- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ מיר אין שטוב ליגן עטלעכע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען פֿון חסידישע און אַנדערע פֿרומע שרײַבער. ווי עס זעט אויס, איז דער ציל פֿון די ביכער אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו פֿאַרווײַלן די לייענער, אַוודאי, אָבער צווייטנס, צו אינספּירירן אים (אָדער זי) וועגן דער פּראַכט פֿון גאָטס וועלט; אָנצוּווײַזן ווי אַזוי אַ מענטש קען געפֿינען אַ גײַסטיקן חיזוק אַפֿילו פֿון די פּשוטסטע טאָג־טעגלעכע געשעענישן. די ביכער זענען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט, און מײַדן אויס לשון־הרע (מיט אַנדערע ווערטער, קריטיק און נעגאַטיווע באַמערקונגען). דער ציל קלינגט שיין. די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די העלדן קומען אויס איין־זײַטיק. איך קען זיך מיט זיי נישט אידענטיפֿיצירן ווײַל אין מיר אַליין געפֿינען זיך דאָך סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע געפֿילן; סײַ האָפֿענונגען, סײַ אַנטוישונגען; סײַ פֿרייד, סײַ כּעס. דערפֿאַר, ווען איך לייען אַזאַ דערציילונג, קען איך נישט מיטפֿילן מיטן שרײַבער, סײַדן ער ווײַזט אָן זײַנע, אָדער זײַן העלדס אמתדיקע געפֿילן און געדאַנקען. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער געפֿונען אַ חסידישער שרײַבער אויף דער אינטערנעץ, וואָס שרײַבט יאָ פֿון האַרצן, און טאַקע אויף ייִדיש. מיט אַ קריטיש אויג און אַ שאַרפֿן הומאָר, גיט ער איבער זײַנע אָבסערוואַציעס סײַ פֿון דער חסידישער, סײַ פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט: וועגן ליבע און חתונה האָבן, וועגן ערלעכקייט און היפּאָקריטסווע, אַפֿילו וועגן זײַנע אייגענע סעסיעס בײַ אַ סעקולערער פּסיכאָטעראַפּעווטין. ער שרײַבט די אָבסערוואַציעס אונטערן פּסעוודאָנים, קטלא קניא (דער טײַטש דערפֿון: "אַיִר־שנײַדער" אָדער "פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ"), אינעם בלאָג* http://www.katlekanye.blogspot.com אויב אַ חסידישער שרײַבער וויל זיך אויסדריקן פֿראַנק־און־פֿרײַ, איז נישטאָ קיין בעסערער מיטל ווי די אינטערנעץ, ווײַל דאָרט קען מען בלײַבן אַנאָנים — אַ גרויסע מעלה, בפֿרט אויב דער שרײַבער האָט קינדער, וואָס ער וועט מיט דער צײַט, אם ירצה השם, דאַרפֿן משדך זײַן. און קטלא קניא האָט טאַקע אַ ווײַב מיט קינדער; דאָס זעט מען קלאָר פֿון זײַנע שרײַבונגען. אַ דאַנק דער אַנאָנימקייט פֿון דער אינטערנעץ, ציט קטלא קניאס בלאָג אויך צו קאָמענטאַרן פֿון אַנדערע חסידים, ווײַל ס׳איז אַזוי זעלטן, וואָס אַ חסיד קאָן אויף ייִדיש פֿרײַ אָנשרײַבן זײַנע טיפֿסטע געפֿילן — אַ זאַך וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט אַליין אַנטדעקט, ווען אַ חסיד מיט ווײַב און קינדער, האָט