ליטעראַטור

Imre Kertész. Fiasco.
Translated by Tim Wilkinson.
Brooklyn: Melville House, 2011.

דער ראָמאַן "פֿיאַסקאָ", וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצונג, פֿילט אויס דעם בלויז אין דער אויטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע פֿון אימרע קערטעס, דעם איינציקן אונגאַרישן שרײַבער, וואָס האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע. ער איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק דעם ערשטן טייל פֿון דער טרילאָגיע, דעם ראָמאַן "גורללאָזיקייט" — דעם "סאַמע אומגעוויינטלעכן חורבן־ראָמאַן", ווי עס האָט באַמערקט איינער, אַ קריטיקער.

אין 1944, אינעם עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר, איז קערטעס, מיט טויזנטער אַנדערע אונגאַרישע ייִדן, דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ און דערנאָך קיין בוכענוואַלד. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער זיך אומגעקערט קיין בודאַפּעשט און פֿאַרדינט זײַן חיונה פֿון איבערזעצונגען און קאָמעדיעס. זײַן ערשטער ראָמאַן איז אַרויס אין אונגאַרן נאָך אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה און האָט ניט אַרויסגערופֿן קיין סך אינטערעס. "פֿיאַסקאָ" שילדערט, אין אַן אייגנאַרטיקן איראָנישן משל־סטיל, דעם מחברס נעבעכדיקן מצבֿ אינעם קאָמוניסטישן אונגאַרן.

דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ לאַנגער הקדמה, דעם מחברס שמועס מיט זיך אַליין וועגן דעם צוועק און דער צוועקלאָזיקייט פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג. קערטעס ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון די קלאַסיקער פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם, אַזעלכע ווי קאַפֿקאַ, בעקעט, קאַמיו. ער פֿאַרמאָגט אַ ביטערן איראָנישן חוש און אַ נטיה צו אַבסורדישקייט. דאָס שרײַבן איז פֿאַר אים "אַ מאָדנער און אומפֿאַרשטענדלעכער באַגער צו געבן אַ פֿאָרעם און אַן אויסדרוק צו אונדזערע לעבנס", אָדער אַ "פֿאַרפֿירערישן נסיון", וואָס מען איז ניט בכּוח אויסצושטיין.

דאָס שרײַבן איז דער גורל פֿון דעם מחבר, דעם מענטש. דער ערשטער טייל פֿון דער טרילאָגיע דערציילט וועגן דעם, ווי דער חורבן האָט באַראַבעוועט דעם יונגן העלד פֿון זײַן אייגענעם יחידישן גורל. אינעם צווייטן טייל באַמיט ער זיך צו קריגן זײַן גורל צוריק דורכן שרײַבן. בײַם אָנהייב ווערט זײַן ראָמאַן ניט אָנגענומען דורכן פֿאַרלאַג. די סיבה איז דווקא ניט קיין אידעאָלאָגישע, נאָר אַ "הומאַניסטישע"׃ דער סיפּור־המעשׂה פּאַסט זיך ניט אַרײַן אינעם אָנגענומענעם גערעם פֿון "חורבן־ליטעראַטור".

קערטעס איז אַ מײַסטער פֿון איראָנישער אָפּפֿרעמדונג, אַ ליטעראַרישע כּלי, וואָס דערמעגלעכט אים פֿאָרצושטעלן די גרויע טאָג־טעגלעכקייט ווי אַן עקזאָטישע איבערלעבונג. דער ראָמאַן גופֿא, וואָס הייבט זיך אָן ערשט נאָך מער ווי הונדערט זײַטן, דערציילט די געשיכטע פֿונעם "אַלטן ייִנגל", דעם העלד פֿון "גורללאָזיקייט" נאָך זײַן אומקער פֿון די נאַציסטישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן. ער קומט אין אַ פֿרעמדן לאַנד, וווּ קיינער דערקענט אים ניט און וויל ניט הערן וועגן זײַנע צרות.

