- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אירע הויכע עלעקטרישע גיטאַר־קלאַנגען, און די שוואַרצע קאָסטיומען פֿון די מוזיקער, איז די ראָק־און־ראָל־מוזיק, וואָס רופֿט זיך "אינדוסטריעלער מעטאַל", געוויינטלעך נישט באַטראַכט ווי ייִדישלעך. אין ישׂראל, אָבער, שפּילט די אינדוסטריעלע־מעטאַל־גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), און זי זינגט אויף ייִדיש! אָבער דאָ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי מאַכן זיי חוזק, אָדער — צי איז דאָס אַן ערנסטער פּרוּוו אויפֿצופֿרישן אַלטע ייִדישע "שלאַגערס", און אַזוי אַרום ווערן די פּיאָנערן פֿון "ייִדיש־מעטאַל"? עס זעט אויס, אַז "געוואָלט" נעמט זייער ערנסט דעם פּראָיעקט צו אַנטוויקלען אַ "ייִדישע מעטאַל"־מוזיק און האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל אויף מאַמע־לשון: "אַלף־בית". דאָס איז, בסך־הכּל, איר צווייטע רעקאָרדירונג. די ערשטע איז אַרויס מיט פֿינף יאָר צוריק אויף רוסיש. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז אַ רעשיקער, אָבער דאָך, מעלאָדיש, און עס דערמאָנט אין דער דערפֿאָלגרײַכער דײַטשישער אינדוסטריעל־מעטאַלענער גרופּע "ראַמשטײַן", מיט איר ספּעציפֿישן עלעקטראָניש־מעטאַלענעם סטיל, און בפֿרט — מיטן געזאַנג. דאָס קול פֿון אַנאַטאָלי באָנדער פֿון דער גרופּע "געוואָלט" קלינגט זייער ענלעך צו דעם קול פֿון טיל לינדעמאַנס — דער הויפּט־זינגער פֿון "ראַמשטײַן"; די גרופּע, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט לידער ווי: "דו האַסט", "אַמעריקאַ" און "מוטער". די לעצטע שורות פֿון ראַמשטיינס "מוטער" זענען (איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש): אין אירע לונגען וווינט אַ ווענגער, [אַ מין שלאַנג אין ים] אויף מײַן שטערן אַ מוטער־צייכן, אַראַָפּצונעמען דאָס מיט מעסערס קוש, ווען איך פֿאַרבלוטיקן מוז... מוטער — אָ, גיב מיר קראַפֿט. די חבֿרה אין ישׂראל האָט, זעט אויס, געטראַכט, אַז, אַזוי ווי עס פֿעלן ניט קיין לידער אויף ייִדיש וועגן מאַמעס (דאָך, מסתּמא מיט ווייניקער סאַדאָ־מאַזאָכיסטישן אינהאַלט ווי בײַ "ראַמשטיין"), טאָ לאָמיר פּרובירן צו קאָמבינירן אָט די צוויי עלעמענטן — ייִדיש און אינדוסטריעלע מעטאַל־מוזיק. און הײַדאַ! דער רעזולטאַט דערפֿון? — אַ גאָר פֿײַן און אַמוזירנדיק קאָמפּאַקטל. עס הייבט זיך אָן מיטן פֿאַרכאַפּנדיקן ליד "לאָמיר טרינקען אַ ביסעלע ווײַן", און דערנאָך זינגען זיי "דער רבי אלימלך" אין אַ גיכן טעמפּאָ. קיינער, ביז אַהער, האָט ניט אויסגעניצט דעם פֿולן פּאָטענציאַל פֿון משה נאַדירס צעדרייטע, פֿאַרשיכּורטע שורות. דאָס זעלבע קען מען באַמערקן וועגן דעם טאַנצנדיקן רבין אין זייער ווערסיע פֿון "שאַ שטיל". ווען באָנדער זינגט די שורה — "אַז דער רבי זינגט דעם הייליקן ניגון, בלײַבט דער שׂטן אַ טויטער ליגן", ווילט זיך אָנטאָן אַ שטרײַמל און גיין באַדאַנקען דעם רבין בכבֿודו־ובֿעצמו פֿאַרן אַוועקטרײַבן דעם סיטרא־אַחרא. אַפֿילו אינעם שוין "אויסגעזונגענעם" ליד "טום