געשריבן אין דער רובריק "שאלות און תּשובֿות אין הילכות ליבע" (דעם 15טן פֿעברואַר), אַז ער וויל אַנטלויפֿן פֿון דער חסידישער וועלט, און זײַן בריוו האָט אַרויסגערופֿן אַ שלל מיט קאָמענטאַרן פֿון חסידישע לייענער. אין איינעם פֿון זײַנע לעצטע "שטיקלעך", פֿון פֿרײַטיק, דעם 27סטן מײַ, רעאַגירט קטלא קניא אויף דער געשעעניש אינעם חסידישן שטעטל, סקווער, ניו־יאָרק, מיט פֿינף טעג פֿריִער, אין וועלכן שאול שפּיצער, דער הויז־באַדינער פֿונעם סקווערער רבין, האָט געפּרוּווט אונטערצינדן דאָס הויז פֿון אַ צווייטן סקווערער חסיד, אַהרון ראָטנבערג, צוליב דעם וואָס ראָטנבערג האָט באַשלאָסן צו דאַווענען אין אַ דרויסנדיקער שיל, נישט אין דער הויפּט־שיל פֿונעם רבין. ווי אַ פּועל־יוצא פֿונעם אַטאַק, האָט ראָטנבערג געליטן פֿון ברען־וווּנדן איבער 50% פֿונעם לײַב, און שפּיצער, וועלכער איז אויך פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, איז פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין אונטערצינדונג און מאָרד־פּרוּוו. די אונטערצינדונג איז געווען בלויז די לעצטע פֿון אַ לאַנגער ריי רדיפֿות קעגן ראָטנבערג במשך פֿון די לעצטע חדשים, צוליב זײַן באַשלוס צו דאַווענען מיט אַ צווייטן מנין. אין שײַכות מיט דער ביטערער בשׂורה, שרײַבט קטלא קניא וועגן דער פֿראַגע: ווי אַזוי דערציילט מען די קינדער וועגן אַ פֿאַרברעכן מצד אַ "היימישן" (דאָס הייסט, חסידישן) ייִד, בפֿרט נאָך ווען דער פֿאַרדעכטיקטער איז אַ משרת פֿונעם רבין? אָנגעשריבן האָט עס דער מחבר ערבֿ דעם ערשטן שבת נאָכן אַטאַק, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַלע מענער וועלן זיך שושקען וועגן דער נײַעס אין שיל, אָבער שפּעטער וועלן זיי מיט אַלע כּוחות פּרוּוון אויסבאַהאַלטן די געשיכטע פֿון זייערע קינדער, אַפֿילו ווען די קינדער וועלן זיי פֿרעגן וועגן דעם: ייִדישע קינדער וועלן זיך זעצן צו די שבת־סעודות נאָך שלום־עליכם און אתקינו סעודתא און מען וועט שמועסן... עס זענען דאָך דאָ נאָך אַ פּאָר מינוט ווען די אשת־חיל טיילט אויס די זופּ און שפּעטער ווען מען נאָגט אויס דאָס גערגל... אַז נישט בײַ דער סעודה איז אויפֿן וועג אַהיים, נאָך [דעם ווי] די קינדער האָבן געזען ווי דער טאַטע פֿלאַקערט אין שיל, אָבער אַזוי ווי זיי רעדן צו אים, איז ער קאַלט און ווייסט אויף גאָרנישט אַ תּשובה. על־כּל־פּנים די קינדער הערן און זיי פֿרעגן, "טאַטע וואָס גייט דאָ פֿאָר? עס איז אמת? ווי אַזוי קען עס זײַן?" איך קען אונדזערע ייִדן. מיר האָבן נישט ליב דאָס דורכצושמועסן מיט די קינדער. איז לייקנט מען. "ע, חס ושלום. סתּם, מע רעדט זיך אײַן." ווײַל מען וויל נישט "קאָנפֿיוזן" די קינדער. אַז דאָס גייט נישט, ווערט מען אַ מדקדק אויף לשון־הרע. מען טאָר פֿון דעם נישט רעדן און מען דאַרף זיך דערווײַטערן פֿון מחלוקת, בשעת