מוזיק
די גרופּע "געוואָלט" טרעט אויף אויף דער בינע אין ישׂראל
די גרופּע "געוואָלט" טרעט אויף אויף דער בינע אין ישׂראל
2011 Alex Freiter

מיט אירע הויכע עלעקטרישע גיטאַר־קלאַנגען, און די שוואַרצע קאָסטיומען פֿון די מוזיקער, איז די ראָק־און־ראָל־מוזיק, וואָס רופֿט זיך "אינדוסטריעלער מעטאַל", געוויינטלעך נישט באַטראַכט ווי ייִדישלעך. אין ישׂראל, אָבער, שפּילט די אינדוסטריעלע־מעטאַל־גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), און זי זינגט אויף ייִדיש! אָבער דאָ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי מאַכן זיי חוזק, אָדער — צי איז דאָס אַן ערנסטער פּרוּוו אויפֿצופֿרישן אַלטע ייִדישע "שלאַגערס", און אַזוי אַרום ווערן די פּיאָנערן פֿון "ייִדיש־מעטאַל"?

עס זעט אויס, אַז "געוואָלט" נעמט זייער ערנסט דעם פּראָיעקט צו אַנטוויקלען אַ "ייִדישע מעטאַל"־מוזיק און האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל אויף מאַמע־לשון: "אַלף־בית". דאָס איז, בסך־הכּל, איר צווייטע רעקאָרדירונג. די ערשטע איז אַרויס מיט פֿינף יאָר צוריק אויף רוסיש. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז אַ רעשיקער, אָבער דאָך, מעלאָדיש, און עס דערמאָנט אין דער דערפֿאָלגרײַכער דײַטשישער אינדוסטריעל־מעטאַלענער גרופּע "ראַמשטײַן", מיט איר ספּעציפֿישן עלעקטראָניש־מעטאַלענעם סטיל, און בפֿרט — מיטן געזאַנג. דאָס קול פֿון אַנאַטאָלי באָנדער פֿון דער גרופּע "געוואָלט" קלינגט זייער ענלעך צו דעם קול פֿון טיל לינדעמאַנס — דער הויפּט־זינגער פֿון "ראַמשטײַן"; די גרופּע, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט לידער ווי: "דו האַסט", "אַמעריקאַ" און "מוטער". די לעצטע שורות פֿון ראַמשטיינס "מוטער" זענען (איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש):

אין אירע לונגען וווינט אַ ווענגער, [אַ מין שלאַנג אין ים]

אויף מײַן שטערן אַ מוטער־צייכן,

אַראַָפּצונעמען דאָס מיט מעסערס קוש,

ווען איך פֿאַרבלוטיקן מוז...

מוטער — אָ, גיב מיר קראַפֿט.

די חבֿרה אין ישׂראל האָט, זעט אויס, געטראַכט, אַז, אַזוי ווי עס פֿעלן ניט קיין לידער אויף ייִדיש וועגן מאַמעס (דאָך, מסתּמא מיט ווייניקער סאַדאָ־מאַזאָכיסטישן אינהאַלט ווי בײַ "ראַמשטיין"), טאָ לאָמיר פּרובירן צו קאָמבינירן אָט די צוויי עלעמענטן — ייִדיש און אינדוסטריעלע מעטאַל־מוזיק. און הײַדאַ! דער רעזולטאַט דערפֿון? — אַ גאָר פֿײַן און אַמוזירנדיק קאָמפּאַקטל.

עס הייבט זיך אָן מיטן פֿאַרכאַפּנדיקן ליד "לאָמיר טרינקען אַ ביסעלע ווײַן", און דערנאָך זינגען זיי "דער רבי אלימלך" אין אַ גיכן טעמפּאָ. קיינער, ביז אַהער, האָט ניט אויסגעניצט דעם פֿולן פּאָטענציאַל פֿון משה נאַדירס צעדרייטע, פֿאַרשיכּורטע שורות. דאָס זעלבע קען מען באַמערקן וועגן דעם טאַנצנדיקן רבין אין זייער ווערסיע פֿון "שאַ שטיל". ווען באָנדער זינגט די שורה — "אַז דער רבי זינגט דעם הייליקן ניגון, בלײַבט דער שׂטן אַ טויטער ליגן", ווילט זיך אָנטאָן אַ שטרײַמל און גיין באַדאַנקען דעם רבין בכבֿודו־ובֿעצמו פֿאַרן אַוועקטרײַבן דעם סיטרא־אַחרא.

אַפֿילו אינעם שוין "אויסגעזונגענעם" ליד "טום באַלאַלײַקאַ" בלאָזן זיי אַרײַן אַ פֿריש ווינטל. ווען זיי באַפֿעלן: "פֿריילעך זאָל זײַן!" קען מען זיי ניט אָפּזאָגן. זייער ווערסיע פֿון "מײַן רוּע פּלאַץ" קלינגט ווי אַ סינטעז פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד מיט דער שרײַענדיקער ראָק־גרופּע "נײַן אינטש ניילס"; אָבער דאָס ליד איז אַן אמתדיק פּערל און נישט געקוקט אויפֿן טומל, צײַגט עס איבער דעם צוהערער מיט זײַן עמאָציאָנעלער ערלעכקייט.

אַחוץ די "שווערע" גיטאַרן און עלעקטראָנישע עפֿעקטן, שפּילט אויך אַ פֿידלער, וואָס דערמאָנט אונדז, אַז די לידער זענען סײַ אײַנגעוואָרצלט אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער טראַדיציע, סײַ אין אַן אַנדער זשאַנער — "סימפֿאָניש־שוואַרצע מעטאַל־מוזיק", אין וועלכן מע שפּילט קאָמפּליצירטע סימפֿאָנישע אַראַנזשירונגען פֿון ראָק־און־ראָל.

ווען די גרופּע "געוואָלט" זינגט דעם "פּאַרטיזאַנער הימען" שטרײַכט זי אונטער און פֿאַרשטאַרקט די מיליטאַנטישקייט פֿון הירש גליקס ווערטער, און מע גלייבט זיי, אַז דאָס ליד איז טאַקע "געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט". ווען זיי שפּילן "טשיריבים, טשיריבאָם", האָט מען חשק ווילד צו שפּרינגען אַרויף און אַראָפּ, אין אַ ווילדן פּאָגאָ־טאַנץ.

ניט אַלע לידער זענען זיי אָבער געראָטן. אין "שפּיל מיר זשע אַ לידעלע אויף ייִדיש" פּאַסט ניט די אַגרעסיווע מעלאָדיע צו די ווערטער, און דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן זייער נוסח פֿון "בײַ מיר ביסטו שיין". די באַאַרבעטונג פֿון "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה" וואָלט געקענט אפֿשר בעסער טויגן מיט אַ גיכערן טעמפּאָ, דאָ און דאָרטן, און מיט מער פּסיכאָדעלישע גיטאַרן (ווי אינעם ליד "קום זאַמד־מענטש אַרײַן" פֿון דער גרופּע "מעטאַליקאַ"). אָבער ניט געקוקט אויף דעם, איז "אַלף־בית" אַ געבענטשטע נײַע שאַפֿונג, וואָס פֿאַרשאַפֿט הנאה אי די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, אי די חסידים פֿון דעם אינדוסטריעל־מעטאַלענעם סטיל פֿון מוזיק.

די גרופּע "געוואָלט" לאָזט אַלעמען בחינם אַראָפּלאָדן איר קאָמפּאַקטל אויף זייער וועבזײַטל!

http://www.gevolt.com/Discography/AlefBase