באַלאַלײַקאַ" בלאָזן זיי אַרײַן אַ פֿריש ווינטל. ווען זיי באַפֿעלן: "פֿריילעך זאָל זײַן!" קען מען זיי ניט אָפּזאָגן. זייער ווערסיע פֿון "מײַן רוּע פּלאַץ" קלינגט ווי אַ סינטעז פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד מיט דער שרײַענדיקער ראָק־גרופּע "נײַן אינטש ניילס"; אָבער דאָס ליד איז אַן אמתדיק פּערל און נישט געקוקט אויפֿן טומל, צײַגט עס איבער דעם צוהערער מיט זײַן עמאָציאָנעלער ערלעכקייט. אַחוץ די "שווערע" גיטאַרן און עלעקטראָנישע עפֿעקטן, שפּילט אויך אַ פֿידלער, וואָס דערמאָנט אונדז, אַז די לידער זענען סײַ אײַנגעוואָרצלט אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער טראַדיציע, סײַ אין אַן אַנדער זשאַנער — "סימפֿאָניש־שוואַרצע מעטאַל־מוזיק", אין וועלכן מע שפּילט קאָמפּליצירטע סימפֿאָנישע אַראַנזשירונגען פֿון ראָק־און־ראָל. ווען די גרופּע "געוואָלט" זינגט דעם "פּאַרטיזאַנער הימען" שטרײַכט זי אונטער און פֿאַרשטאַרקט די מיליטאַנטישקייט פֿון הירש גליקס ווערטער, און מע גלייבט זיי, אַז דאָס ליד איז טאַקע "געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט". ווען זיי שפּילן "טשיריבים, טשיריבאָם", האָט מען חשק ווילד צו שפּרינגען אַרויף און אַראָפּ, אין אַ ווילדן פּאָגאָ־טאַנץ. ניט אַלע לידער זענען זיי אָבער געראָטן. אין "שפּיל מיר זשע אַ לידעלע אויף ייִדיש" פּאַסט ניט די אַגרעסיווע מעלאָדיע צו די ווערטער, און דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן זייער נוסח פֿון "בײַ מיר ביסטו שיין". די באַאַרבעטונג פֿון "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה" וואָלט געקענט אפֿשר בעסער טויגן מיט אַ גיכערן טעמפּאָ, דאָ און דאָרטן, און מיט מער פּסיכאָדעלישע גיטאַרן (ווי אינעם ליד "קום זאַמד־מענטש אַרײַן" פֿון דער גרופּע "מעטאַליקאַ"). אָבער ניט געקוקט אויף דעם, איז "אַלף־בית" אַ געבענטשטע נײַע שאַפֿונג, וואָס פֿאַרשאַפֿט הנאה אי די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, אי די חסידים פֿון דעם אינדוסטריעל־מעטאַלענעם סטיל פֿון מוזיק. די גרופּע "געוואָלט" לאָזט אַלעמען בחינם אַראָפּלאָדן איר קאָמפּאַקטל אויף זייער וועבזײַטל! http://www.gevolt.com/Discography/AlefBaseאַ שײנעם דאַנקSubmitted by Cybertrash on Tue, 2011-07-12 15:31.
אַ שײנעם דאַנק אײַך עדי פֿאַרן װוּנדערלעכן אַרטיקל. איך האָב שוין לאַנג געװאַרט פֿאַר די ייִדיש-מעדיומם צו שרײַבן װעגן דעם זשאַנער ייִדיש מעטאַל װאָס װעט באַלד נתעלה װערן! איך האָב םײַ װי סײַ אַלע מאָל געמײנט אַז GEVOLT איז געװען די זעלביקע זאַך װי געװאַלד. אָבער אפֿשר איז די דאָזיקע מײנונג אַ פֿעלער בײַ מיר, איך װײס ניט, אַבער איך װײס טאַקע אַז דאָס איצטיקע אַרטיקל איז אַן אוצר איך װעל לײענען װידער און אָבער! צי װעט דאָס אַרטיקל אויכעט זײַן פֿאַראַן אין דער געדרוקטער װערציע פֿון פֿאַרװערטס? גיט, אגבֿ, אויכעט אַ קוק אויף דער שװעדישער ייִדיש העװי/פֿאָלק מעטאַל-גרופּע דיבוקים װוּ איך בין אַ מיטגליד: http://www.dibbukim.com /ניקלאַס אָלניאַנסקי |