ווען גאַנץ לכו נרננה האָט מען איבערגעקײַט וואָס חיים־יענקל האָט געענטפֿערט פֿאַר משה־ברוך. אַנדערע וועלן פאַרדרייען דעם שמועס און כאַפּן אַ זמירות, און "לאָמיר זינגען מה ידידות", אָדער "מוישי, האָסט עפּעס אַ וואָרט אויף דער סדרה?" קטלא קניא זאָגט אָבער, אַז ער אַליין האָט נישט מורא צו דערציילן די קינדער דעם אמת: איך וועל דערציילן פֿאַר די גרויסע און קליינע, ייִנגלעך און מיידלעך, אַז נבֿלה נעשׂתה בישׂראל. ייִדן וואָס זעען אויס ווי אונדז האָבן געוואָלט הרגענען אַ גאַנצע משפּחה. און אַז די עלטערע וועלן מלמד זכות זײַן, אַז דער רבי האָט נישט געוווּסט, וועל איך זיי אַרײַנהאַקן, אַז צי ער האָט געוווּסט צי נישט פֿון דעם ... אַז ער שווײַגט שוין חדשים לאַנג איז ער שולדיק. און דער גאַנצער מושׂג פֿון נישט לאָזן נאָך אַ מנין און דיקטירן ווי אַזוי אַ גאַנצער דאָרף דאַרף לעבן איז אַזוי אויסטערליש און אַזוי כוליגאַניש, אַז ער איז שולדיק פּשוט פאַר דעם ווײַל ער איז דערפֿון דער הויפּט. דער שרײַבער איז אויך גוט־אינפֿאָרמירט וועגן די אַלגעמיינע נײַעס. אין פֿאַרגלײַך מיט דער געוויינטלעכער חסידישער לערע, וואָס דרשנט, אַז די גויים און נישט־פֿרומע ייִדן מעגן זיך אָפּלערנען אַ משל פֿון זיי, די פֿרומע, זאָגט קטלא־קניא, אַז ער וועט דערציילן זײַנע קינדער פֿאַרקערט, אַז די חסידים קענען זיך גיכער לערנען פֿון די גויים, און גיט ווי אַ בײַשפּיל, די מחלוקת צווישן די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן אַל גאָר און דזשאָרדזש בוש נאָך די וואַלן פֿון יאָר 2000: איך וועל זיי דערציילן וואָס האָט פּאַסירט ווען בוש און אַל גאָר האָבן זיך נישט געקענט פֿאַרגלײַכן איבער פֿלאָרידע. מען האָט נישט געהויבן הענט, פֿאַרברענט הײַזער אָדער מבזה געווען טויטע. מען איז געגאַנגען צום געריכט און מקבל געווען וואָס עס האָט געפּסקנט. די וועלט איז נישט אונטערגעגאַנגען, כאָטש ביידע האָבן שטאַרק געוואָלט זיגן. איך וועל זיי זאָגן, אַז דאָס איז נענטער צו דער תּורה פון צדק צדק תרדוף, מער ווי אַלע ווײַסע זשופּיצעס און דיקע גאַרטלעך. קטלא קניא רעדט אָבער נישט בלויז וועגן פּאָליטיק, נאָר אויך וועגן געפֿילן, ווי, למשל, ליבע — אַ זעלטענע טעמע נישט בלויז בײַ חסידישע מאַנסבילן, נאָר בײַ מאַנסבילן בכלל: בײַ די גויים און בײַ די נישט־היימישע ייִדן וואָס ציִען נישט אויף זייערע קינדער אויפֿן דרך ישׂראל סבא, איז דער מנהג אַז מען האָט חתונה מיט דער פֿרוי, וואָס מען האָט ליב. בײַ אונדז איז אָבער דער מנהג, אַז מען האָט חתונה מיט אַ פֿרוי, וווּנדערנדיק צי מען וועט איר ליב האָבן... גאָט וועט שוין העלפֿן און וואָס איז באַשערט איז באַשערט. באַשערט צו וואָס? איז שוין חקירה. אַז אַ מאַן און אַ פֿרוי האָבן חתונה און גטן זיך נישט, איז אַ סימן אַז זיי זענען באַשערט איינעם פֿאַרן