|
אַרבעטער־קנעכט פֿון דעם לאַגער "בעלבאַלטלאַג", 1932 |
Courtesy of Central Russian State and Photo Archive |
אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז די טעג פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע, מיטן אָנטייל פֿונעם מחבר, טימאָטי סנײַדער, וועלכער האָט ערשט נישט לאַנג אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן היטלערן און סטאַלינען, און ווער פֿון זיי ביידן איז געווען אַ גרעסערער מערדער, טיראַן, סאַדיסט, אַ פּסיכאָפּאַט און געליטן פֿון פּאַראַנאָיע וכ׳. לויט דעם מחבר קומט אויס אַז היטלער האָט איבערגעצויגן דאָס שטריקל און איבערגעשטיגן סטאַלינען. נאָך אַלעמען, סטאַלין האָט זיך אונטערגענומען אויפֿצושטעלן אַרום זיך אַ וועלט פֿון קבֿרים אויף קבֿרים, אָפֿיציעל אײַנגעשטעלט שקלאַפֿן־דינסט און צעטראָטן מענטשלעכע פֿרײַהייט אין די סיבירער טײַגעס, קעלטן און פֿרעסט. נישט איין גולאַג און פֿון דאָרט איז מען זעלטן אַרויס מיט גאַנצע ביינער, אָדער אויסגעגאַנגען פֿון הונגער, קרענק און שווערער שקלאַפֿן־אַרבעט.
אַרום דעם פּאָדיום אין קאָלומביע זײַנען געזעסן פּראָפֿעסאָרן וועלכע האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט פּוילישע, אוקראַיִנישע און ליטווישע שטודיעס. זיי האָבן אַרײַנגעקוקט אין צוגעגרייטע רעפֿעראַטן, געפּינטלט מיט די אויגן. יעדעס מאָל מ׳האָט דערמאָנט דעם חורבן, האָט מען זיך געדרייט אויפֿן קאָרעק ווי אַ בער אויף אַ שטריק.
דער פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי מערדער־טיראַנען קומט בײַ מיר אויס גראָטעסקער בײַשפּיל. דער מחבר ציטירט אַ סך ציפֿערן, אַ וועלט מיט סטאַטיסטיק און דאָקומענטאַציע, און קומט צום אויספֿיר, אַז ביידע — סטאַלין און היטלער — זײַנען געווען פּסיכאָפּאַטן, און נישט נאָר געהאַט בדעה אײַנצושלינגען דעם גאַנצן ערדקוגל, נאָר אויך אין צווישנצײַט עלימינירן גאַנצע פֿעלקערשאַפֿטן וואָס האָבן בײַ זיי אונטערגעצונדן די בלוטן.
|
אַרבעטער־קנעכט פֿונעם בעלזעצער לאַגער, 1942 |
Credit: Public Domain/USHMM |
אָן גרויס אינטערעס האָבן זיך די פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסאָרן־פּאַנעליסטן צוגערוקט צום רעדנער בײַם מיקראָפֿאָן און געלייענט זייערע אויסגעוועפּטע רעדעס, וואָס האָבן געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק אויפֿן אָנוועזנדיקן עולם ווי אַ שפּינוועבס אויף אַ העלפֿאַנד. מען האָט גאַנץ ווייניקער און ווייניקער דערמאָנט דעם ייִדישן אומקום אין זייערע אַסיגנירטע לענדער, געמאַכט זיך כּלא־יודע ווען עס איז געקומען צו אונדזער מוסטער־אומגליק.
ווען מ׳האָט געעפֿנט דעם נאָכמיטיק פֿאַר פֿראַגעס און ענטפֿערס פֿאַרן עולם, האָבן אַ טייל זיך באַטייליקט. אייניקע האָבן ריינגעוואַשן די פּאָליאַקן און זיי פֿאַרטיידיקט, מיטן אויסרייד אַז היטלער האָט פֿאַרניכט מיליאָנען פּאָליאַקן און פֿאַרוואָס רעדט מען נישט וועגן דעם. אָבער צום מיינסטן געדענקט זיך מיר דער עלטערער ייִד, וועלכער האָט ממש ספּאַזמירט בײַם מיקראָפֿאָן, ווען ער האָט דערציילט אַז ער קומט ערגעץ פֿון אַ שטעטעלע אין פּוילן און ווי אַזוי ער האָט זיך געראַטעוועט על־פּי נס פֿון די נאַצישע נעגל, נאָר אויך געציטערט פֿאַר די פּוילישע שכנים זיי זאָלן אים נישט אויסגעבן. דער עולם האָט געשוויגן. די פּאַנעליסטן האָבן געוואָרפֿן גלײַכגילטיקע בליקן ביז דער ייִד האָט זיך קוים באַרויִקט און זיך אַוועקגעזעצט.
