פּערזענלעכקײטן
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זשאַן באַומגאַרטן, דער פֿראַנצויזישער ייִד, איז אַ פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדיש און פֿון אַלט־אַלטער ליטעראַטור אויף ייִדיש. זײַן בוך "דער אַרײַנפֿיר אין דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור" (אין פֿראַנצויזיש, פּאַריז, 1993) האָט געמאַכט אַ רושם: דער מחבר איז געוואָרן באַלוינט מיט אַ פּרײַז — זײַן פֿאָרשונג איז אַ טיפֿער אַרײַנבליק אינעם אויסוויקל פֿון אונדזער אַלט־ייִדיש.

זשאַן באַומגאַרטן טוט באַמערקן, אַז אין די סופֿיקע יאָרן פֿון מיטלעלטער און אינעם אָנהייב פֿון דער נײַער צײַט ווערט אַ לשון־קודש־טעקסט פֿון אַ רעליגיעזן כאַראַקטער שוין בלויז צוגענגלעך פֿאַר אַ באַגרענעצטן עולם, ווײַל דאָס רובֿ עמך־מענטשן באַקומען שוין אַ קנאַפּע בילדונג. בכדי דער פֿאָלקס־עולם זאָל זיך באַקענען מיט די ייִדיש־טראַדיציאָנעלע יסודות מוזן אַשכּנזישע ייִדן אָנקומען צו אַ "טײַטש"־כּתבֿ.


* * *

מען דאַרף זאָגן, אַז די צײַט פֿון רענעסאַנס איז אַ קוואַל פֿון שאַרפֿע אינטעלעקטועלע קעפּ: שרײַבער, פּאָעטן און פֿילאָלאָגן, פֿאָרשער פֿון אַלטערטימלעכע קולטורן און שפּראַכן, דאַרונטער פֿון אונדזער לשון־קודש. היות דער רענעסאַנס האָט באַאײַנפֿלוסט די ייִדישע סבֿיבֿה אין איטאַליע האָבן זיך אויך בײַ ייִדן דאָרט באַוויזן הומאַניסטן — שאַרפֿע קעפּ.

איינער אַזאַ שאַרפֿער ייִדישער קאָפּ איז געווען אליהו בחור, דער מחבר פֿון באַרימטן "בבֿא"־בוך, וואָס איז אַרויס אין דרוק אין 1541. דאָס ווערק, אין פֿערזן און אין גײַסט פֿון איטאַליענישן הומאַניזם, איז דאָס ערשטע נישט־רעליגיעזע ווערק אין אַלטן לשון־ייִדיש.

איז וואָס דערציילט אונדז דער פֿאָרשער זשאַן באַומגאַרטן וועגן אליהו בחור?

אליהו בחור, די טיפּישע געשטאַלט פֿון רענעסאַנס, איז געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד אין אַן אָרטשאַפֿט נישט ווײַט פֿון נירנבערג. ס׳רובֿ פֿון זײַנע יאָרן האָט ער אָבער, מחמת אַנטיסעמיטיזם, אויסגעלעבט אין איטאַליע. מילא, אַ דערציִונג און אַ בילדונג האָט אליהו באַקומען בײַ זײַן טאַטן, דעם רבֿ, אַ קאָלאָסאַלע. אַ גאָוניש קינד, האָט ער דאָס געלערנטע אײַנגעזאַפּט אין זיך ווי אַ שוואָם און אליהו איז אויסגעוואַקסן אַ געבילדעטער מענטש, אַ לינגוויסט, אַ קענער פֿון לשון־קודש, אַלט־ייִדיש, ווי אויך לאַטײַן און איטאַליעניש. אליהו, אַ הומאַניסט פֿון רענעסאַנס, איז געווען אַ ייִד מיט אַ ראַציאָנאַליסטישן שׂכל און געווען אין אָפֿטן קאַמף מיט די רבנים; ער האָט נישט פֿאַרטראָגן זייערע דאָגמעס.

אַ לינגוויסט פֿון אַ מדרגה, האָט אליהו, לפֿי דעם פֿאָרשער באַומגאַרטן, אָפּגעטאָן אַ וועלט אויפֿן געביט פֿון ייִדיש. "אליהו בחור", זאָגט באַומגאַרטן, "האָט פֿאָרמולירט נײַע קאָנצעפּציעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ער האָט איר ליטעראַרישע פֿאָרעם פֿאַרטיפֿט און באַנײַט". קורץ, אליהו בחור האָט פֿון דער גערעדטער אַלט־ייִדישער שפּראַך געמאַכט אַ ליטעראַריש לשון פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום. אליהו בחור האָט גענומען שרײַבן אויף ייִדיש וועגן הלכה און מסורה, ער האָט איבערגעזעצט אין ייִדיש אייניקע קאַפּיטלען פֿון חומש־בראשית, פֿאַר"טײַטשט" דעם תּהילים, און אויך אַנדערע ספֿרים. אין דער הקדמה צו זײַן איבערגעזעצטן תּהילים שרײַבט ר׳ אליהו: "די פֿרומע ווײַבער... וואָס ווילן לויבן דעם אַלמעכטיקן... דאַרפֿן לייענען דעם תּהילים, וואָס ווערט געלייענט אין דער גאַנצער וועלט". איצטער, ווען דער תּהילים איז אַ דאַנק אים פֿאַראַן אין "טײַטש" זאָלן "די ייִדישע פֿראַוען לייענען און לויבן גאָט".