צווייטן. אײַ, ס’איז עפּעס נישט פֿויגלדיק? ווער האָט דען געזאָגט אַז זיי זענען באַשערט געווען צו זײַן צופֿרידן? עמעצער מוז דאָך אויך זײַן אומצופֿרידן... אין פּסוק שטייט ואהבת את ה׳ אלקיך (זאָלסט ליב האָבן גאָט), נישט ואהבת את אשתך (זאָלסט ליב האָבן דײַן פֿרוי). די שילדערונג פֿון זײַן ערשטן וויזיט צו אַ "שרינק" (פּסיכאָטעראַפּעווט) איז סײַ קאָמיש, סײַ רירנדיק. צו ערשט, פֿאַרטיידיקט ער זײַן באַשלוס צו גיין צו אַ פֿרוי, אַנשטאָט אַ מאַנסביל: איך האָב מיך דווקא אויסגעוויילט אַ פֿרוי ווײַל, אַז איך גיי שוין פֿאַר איינעם אויסגיסן את אשר עם לבבי, זאָל עס שוין זײַן אויף די ווייכע פּלייצעס פון אַ פֿרוי איידער אויף די שטעכעדיקע באַקן פֿון אַ מאַן. פֿון די מלמדים מיט זייער צינישקייט, די משגיחים מיט זייער פּעך און שוועבל, ווייס איך שוין צו גוט וואָס צו ערוואַרטן בײַ אַ מאַנספּערשוין, איז לאָמיך פֿאַרזוכן, צי בײַ די נשים צדקניות איז עפּעס בעסער. באַלד פֿונעם ערשטן וויזיט גייט עס אָבער מיט דער פּוטער אַראָפּ: אָן אַ "קום אַרײַן" אָדער אַ "ברוך הבא, מאַך דיך היימיש", גיט זי זיך אַ דריי אויס און הייבט אָן גיין צו איר ביוראָ. איך האָב קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט, נאָר איר נאָכצוגיין אין צימער אַרײַן, וווּ זי ווײַזט מיר צו צו אַ פֿאָטעל. צו ערשט, פֿאַרשטייט דער לייענער בכלל נישט פֿאַר וואָס די טעראַפּעווטין איז אַזוי קאַלט צו אים. אפֿשר האָט זי נישט געוווּסט, אַז דער נײַער פּאַציענט איז אַ חסיד, און איצט קען זי נישט באַהאַלטן איר שׂינאה פֿאַר ייִדן, אָדער פֿאַר חסידים? אין גיכן אָבער דערקלערט דער מחבר, אַז ער האָט זיך היפּש פֿאַרשפּעטיקט פֿאַר דער באַשטעלונג, און האָט זיך נישט פֿאַרענטפֿערט דערפֿאַר. וואָס איז דען דאָ זיך צו פֿאַרענטפֿערן? סײַ ווי וועל איך איר באַצאָלן פאַר דער גאַנצער "שעה". (בײַ שרינקס איז אַ שעה פֿינף־און־פֿערציק מינוט, און אַז עס געפֿעלט דיר נישט, בלײַב משוגע.) דעם אמת געזאָגט, האָט זיך מיר געגלוסט זיך צו פֿאַרענטפֿערן מיט אַן אויסגעטראַכטן תּירוץ, אַז איך האָב געהאַט שוועריקייטן איר צו טרעפֿן אָדער אַז טראַפֿיק האָט מיר אויפֿגעהאַלטן. למעשׂה בין איך געווען שפּעט ווײַל ס׳איז מיר שווער צו זײַן אין ערגעץ אין צײַט. ס׳איז אַ חסידישע קרענק וואָס יאָרן פֿון אַרבעטן אויף זיך האָט מיר נאָך אַלץ נישט אויסגעהיילט. אָט די "שפּעט־קרענק" בײַ די חסידים איז שוין אַ באַקאַנטע זאַך. ווען אַ חסידישע משפּחה לאָזט וויסן, למשל, אַז מע וועט שטעלן אַ חופּה 6:00 אין אָוונט, ווייסט שוין יעדער, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו קומען ביז 7:00 אָדער אַפֿילו 8:00. בײַ די (נישט־חסידישע) אַמעריקאַנער אָבער, ווייסט מען נישט פֿון קיין חכמות. אַז מע באַשטימט, אַז אַ זאַך וועט פֿאָרקומען 6:00, וועט מען אפֿשר