און כאָטש דער עולם האָט אָפּגעשאַצט טימאָטי סנײַדערס בוך, פֿאַרגלײַכנדיק צוויי מאָנסטערס וועלכע האָבן אָנגעוווירן דעם צלם־אלוקים, האָט מען אַפּלאָדירט און אָנערקענט דעם מחברס נײַעסטע ווערק.
מיט אַ וואָך שפּעטער בין איך אַוועק קיין נאַסאָו־קאַונטי, לאָנג־אײַלענד, וווּ עס געפֿינט זיך אַן אינסטיטוציע וואָס רופֿט זיך "האָלאָקאָסט־מעמאָריעל און טאָלעראַנץ־צענטער." דאָרט האָט מען געווידמעט דעם אָוונט אַ פּאַרשוין, איך וואָלט געזאָגט, אין די פֿריִער פֿופֿציקער יאָרן. הייסן הייסט ער אלי ראָזנבוים, וועלכער איז איינער פֿון די פּראָקוראָרן אין וואַשינגטאָן, וווּ ער אַרבעט שוין לאַנגע יאָרן אין דער אָפּטיילונג פֿון גערעכטיקייט (U.S. Department of Justice, Criminal Division). ער איז דער דירעקטאָר פֿון אויסשפּיר־דינסט פֿאַר מענטשנרעכט.
דער זעלביקער אלי ראָזנבוים ווערט פֿאַררעכנט ווי איינער וואָס האָט געדינט אַמלענגסטן, ס׳הייסט איבער 25 יאָר אין וואַשינגטאָן. ווען עס איז געקומען צום אויספֿאָרשן און ברענגען צום מישפּט אין אַמעריקע אַמאָליקע נאַצי־פֿאַרברעכער, דעקט ער אויף דעם סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז עס האָבן זיך געפֿונען אַ שלל נאַצי־פֿאַרברעכער אויף אונדזערע ברעגעס. צווישן זיי דעמיאַניוק, וועמען ער האָט אָנגעקלאָגט אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט ביז מען האָט דעם אוקראַיִנישן פֿאַרברעכער אַרויסגעפּטרט פֿון לאַנד. ער האָט אויך אויפֿגעדעקט קורט וואַלדהײַמס פֿאַרגאַנגענהייט און אים פֿאַרשוואַרצט דאָס פּנים. פֿאַרשטייט זיך, אַז עסטרײַך, אַ טייל פֿונעם אַנטיסעמיטישן וועלט־קוואַרטאַל, האָט אים גלײַך פּראָקלאַמירט ווי פּרעזידענט און ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַן אומשולדיק שעפֿעלע, גאָט די נשמה שולדיק, ביזן סוף.
דער "שמעון וויזענטאַל־צענטער" האָט ראָזנבוימען געלויבט אין זיבעטן הימל אַרײַן, ווי איינעם פֿון די אַקטיווסטע פּראָקוראָרן און נאַצי־יעגער אין לאַנד.
ראָזנבוים האָט באַוויזן שטוינענדיקע דאָקומענטאַציע, בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס, אַרײַנגערעכנט דעמיאַניוקס פּאַספּאָרטן און דאָקומענטן פֿון אַנדערע נאַצי־פֿאַרברעכער. ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין זייערע שפּורן סײַ אין אוקראַיִנע, סײַ אין פּוילן און סײַ אין די אַרכיוון אין דײַטשלאַנד. דאָ, אין אַמעריקע האָבן זיי געלעבט אַ גוטן טאָג יאָרן־לאַנג אויף געפֿאַלשעוועטע פּאַספּאָרטן.