גאָר אַ סך האָט אליהו בחור אויפֿגעטאָן אויפֿן געביט פֿון העברעיִש און זײַן גראַמאַטיק. אליהו האָט אויפֿגעקלערט דעם ריכטיקן ווערטער־אויסלייג פֿון לשון־קודשדיקן תּנ״ך־טעקסט. ווי אַ לינגוויסט האָט אליהו בחור געשאַפֿן אַ ריי ווערטערביכער — אַ ווערטערבוך פֿון קאָמפּליצירטע ווערטער פֿון תּלמוד און מדרש. אַן אָריגינעלן ווערטערבוך האָט ער געשאַפֿן פֿון העברעיִש, לאַטײַן, דײַטש און ייִדיש. אליהו, דער לינגוויסט, האָט באַקומען אַ שם ווי אַ מומחה אין לשון־קודש; הומאַניסטן האָבן צו אים זיך געוואָנדן ער זאָל זיי לערנען העברעיִש.

ווי באַקאַנט, האָבן הומאַניסטן בעת דעם רענעסאַנס געהאַט אַ גרויסן אינטערעס פֿאַר דעם אַלטן העברעיִש. אָט נעמט דעם מלך פֿון פֿראַנקרײַך פֿראַנסואַ דער ערשטער (1494—1547) — ער האָט אונדזער אליהו בחור פֿאַרבעטן צו ווערן פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש אויפֿן אוניווערסיטעט אין פּאַריז. כידוע — צו דער צײַט זענען ייִדן אין פֿראַנקרײַך שוין נישט פֿאַראַן; מען האָט זיי אַלע פֿאַרטריבן פֿון לאַנד אין יאָר 1394.

נו, איז פֿון קעניגס פּראָפּאָזיציע גאָרנישט געוואָרן. וועט איר פֿרעגן פֿאַרוואָס? אליהו האָט געשטעלט אַ באַדינג: ער האָט געטענהט, אַז אַ ייִד דאַרף בטבֿע האָבן אַ מנין ייִדן צו דאַווענען יעדן טאָג בציבור. אַ ייִד מוז האָבן אַ רבֿ, אַ שוחט. ובֿכן — ער מוז קומען קיין פּאַריז באַגלייט פֿון אַ קליינער גרופּע ייִדן. דעם דאָזיקן באַדינג האָט דער מלך, דער "הומאַניסט", נישט אָנגענומען. אים איז נישט אָנגעשטאַנען צו לאָזן לעבן אַ פּאָר ייִדן אין פּאַריז... אויף אַזאַ שטייגער האָט אליהו בחור נישט געקאָנט אָננעמען די פּראָפֿעסור אין דער פּאַריזער סאָרבאָנע! ער וועט בלײַבן לעבן מיט די הומאַניסטן אין איטאַליע! דאָרט איז ער פּאָפּולער און געשעצט פֿון דעם אינטעלעקטועלן עולם, און דער עיקר, פֿון די פֿאָרשער פֿון אַלטערטימלעכע שפּראַכן און קולטורן. פֿיל פֿון זיי זענען זײַנע תּלמידים. אליהו פֿלעגט האָבן גײַסטלעכע קריסטן צווישן זײַנע תּלמידים. זיי האָבן בײַ אים געלערנט לשון־קודש כּדי צו קאָנען דעם ביבלישן טעקסט לייענען אין אָריגינאַל. אליהו האָט אין רוים געהאַט אַ פֿרײַנד, אַ קאַרדינאַל, וועלכער האָט זיך בײַ אים געלערנט העברעיִש, און פֿאַר זײַן ביבליאָטעק האָט אליהו בחור קאָפּירט אַלטע לשון־קודשדיקע כּתבֿ־ידן פֿון קבלה. ווי אַ מומחה פֿון העברעיִש איז אליהו בחור געווען קאָרעקטאָר אין דרוקערײַען פֿון ייִדישע רעליגיעזע ספֿרים, אין ווענעדיק און אַנדערע איטאַליענישע ערטער.