וואַרטן אַ 10־15 מינוט, אָבער נישט מער. שוין אָפּגערעדט, אַז מע האָט אַ באַשטעלונג בײַם פּסיכאָטעראַפּעווט, וווּ יעדע מינוט איז וויכטיק, ווײַל וואָס מער צײַט מע האָט, אַלץ טיפֿער וועט דער טעראַפּעווט קענען אויספֿאָרשן די געפֿילן פֿונעם פּאַציענט, און במילא אים העלפֿן זיך אויסהיילן. די שווײַגנדיקע שפּאַנונג צווישן דעם חסיד און דער טעראַפּעווטין האָט בכלל נישט קיין שײַכות מיט רעליגיע אָדער טעאָלאָגיע; ס׳איז גיכער אַ צוזאַמענשטויס פֿון צוויי קולטורן. אויך אינטערעסאַנט איז ווי קטלא קניא דערקלערט דעם פּסיכאָאַנאַליטישן באַגריף "אונטערבאַוווּסטזײַן" אויף אַן אופֿן, אַז אַ חסידישער לייענער זאָל עס פֿאַרשטיין. אין פֿאַרגלײַך מיטן ייִדישן גלויבן, אַז פֿאַר אַ קינדס געבוירן ווערן, גיט אים דער מלאך אַ שנעל אין דער נאָז ווײַל אויב נישט, וועלן ייִדישע קינדער געבוירן ווערן מר ברב אשיס (פֿול מיט וויסן), האַלט די מאָדערנע פּסיכאָלאָגיע, שרײַבט קטלא קניא, אַז דער מלאך שנעלט אויך נאָכן געבוירן, "אָבער אַנשטאָט אַ סימן אויף דער וואָנצע, בלײַבט אַ סימן אויף דער נשמה און אין די געפֿילן". קטלא קניא דריקט אויך אויס אַן עכטן מיטגעפֿיל פֿאַר דער חסידישער פֿרוי. ער לייגט, למשל, פֿאָר, אַז ס׳וואָלט געווען שיין, ווען מע מאַכט אַמאָל אין אַ שיל אַזאַ אונטערנעמונג: אַן אָוונט פֿאַר דעבאַטירן דבֿרים העומדים על הפּרק (current events, בלע״ז), וווּ מען ברענגט אַ בעל־דרשן און אפֿשר אַ דרשנית (רעדנערין) אויך, אפֿשר קען מען אַמאָל פֿאָרלייענען אַ ביסל שלום־עליכם, און פֿרויען זאָלן אויך קענען אָנטייל נעמען. אַזוי שלעכט איז? אינעם סאַמע לעצטן שטיקל זײַנעם, פֿונעם 27סטן יוני, געפֿינט זיך אויף קטלא קניאס בלאָג אַ גאָר אַנדערע זאַך ווי געוויינטלעך. ער דרוקט אָפּ אַ רירנדיקן דאָקומענט פֿון אַ יונג סאַטמער ווײַבל מיטן פּסעוודאָנים "שפּיצל שטרימפּקינד", וואָס ראַנגלט זיך מיט די פּײַנלעכע געפֿילן אין בית־דין, בעת איר מאַן גרייט זיך זי אָפּצוגטן: געדענקסט פֿלעגסט ליב האָבן צו זען ווי איך טו אויס מײַנע רינגלעך? האָסט געזאָגט, אַז מײַן גאַנצע עקשנות קומט אַרויס ווען איך צי זיי אַראָפּ. האָסט עס מיר געזאָגט קוצעניו־מוצעניו, מיט אַ ליבעדיק שטעכל, ווען צווישן קידוש און נטילת־ידים האָסטו צעטיילט מײַנע פֿאַרשוויצטע הענט און מיר אַראָפּגעגליטשט דאָס גאָלדענע קידושין־רינגל פֿונעם פֿינגער. געדענקסט עס נאָך אַצינד ווען מיר שטייען אין בית־דין שטיבל און מען הייסט מיר אויסטון מײַנע רינגלעך און איך לייג זיי אַראָפּ אויפן רבֿס טיש, מיין פּנים ווײַס ווי מײַן כּלה־קלייד? זעסט ווי מײַנע הענט ציטערן, ווי מײַן פאַרעקשנטע פֿעסטקייט גוססט מיטן טויט פון אונדזער קשר של קימא? דו זעסט ווי מײַנע פֿינגער, נאַקעט פון דײַן גאָלד, לעכצן זיך מיט דיר ווידער צו פֿאַרקניפּן? און שפּעטער שרײַבט