איז ווען עס איז געקומען צום פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי פֿאָרשער, סײַ טימאָטי סנײַדער און סײַ אלי ראָזנבוים, האָב איך ערשט פֿאַרשטאַנען אַז סנײַדער האָט טאַקע זיך אָפּגעגעבן קאַלטבלוטיק מיט די צוויי הערשנדיקע דעספּאָטן וואָס האָבן פֿאַרזייט חורבן און טויט, בעת אלי ראָזנבוים האָט געהאַט בדעה אָפּצוּווישן די רעשטלעך פֿונעם טויט־פֿאַרזיי.
דעם זעלבן אָוונט איז אויפֿגעטראָטן יודזשעניע מוקעשימאַנאַ, אַ פֿרוי וואָס האָט דורכגעמאַכט די הריגות אין רוואַנדאַ אין יאָר 1994. אָט האָט זי געשילדערט איין פֿאָלק, די טוצים מיט די הוטוס און ווער עס איז געווען אַ טוציס האָט באַצאָלט מיטן לעבן. פֿרויען, אַלטע לײַט און קינדער זײַנען דעמאָלט געפֿאַלן אונטער די שווערדן פֿון זייערע שכנים, די הוטוס. ווען די הוטוס זײַנען באַפֿאַלן יודזשעניעס דערפֿל, האָט זי פּונקט געשוואַנגערט מיט איר ערשט קינד. די בהלה איז נישט געווען מעגלעך צו באַגרײַפֿן. ווידער אַ מאָל האָט זי זיך געראַטעוועט על־פּי נס, בעת אַרום איר האָבן זיך געוואַלגערט אַ מיליאָן טויטע קערפּערס, צווישן זיי אירע נאָענטע און ליבע.
דער צווייטער נס וואָס איז געשען מיט איר איז געווען ווידער אַ מאָל אַ געשעעניש. זי איז אין יאָר 2001 געקומען קיין אַמעריקע מיט איר מיידעלע און באַנײַט איר לעבן ווי אַ נײַ־געבוירענע. דאָ איז זי אַוועק אין קאַלעדזש און זיך דאָביוועט צו אַ באַקאַלאָריאַט. הײַנט פֿאַרנעמט זי זיך מיט סאָציאַלער אַרבעט. פֿערצן יאָר צײַט גיט זי זיך אָפּ מיט העלפֿן די הילפֿלאָזע קרבנות אין רוואַנדאַ. זי פֿאַרנעמט זיך אויך מיט אויפֿטרעטן אין פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס און דערציִונגס־אַנשטאַלטן וווּ זי דערציילט וואָס מיט איר איז געשען בעת דעם "גענאָציד, פֿעלקערמאָרד."
מיט איין וואָרט, דער פֿיש שטינקט פֿון קאָפּ. ווען עס פֿאַרנעמען נישט דעם אויבנאָן פּסיכאָפּאַטן, דעספּאָטן, טיראַנען, קרענקלעכע מוחות, וואָלט די וועלט אפֿשר אַנדערש אויסגעזען. נאָר ווען די קאַרפּנקעפּ פֿון לענדער, נישט געקוקט אויף וועלכע קאָנטינענטן, שפּילן אויס דעם שדים־טאַנץ מיט זייער אַגיטאַציע, אײַנגעטונקען אין שיספּולווער און מאָרד, וואָלטן מיר אפֿשר געהאַט אַ טראָפּן מנוחה, צי דאָס איז געווען היטלער, צי סטאַלין, קאַדאַפֿי, צי אַסאַד, אַכמאַדינעדזשאַד, צי אידי אַמין. די רשימה ווערט וואָס פֿולער מיט יעדן אָטעמצוג.
און אַז איך קוק אין דער ווײַטקייט, האָב איך ממש אַ רחמנות אויף אונדזערע קינדער און קינדסקינדער וואָס מיר האָבן זיי געברענגט אויף דער וועלט מיט אַ חלום פֿון אַ בעסערער וועלט. ווי האָט געזאָגט אונדזער ביבלישער קין נאָכן מאָרד פֿון זײַן ברודער הבֿלן צום רבונו־של־עולם:
"וואָס בין איך עפּעס, מײַן ברודערס היטער?" ווי איינער זאָגט, איך בין נישט פֿאַראַנטוואָרטלעך. זעט אויס, אַז עס שטייט אונדז פֿאָר אַ וועלט מיטן ברודער קין. וועלן מיר שוין מוזן אַזוי לײַדן ביז משיחס צײַטן.