ליטעראַטור

A Captive of the Dawn: The Life and Work of Peretz Markish (1895-1952).
Edited by Joseph Sherman,
Gennady Estraikh, Jordan Finkin
and David Shneer.
Oxford: Legenda, 2011.


פּרץ מאַרקיש איז מסתּמא די סאַמע באַקאַנטע פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן שם באַזירט זיך ניט בלויז אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, נאָר אויך אויף זײַן פּערזענלעכקייט, זײַן אימאַזש פֿון אַ דיכטער — אַ בונטאַר. מאַרקיש איז געווען זייער פּראָדוקטיוו, אָבער ניט אַלע ווערק זײַנע זײַנען אַרײַן אינעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אין תּוך גענומען, גייט כּסדר די רייד וועגן אַ באַגרענעצטער צאָל לידער פֿון זײַן יוגנט־פּעריאָד, און עטלעכע לידער פֿון די סאַמע לעצטע יאָרן זײַנע. זײַנע פּראָזאַיִשע ווערק און דראַמעס פֿאַרמאָגן הײַנט ניט מער ווי אַ ליטעראַריש־היסטאָרישע ווערט.

אַזאַ אָפּשאַצונג ווערט באַשטעטיקט אין דעם נײַעם זאַמלבוך, פֿאַקטיש די ערשטע אַרומנעמיקע פֿאָרשערישע באַהאַנדלונג פֿון מאַרקישעס שאַפֿונג אויף וואָסער ניט איז שפּראַך. אַוודאי, שעפּט דאָס דאָזיקע בוך ווײַט ניט אויס די גאַנצע ירושה פֿונעם דיכטער. מחוץ דעם גערעם זײַנען פֿאַרבליבן אַזעלכע גרויסע ווערק זײַנע, ווי דער ראָמאַן "דור־אײַן דור־אויס", די פּאָעמעס "מלחמה" און "דער פֿערציק־יעריקער מאַן". חנה קראָנפֿעלד כאַראַקטעריזירט די לעצטע פּאָעמע, גאַנץ ריכטיק, ווי "אַ שליסל צו מאַרקישעס גאַנצער שאַפֿונג". דאָס איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ ווערק, וואָס אַ סאָוועטישער ייִדישער מחבר האָט געשריבן "אין דעם טיש אַרײַן", ניט ריכטנדיק זיך עס אַמאָל צו פּובליקירן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

די קאַפּיטלען אין דעם זאַמלבוך זײַנען אויסגעשטעלט לויטן כראָנאָלאָגישן סדר, אָבער לויט זייער צוגאַנג, לאָזן זיי זיך טיילן אויף צוויי גרופּעס׃ קריטישע אויסטײַטשונגען פֿון מאַרקישעס דיכטונג און ליטעראַריש־היסטאָרישע באַהאַנדלונגען פֿון זײַן שאַפֿונג אין אַנדערע זשאַנערס. די פּאָעטיק פֿון מאַרקישעס פֿריִיִקע שאַפֿונגען באַטראַכטן: יעל חבֿר, דזשאָרדאַן פֿינקין, אַמעליאַ גלעזער; קאַראָלינאַ שימאַניאַק און אַלעקסאַנדראַ געלער באַהאַנדלען מאַרקישעס עפֿנטלעכע טעטיקייט אין פּוילן, זײַנע מאַניפֿעסטן, אַרויסטרעטונגען און לעקציעס. מען דאַרף ספּעציעל אָפּמערקן די וואָגיקייט און אָריגינעלקייט פֿון די יונגע פּוילישע פֿאָרשערינס.

מאַרקישעס קער צו קאָמוניזם איז געשען נאָך איידער ער האָט זיך אומגעקערט קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1926. אין 1922 האָט ער אין וואַרשע פֿאַרעפֿנטלעכט (אַ פּנים, מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע) אַן אַוואַנגאַרדיסטישע פּאָעמע "ראַדיאָ", וואָס שמואל־לייזער וואָליץ באַשרײַבט ווי דער דריטער טייל פֿון אַ "טריפּטיך". דער ערשטער טייל, "וואָלין", שילדערט דעם אידילישן עבֿר, "די קופּע" — דעם שוידערלעכן איצט, און "ראַדיאָ" — די אוטאָפּישע קאָמוניסטישע צוקונפֿט.

אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז מאַרקיש געווען זייער פּראָדוקטיוו. ער האָט געאַרבעט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער (קאַפּיטלען פֿון באָריס־בער קאָטלערמאַן און דזשעפֿרי וויידלינגער) און קינאָ (האַריעט מוראַוו באַהאַנדלט דעם ראָמאַן "איינס אויף איינס", וואָס האָט געדינט ווי דער יסוד פֿאַרן פֿילם "דער אומקער פֿון נייטן בעקער"). מאַרקישעס מלחמה־פּובליציסטיק ווערט באַהאַנדלט אין די קאַפּיטלען פֿון דוד שניר. גענאַדי עסטרײַך אַנאַליזירט מאַרקישעס ווערק וועגן חורבן און געטאָ.