זי: איך קוק צו דיר, דו זעסט מיך, און דו קוקסט גיך אַוועק. איך בין שוין צו דיר פֿרעמד נאָך איידער האָסט מיך פֿאַרשיקט. איך ווייס אַז דו הערסט מײַן ווילדן האַרץ־קלאַפּעניש. דו ווייסט גוט אַז איך לעב. אַז מיין האַרץ פּויקט נאָך איר פֿאַרעקשנטן ניגון, די קול אשה וואָס דו האָסט דערצו פֿאַרשטאָפּט די אוירן. אמת, איך בין שוין נישט אַזוי אומשולדיק און תּמימותדיק ווי אַמאָל, און דו קענסט מיר שוין נישט פֿאָרעמען ווי אַ חווה פֿון אַ ריפּ פֿון אָדם. איך בין אָבער נאָך אַלץ די זעלבע בּאַשיידענע סאַטמאַרער מיידל, מיט וועם דו האָסט דיך ערשט פֿאַרליבט. איך האָב דיר אויך נאָך ליב, כאָטש איך לייען ביכער און כאָטש איך האָב געפֿונען מיין שׂכל מקיים צו זײַן שעשׂני כּרצוני, צו פֿאַרלאַנגען אַ לעבן פֿון רעכט און פֿרײַהייט. ...יואליש, דו קענסט אָן מיר לעבן אויף אייביק? אויף שטענדיק? און אָן אונדזער לאהלע? איך קוק דיר אָן איין לעצטן מאָל. דו און דײַן טאַטע מיט דײַנע ברידער פֿאַרלאָזן דעם בית־דין אָן אויף מיר צוריקצוקוקן. מער וועל איך דיך נישט זען. דו וועסט מיר נאָך אין אַ קורצער צײַט אָפּשעכטן מיט אַ זיווג שני פון אַ שיינער שטוב. אַ בני־בית מיט אַ געגאָלטן קאָפּ, וואָס וועט דיר יעדעס יאָר געבן אַ פֿריש פּעקל נחת. כ׳האָב שטאַרק געוואָלט וויסן וואָס האָט אינספּירירט קטלא קניא צו דרוקן דאָס שטיקל פֿון שפּיצל שטרימפּקינד, אָבער כ׳האָב אויך געוווּסט, אַז כּדי צו באַשיצן זײַן אידענטיטעט, גיט ער נישט קיין אינטערוויוען. דורך בליצפּאָסט האָט ער מיר אָבער איבערגעגעבן, אַז ווען ער האָט געלייענט "שפּיצלס" שטיקל אויף ענגליש בײַ אַ צווייטן בלאָג, "האָב איך געהערט דערין אַ ייִדיש קול און איך האָב עס געוואָלט אויסלייזן." ער האָט באַקומען רשות פֿון דער שרײַבערין עס איבערצוזעצן אויף ייִדיש און אָפּצודרוקן אין זײַן אייגענעם בלאָג. "זי איז אַן אינספּיראַציע," האָט קטלא קניא געשריבן. "זי האָט זיך אויפֿגעהויבן מיט איר פּיצל קינד און זיך אָפּגעטראָגן. די חסידים זענען בעלנים צוצוכאַפּן דאָס קינד, אַז ער\זי זאָל חלילה נישט ווערן אָפּגעשמדט, אָבער זי האָט זיך געשאַרפֿט די נעגל און זיי באַזיגט. זי איז נישט געווען 'אַביוזד’ (באַלעסטיקט), נאָר פּשוט זי האָט געזוכט אירע רעכט — אַ וועג וואָס זי האָט זיך אויסגעוויילט. אין מײַנע אויגן איז זי אַ העלדין!" הגם ס׳איז אַ שאָד וואָס קטלא קניא מוז באַהאַלטן זײַן אידענטיטעט, האָט ער אָבער דורך זײַן בלאָג באַוויזן, אַז ער קען שרײַבן, און אַז זײַנע אָבסערוואַציעס וועגן דער הײַנטיקער חסידישער געזעלשאַפֿט, אויף ייִדיש, קענען צוציִען אַן עולם. ווער ווייסט? אפֿשר וועט ער אויך אינספּירירן אַנדערע באַהאַלטענע טאַלאַנטן אויף דער ייִדישער גאַס אָנצוהייבן שרײַבן אויף ייִדיש. דער "פֿאָרווערטס" איז גרייט צו געבן זיי אָרט אויף זײַנע שפּאַלטן. |