|
קלאָגמוטערס אויפֿן נעמעראָווער בית־עולם אין חודש אלול.
פֿאָטאָ: אַבֿרהם רעכטמאַן |
|
עס איז שווער צו דעפֿינירן דעם טערמין "פֿאָלקלאָר", אָבער פֿאַרשיידענע דעפֿיניציעס האַלטן, אַז די סטרוקטור פֿון דעם "פֿאָלקלאָר", דאַרף מער ווייניקער זיך נישט ענדערן במשך פֿון אַ צײַט, כּדי צו ווערן אָנגענומען ווי טראַדיציאָנעל. ווען דער וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן האָט פֿאַרשריבן דעם שמועס צווישן אַן אונטערוועלטניק און זײַן "פֿרײַער", בײַ וועמען ער האָט אויסגעפּרעסט געלט, האָט ער דערקענט אין דעם משׂא־מתּן אַ סטרוקטור, וואָס איז געווען כּדאַי צו פֿאַרשרײַבן. אין דעם זינען, איז לעהמאַן געווען פּיאָנעריש וואָס שייך דער דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר.
אין אַ באַנד "ייִוואָ־בלעטער" (נײַע סעריע, באַנד 4) האָב איך באַשריבן די איינציקע זאַמלונג פֿון ייִדישע קלאָגענישן אויף דער וועלט. די ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע אין ווילנע, אין פֿרילינג, 1928, האָט געבעטן די ייִוואָ־זאַמלערס אין פּוילן און אַנדערע לענדער, צו באַשרײַבן און פֿאַרשרײַבן 1) דעם מינהג פֿון "קלאָגערינס" (אויך באַקאַנט ווי "קלאָגמוטערס"); 2) די קלאָגענישן וואָס מע הערט אויף אַ לוויה; 3) ספּעציעלע נוסחאָות פֿון הספּדים.
וועגן דער טראַדיציע פֿון קלאָגערינס, קלאָגמוטערס און באַוויינערינס, שרײַבט פּרטימדיק אַבֿרהם רעכטמאַן, פֿון אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אין זײַן באַנד "ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר". אַנ־סקיס זאַמלאַרבעט האָט מען דורכגעפֿירט מיט אַ דור פֿריִער פֿונעם ייִוואָ, און אין דער קורצער צײַט, מיט דער קאַטאַסראָפֿאַלער ערשטער וועלט־מלחמה אין מיטן, איז כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די אַלטע קלאָגמוטער־טראַדיציע.
רעכטמאַן באַמערקט, אַז "די קלאָגערינס האָבן קיין מאָל זיך נישט באַניצט מיט קיין געדרוקטע תּחינות אָדער סידורים. אַלע זייערע זאָגעכצן האָבן זיי, אַזוי צו זאָגן, געשאַפֿן אויפֿן אָרט — עקספּראָמפּט. איינע הייבט אָן, און די אַנדערע זאָגן איר נאָך. אַמאָל האָבן זיי מאריך געווען און אַמאָל מקצר געווען." די קלאָגמוטערס האָבן טאַקע געשאַפֿן "עקספּראָמפּט" אויפֿן אָרט, אָבער נאָר אין די טראַדיציאָנעלע ראַמען פֿונעם זשאַנער קלאָגעניש. רעכטמאַנס באַשרײַבונג באַשטעטיקט דעם בעל־פּהיִשן כאַראַקטער פֿון די קלאָגענישן, ווי אויך פֿון דער קונסט פֿון די קלאָגמוטערס. די מעלאָדיעס פֿון די תּחינות זענען טאַקע די זעלבע וואָס די קלאָגענישן. די געדרוקטע תּחינה און דאָס געזאָגטע קלאָגעניש זענען פֿאַרבונדן היסטאָריש און פֿאָלקלאָריש.