די הויפּט־טעמע פֿונעם ראָמאַן איז דאָס שרײַבן, ווי אַ פּראָצעס און ווי אַן אופֿן פֿון לעבן. כּדי גובֿר צו זײַן די פֿאַרגאַנגענהייט, מוז דער מחבר האַלטן אין איין שרײַבן וועגן זײַן דערפֿאַרונג, אָבער דאָס מאַכט דעם אַמאָל ממשותדיקער פֿונעם הײַנט. די הײַנטיקייט האָט אַ קליינעם שײַכות צום גיהנום, וואָס דער מחבר איז אַדורך, ווײַל זײַן דערציילונג איז אַנדערש ווי דער אָנגענומענער ליטעראַריש־היסטאָרישער חורבן־אימאַזש. די סתּירה צווישן דער אָביעקטיווער ווירקלעכקייט און דער סוביעקטיווער שעפֿערישקייט שאַפֿט דעם אימפּעט, וואָס טרײַבט די האַנדלונג פֿאָרויס.

ווען קערטעס האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע אין 2002, זײַנען אַ סך אונגאַרישע פּאַטריאָטן געווען אַנטוישט, ווײַל זיי האָבן אים ניט געהאַלטן פֿאַר אַן "עכטן" פֿאָרשטייער פֿון דער אונגאַרישער ליטעראַטור. אין אַ געוויסן זין זײַנען זיי מסתּמא געווען גערעכט, און די ענגלישע איבערזעצונג פֿון "פֿיאַסקאָ" קאָן דינען ווי אַן אומדירעקטער באַווײַז פֿון אַזאַ סבֿרה.

קערטעסעס סטיל האָט ניט קיין נאַציאָנאַלן טעם, און דערפֿאַר לאָזט ער זיך גוט איבערזעצן אויף אַן אַנדער שפּראַך. קערטעס איז אַ מיטגליד פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קיבוץ פֿון מאָדערניסטישער ליטעראַטור. ווי עס באַמערקן עטלעכע ענגלישע רעצענזענטן פֿון "פֿיאַסקאָ", האָט עס זיך דעם איבערזעצער טים ווילקינסאָן, אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַ פּאַסיקן איראָנישן סטיל און טאָן, וואָס ברענגט קערטעסן נענטער צו סעמועל בעקעט, איינער פֿון זײַנע ליטעראַרישע רביים.

די ענגלישע פּובליקאַציע פֿון "פֿיאַסקאָ" איז אַ באַווײַז, אַז אַן אומאָפּהענגיקע פֿאַרלעגערײַ איז ווײַט ניט אונטערגעגאַנגען אין אַמעריקע. ביז עטלעכע יאָר צוריק פֿלעגט קערטעס אַרויסלאָזן זײַנע ענגלישע איבערזעצונגען אינעם גרויסן פֿאַרלאַג "נאָפּפֿ", אָבער לעצטנס איז ער אַריבער אונטערן דאַך פֿון "מעלוויל־הויז", וואָס באַזירט זיך אין ברוקלין. דער דאָזיקער קליינער אומאָפּהענגיקער פֿאַרלאַג האָט זיך קונה־שם געווען מיט איבערכאַפּן באַקאַנטע נעמען בײַ גרויסע קאָרפּאָראַציעס, און האָט אויפֿגעבויט אַ היפּשע רשימה פֿון באַרימטע מחברים. די אויספֿורעמונג פֿון "פֿיאַסקאָ" פּאַסט זיך צו זייער גוט צום אינהאַלט. אַפֿילו דאָס אַ ביסל גראָבלעכע און פֿאַרגעלטע פּאַפּיר דערמאָנט אָן דער אַמאָליקער ביכער־פּראָדוקציע פֿון די קאָמוניסטישע לענדער. "פֿיאַסקאָ" איז בלי־ספֿק איינע פֿון די שענסטע ביכער אינעם איצטיקן ליטעראַטור־סעזאָן.