צום סוף פֿאַרסך־הכּלט חנה קראָנפֿעלד מאַרקישעס בײַטראָג אינעם ייִדישן און אייראָפּעיִשן מאָדערניזם. זי ברענגט צונויף זײַן דיכטערישן אָנהייב מיט זײַן טראַגישן סוף, און ווײַזט אָן, אַז אין די לעצטע לידער זײַנע, "ש. מיכאָעלס — אַ נר־תּמיד בײַם אָרן", איז מאַרקיש פֿאַרבליבן געטרײַ די עסטעטישע יסודות פֿון זײַן יוגנטלעכער דיכטונג. אין וועלכן זשאַנער און אויף וועלכע טעמעס ער זאָל ניט געווען שרײַבן, איז זײַן דיכטערישער פֿאָקוס תּמיד געווען אָנגעשטעלט אויף דער "דינאַמישער אויפֿנאַמע פֿונעם איצטיקן מאָמענט", אָדער, ווי מאַרקיש אַליין האָט געזאָגט, "מײַן נאָמען איז ׳אַצינד׳". הײַנטצײַטיקייט איז אויך געווען אַ סימן־מובֿהק פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן מאָדערניזם, וואָס זײַן בלי האָט איבערגעריסן דער חורבן און די סאָוועטישע רדיפֿות.

דאָס זאַמלבוך שילדערט אַ פֿילזײַטיקן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון דער איקאָנישער פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. עס איז נאַטירלעך, אַז מען לייגט דעם טראַף אויף מאַרקישעס דיכטערישער ירושה, בפֿרט אויף זײַנע ווערק פֿון די 1920ער און די 1940ער יאָרן. אָבער עס בלײַבט אַ פֿראַגע: וואָס זשע טוט מען מיט מאַרקישעס מיליטאַנטישער סאָוועטישער שאַפֿונג פֿון די 1930ער יאָרן, למשל, מיט זײַן פּאָעמע "דעם בעל־הגופֿס טויט", דעם מאַקאַברישן גראָטעסק אויף דער טעמע פֿון קאָלעקטיוויזאַציע? די דאָזיקע פּאָעמע איז פֿולגעפּאַקט מיט מאָדערניסטישע המצאות, וואָס דער דיכטער האָט צוגעפּאַסט צו דער מערדערישער סטאַליניסטישער מליצה.

מען דערמאָנט עטלעכע מאָל נאַדעזשדאַ מאַנדעלשטאַמס זכרונות, וווּ זי שרײַבט, אַז מאַרקיש איז געווען דער איינציקער שרײַבער, וואָס האָט ניט מורא געהאַט צו באַזוכן זי נאָך איר מאַנס אַרעסט אין 1934. אָבער מען דערמאָנט ניט מאַרקישעס לידער, וווּ ער פֿאָדערט, מיט אימפּעט און מיט התלהבֿות, אַ טויט־אורטייל פֿאַר די קרבנות פֿון די עפֿנטלעכע געריכטן אין מאָסקווע אין 1937. די פּאָעטישע שפּראַך און אימאַזשן זײַנען דאָ ווילד און אַכזריותדיק, אָבער פּונקט אַזוי מאָדערניסטיש, ווי אין מאַרקישעס יוגנט־לידער. מיט פֿינף יאָר שפּעטער האָט מאַרקיש זיי ווידער באַנוצט אין זײַנע מלחמה־לידער. אַזוי אַרום איז מאַרקיש איינער פֿון די שטאַרקסטע שׂינאה־דיכטער אין דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור.

דאָס איז ניט קיין באַקוועמע טעמע, און מען האָט ניט ליב זי צו באַרירן. אָבער מאַרקישעס שׂינאה־לידער ווערן ניט זעלטן דערמאָנט אין כּלערליי פּובליקאַציעס אויף רוסיש, ווי אַ באַווײַז, אַז די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור האָט געטרײַ געדינט דעם סטאַליניסטישן טעראָר. אמת, מען קאָן זאָגן, אַז מאַרקיש האָט ניט געהאַט קיין ברירה, אַז מען האָט אים גענייט צו באַדינען סטאַלינס פּראָפּאַגאַנדע. אָבער ווי מען ווייסט שוין איצט, און ווי מען האָט גאַנץ גוט געוווּסט דעמאָלט, האָט מען דאָס געקענט טאָן אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. ווען עס קומט צו דעם עקספּרעסיוון כּוח פֿון אימאַזשן, איז מאַרקישעס סטאַליניסטישע דיכטונג די שטאַרקסטע אין דער גאַנצער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור.

דעריבער בלײַבט מאַרקיש און זײַן דיכטונג אַ האַרבע קשיא פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, וואָס האָט געהאַט סײַ ליכטיקע, סײַ טונקעלע זײַטן.