אָבער די קלאָגמוטערס וואָס האָבן באַוויינט סײַ דעם ערשט־פֿאַרשטאָרבענעם, סײַ די לאַנג־פֿאַרשטאָרבענע ייִדן פֿאַר די מענטשן וואָס זענען געקומען אויף קבֿר־אָבות, ספּעציעל אין חודש אלול, דעקן נישט דעם זשאַנער קלאָגעניש. פֿאַר דער לוויה, באַלד נאָך דעם ווי דער מענטש שטאַרבט, הייבט אָן די משפּחה און נאָענטע פֿרײַנד צו קלאָגן נאָכן טויטן. די ייִוואָ־זאַמלונג באַווײַזט, אַז די אויסגעשרייען און יללות זענען סײַ זייער פּערזענלעך און צוגעפּאַסט צום פֿאַרשטאָרבענעם, סײַ געשאַפֿן לויט אַן אַלטער סטרוקטור און כאַראַקטער. למשל, אַ מאַן פֿון לאָדזש קלאָגט אויף זײַן טויטער פֿרוי:
געטרײַע ווײַב מײַנס! דאָס לעצטע מאָל רעד איך צו דיר. זײַ מיר מוחל אויב איך האָב עפּעס געזינדיקט אַקעגן דיר. איך וויל דיר נישט פֿאַרהאַלטן נאָר איך בין דיר אַלץ מוחל. איך בין דיר מוחל די קללות וואָס דו האָסט אויף מיר געוואָרפֿן; איך בין דיר מוחל אַלץ. קום אַהין ריין אויף יענער וועלט. האָב אין זינען דײַנע קינדער וואָס דו האָסט איבערגעלאָזט.
מע קען לײַכט געבן אַ שמייכל פֿון אַזוינע קלאָגענישן! בדרך־כּלל האָבן פֿרויען מער אַנטוויקלט דעם זשאַנער פֿון קלאָגעניש, און מע דאַרף דאָס קלאָגעניש פֿאַררעכענען ווי פֿרויען־פֿאָלקספּאָעזיע. ווען מע פֿאַרגלײַכט דאָס קלאָגעניש פֿון אַ פֿרוי צו דעם פֿון אַ מאַן, ווי דער משל אויבן, קען מען זען, אַז די פֿרויען דריקן אויס זייער צער מער בילדעריש, מער פּאָעטיש, מער עמאָציאָנעל.
פֿונעם שטעטל קויל, קלאָגט אַ מוטער, נעבעך, אויף איר זון:
אוי, משה! איך וואָלט דאָך מיט שׂימחה דײַן גריב פֿאַרלייגט. ווי בין איך איצט איבערגעבליבן! ווער וועט מיט מיר איצט אומגיין. אוי, וואָס האָב איך דערלעבט דעם צווייטן זון באַגראָבן. אוי, ליבער גאָטעניו; ער איז קליינערהייט קראַנק געווען, ער האָט שוין נישט געזאָלט לעבן, האָט מען קבֿרים אײַנגעריסן, איז ער דאָך דערהאַלטן געוואָרן. וואָלט ער בעסער דעמאָלט געשטאָרבן וואָלט דער צער געווען קלענער.
אינעם לענגערן ווײַבערישן קלאָגעניש קען מען געפֿינען פֿינף עלעמענטן: אַ ווענדונג צום מת; אַ טענה צום טויטן; אַ באַשרײַבונג פֿון די לעבעדיקע מענטשן אין דער משפּחה, און ווי אויף צרות זיי זענען געבליבן; דאָס בעטן מחילה בײַם פֿאַרשטאָרבענעם; אַ ווענדונג, אַ תּפֿילה צו גאָט.
עס איז שווער הײַנט צו באַנעמען דעם צווייטן פּונקט, אין וועלכן מען איז אין כּעס אויפֿן טויטן, פֿאַר וואָס ער איז אַוועק און זיי איבערגעלאָזט. איך געדענק, ווען אין די 1990ער יאָרן, איז געשטאָרבן דער ראָק־און־ראָל זינגער קורט קורביין, און זײַן פֿרוי, קורטני לאָוו, האָט אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אים געזידלט, הלמאַי ער איז געשטאָרבן אַזוי יונג. די וועלט איז געווען אין כּעס אויף איר צוליב דעם, אָבער איך האָב געזאָגט מײַנע פֿאָלקלאָר־סטודענטן, אַז דאָס איז דאָך אַ טראַדיציאָנעלער אויסדרוק בײַם באַוויינען אַ טויטן, אַ נאָענטן.
ווען איך וואָלט געהאַט מער צײַט אין מײַן אַנאַליז פֿון די קלאָגענישן, וואָלט איך אַרויסגעהויבן, אַז במשך פֿון די הונדערטער יאָרן, האָט זיך אַנטוויקלט אַזאַ מין "קלאָגעניש"־שפּראַך, וואָס איז אַרײַן אין ייִדיש. די פֿאָרשונג פֿון דעם זשאַנער איז ווײַט נישט פֿאַרענדיקט.