אליהו האָט חוץ אַלע זיבן זאַכן, פֿאַרמאָגט זײַן אייגנס אַ שאַרף סאַטירישע פֿעדער. מיט חוזק פֿלעגט ער באַשרײַבן די ייִדישע עשירים וואָס האָבן אָפּגעטאָן כּל־מיני עוולות און אַרויס אָן אַ שטראָף. וויי איז געווען צו זײַנע קעגנער וועלכע האָבן אים אָנגעגריפֿן; ער האָט זיי אַלע געממיתט מיט זײַן גאַליק־סטאַרישער פֿעדער.

די גרעסטע ליטעראַרישע דערגרייכונג פֿון אליהו בחור איז בלי־ספֿק זײַן "בבֿא"־בוך. ער איז, ווי געזאָגט, דער ערשטער, וואָס האָט אין אַלט ייִדיש און אין פֿערזן, געשאַפֿן אַ בוך פֿון אַ נישט רעליגיעזן כאַראַקטער. מ׳דאַרף אָבער באַמערקן, אַז דער "בבֿא"־בוך איז נישט אָריגינעל פֿאַרטראַכט געוואָרן פֿון אליהון; ער קומט פֿון אַ נאָרמאַנדיש־ענגלישן ריטער־ראָמאַן פֿון 13טן יאָרהונדערט מיטן נאָמען "בעווע ד׳האַמפּטאָן". דער דאָזיקער ריטער־ראָמאַן האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם: ער איז געוואָרן איבערגעזעצט אין פֿיל שפּראַכן און אַרויס אין פֿאַרשיידענע ווערסיעס.

אליהו בחור איז אינספּירירט געוואָרן פֿון דער איטאַליענישער ווערסיע מיטן נאָמען "באָוואַ ד׳אַנטאָנאַ", און זײַן "בבֿא"־בוך צוגעפּאַסט צו דעם באַנעם פֿון דער ייִדיש־אַשכּנזישער סבֿיבֿה. ער האָט פֿאַרייִדישט די בוך־עפּיזאָדן זיי זאָלן רעדן צום ייִדישן לייענער: אָפֿט באַנוצט ער העברעיִזמען, ברענגט באַגריפֿן פֿון ייִדישע מינהגים, ווי למשל, חופּה, מילה א״אַנד.

וועט איר פֿרעגן: וואָס עפּעס האָט דער דרײַ־און־זעכציק יאָריקער אליהו מיט אַ מאָל גענומען שרײַבן אַ ייִדישע ווערסיע פֿון אַ ריטער־ראָמאַן?

די תּשובֿה געפֿינט מען אין דער הקדמה פֿון זײַן "בבֿא"־בוך. אָט, שרײַבט ער: "איך, אליהו בחור, דער שרײַבער, אין דינסט פֿון אַלע ייִדישע ווײַבער, קום איצט מיט מײַן וואָרט דעם באַדאַכטן — אַלע פֿרויען דערלויבן זיך צו האָבן אויף מיר פֿאַראיבל... זיי מיינען, אַז מיר איז נישט ניחא צו דרוקן די עבֿרי־טײַטש־ביכער וואָס לייענען ווילן זיי גערן שבת און יום־טובֿ" (ציטירט פֿון "בבֿא"־בוך אין מאָדערנעם ייִדיש פֿון פּאָעט משה קנאַפּהייס, אַרגענטינע, 1970). און ווײַטער איז זיך אליהו מודה, אַז פֿאַרן אַוועקגיין פֿון דער וועלט גייט ער, אינספּירירט פֿון גאָט, אַרויסגעבן אַ קרעפֿטיק בוך", און זאָלן ייִדישע "פֿראַוען" לייענען און הנאה האָבן. ר׳ אליהו האָט דערגרייכט זײַן ציל, זײַן "בבֿה"־בוך איז דערשינען אין 40 אויפֿלאַגעס. דאָס "בבֿא"־בוך ווערט באַטראַכט פֿאַר דעם סאַמע וויכטיקן פּאָעטישן ווערק פֿון אַלט־ייִדיש.

דערציילן די פֿאַרוויקלטע ליבע־מעשׂה פֿונעם ריטער בבֿא דעם בן־מלך מיט דרוזיאַנאַ די בת־מלכּה, וואָס איז אַ מעשׂה אין אַ מעשׂה, איז נישט פֿאַר אַן אַרטיקל אין אַ צײַטונג. ס׳קומט אָבער דאָך צו זאָגן, אַז דאָס "בבֿא"־בוך פֿון אליהו בחור איז דער אָנפֿאַנג פֿון דער ליטעראַטור בלשון־ייִדיש.

אליהו בחור, דער שאַרפֿער ייִדישער קאָפּ פֿון איטאַליענישן רענעסאַנס, וועט אייביק האָבן אַן אײַנפֿלוס אויפֿן המשך פֿון אונדזער ייִדישער ליטעראַטור.

אליהו בחור איז געשטאָרבן אין ווענעדיק אין יאָר 1549.