאַסטאָר ביטנער, האָט באַטאָנט אין זײַן אויפֿטריט, אַז אינעם חורבן און אַנדערע פֿאַרברעכנס פֿון די נאַציס זײַנען שולדיק אַלע דײַטשן פֿון יענער צײַט — נישט בלויז די "עס־עס־לײַט", נאָר אויך די סאָלדאַטן פֿון "ווערמאַכט" — אַלע ווער ס'האָט געשטימט פֿאַר היטלערן און אַפֿילו די, וועלכע האָבן פֿאַרשטאַנען וואָס עס קומט פֿאָר, אָבער געשוויגן.
"דעם נעכטן איז שוין שווער צו ענדערן, אָבער מיר מוזן אין אים געדענקען און בעטן מחילה. אין נאָמען פֿון אונדזערע קרובֿים, וועלכע האָבן מיט זייערע טוענישן אָדער פּאַסיווקייט מיטגעהאָלפֿן אינעם דורכפֿירן די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס". — האָט געזאָגט דער פּאַסטאָר ביטנער, אַליין אַן אָפּשטאַמיקער פֿון טובינגער; דווקא פֿון אַן אָרט, פֿון וועלכן עס זײַנען אַרויס אַ סך באַקאַנטע נאַציסטן.
בעת דער צווייטער טרויער־אַקאַדעמיע, שוין אויפֿן אָרט פֿון דער פֿאַרברענטער שיל, האָט דער געוועזענער קאַצעטלער, היסטאָריקער מאַרגערטס וועסטערמאַניס דערמאָנט די פֿאַרזאַמלטע, אַז דאָס פֿאַרברענען די ייִדן דעם 4טן יולי 1941 איז פֿאָרגעקומען אויף די אויגן פֿון דער אָרטיקער לעטישער באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט גלײַכגילטיק אויף דעם געקוקט פֿון דער זײַט. ווײַטער זײַנען שוין די פֿאַרברעכנס פֿאָרגעזעצט געוואָרן אין די לעטישע שטעט און שטעטלעך.
די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט לעטלאַנד דעם 8טן יולי; און גלײַך האָבן זיך אָנגעהויבן די רדיפֿות קעגן די ייִדן. אַ גוטע שטיצע בײַם צוהעלפֿן די דײַטשן אומצוברענגען די ייִדישע באַפֿעלקערונג זײַנען געווען די אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן, די לעטן. די ייִדן האָט מען פֿאַרשפּאַרט אין די געטאָס און אין דעצעמבער 1941 ס'רובֿ פֿון די ריגער ייִדן אומגעבראַכט.
אָבער די ייִדן האָבן זיך נישט געלאָזט אויסשעכטן ווי בהמות. אין דער ריגער געטאָ האָט געאַרבעט אַן אונטערערדישע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון שיקע אָקון. מיט דער הילף פֿון די ריגער אונטערערדלער, האָבן זיי באַקומען געווער און שוין געהאַט געגרייט אַן אויפֿשטאַנד. אָבער אין 1942 האָט זיי אויסגעגעבן אַ פּראָוואָקאַטאָר און כּמעט אַלע זײַנען זיי אומגעקומען אין אַ שלאַכט מיט די פּאָליציאַנטן...
פֿאַר דער מלחמה, לויט דער ציילונג פֿון 1935, האָבן אין לעטלאַנד געלעבט 93 טויזנט 479 ייִדן. בעתן חורבן זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 70 טויזנט ייִדן.
כּבֿוד זייער אָנדענק!