ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Antony Polonsky.
The Jews in Polnd and Russia.
Volume II: 1881 to 1914.
Oxford: The Littman Library of Jewish Civilization, 2010.


דער צווייטער באַנד פֿון פּראָפֿעסאָר פּאָלאָנסקיס "געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן און רוסלאַנד" באַהאַנדלט דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן די יאָרן 1881 און 1914. אין משך פֿון אָט די 33 יאָר האָט די ייִדישע וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע דורכגעמאַכט ריזיקע שינוים, וואָס האָבן באַווירקט דעם כאַראַקטער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדנטום אויף די קומענדיקע הונדערט יאָר. דווקא דעמאָלט זײַנען אויסגעפֿורעמט געוואָרן אַלע וויכטיקע אידעאָלאָגישע שיטות און קולטורעלע שטרעמונגען, וואָס בלײַבן, טיילווײַז, אַקטועל הײַנט.

די מאָדערניזאַציע איז געקומען אויף דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער גאַס גאַנץ שפּעט, און איר אָנקומען איז זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿון דער אַנטיסעמיטישער רעאַקציע. אַזוי אַרום האָבן זיך די ייִדישע מאַסן געפֿונען צווישן האַמער און קאָוואַדלע. פֿון איין זײַט האָבן זיי געדאַרפֿט זיך צופּאַסן, עקאָנאָמיש, קולטורעל און געזעלשאַפֿטלעך צו דער נײַער אינדוסטריעלער געזעלשאַפֿט; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער צוּוווּקס פֿון נאַציאָנאַליזם צווישן אַלע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע גורם געווען נײַע מניעות פֿאַר ייִדן אויף דעם דאָזיקן וועג.

די ייִדישע רעאַקציע אויף אָט דעם טאָפּלדיקן דרוק איז געווען אַ פֿילזײַטיקע. כּמעט צוויי מיליאָן ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט די אַלטע היים; אַ סך הייסע יונגע קעפּ זײַנען אַרײַן אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג; די נאַציאָנאַל־באַוווּסטזיניקע אינטעליגענץ האָט זיך גענומען פֿאַר אויסאַרבעטן כּלערליי פּראָיעקטן פֿון נאַציאָנאַלער אויפֿלעבונג. אָבער דאָס רובֿ ייִדן אין שטעט און שטעטלעך פֿון תּחום־המושבֿ, קרוין־פּוילן און עסטרײַכישער גאַליציע האָבן פּשוט געוואָלט לעבן בשלום לויטן שטייגער פֿון זייערע אָבֿות, האָדעווען קינדער און האָבן אַ שטיקל פּרנסה.

פּאָלאָנסקי צעטיילט זײַן בוך אין עטלעכע קאַפּיטלען, וואָס באַהאַנדלען פֿאַרשידענע ייִדישע גרופּעס און מקומות. יעדע גרופּע באַוווינט איר אייגן אָרט און לעבט אין איר אייגענער צײַט. גיכער פֿאַר אַלץ, לויפֿט די פּאָליטישע צײַט. די רעגירונגען פֿון רוסלאַנד, עסטרײַך־אונגאַרן און דײַטשלאַנד האַלטן אין איין אויסאַרבעטן פּראָיעקטן, וואָס זאָלן, אַזוי אָדער אַנדערש, לייזן די פּראָבלעם פֿון נאַציאָנאַליטעטן אין זייערע מלוכות; בעת די אינטעליגענץ פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן — פּאָליאַקן, ייִדן, אוקראַיִנער — אַנטוויקלט זייערע פּלענער, ווי אַזוי צו באַפֿרײַען זיך פֿון דער אימפּעריאַלער שליטה.

אין אונטערשיד צו אַנדערע ייִדישע היסטאָריקער, באַטראַכט פּאָלאָנסקי די "ייִדישע פֿראַגע" אינעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון אימפּעריאַלער פּאָליטיק. ער אַנטפּלעקט די לאָגיק סײַ פֿון די מלוכות און סײַ פֿון די נאַציאָנאַליסטן, און אַנאַליזירט די סיבות פֿון דעם ענדגילטיקן דורכפֿאַל פֿון דער אימפּעריאַלער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק, וואָס האָט, אַזוי אָדער אַנדערש, געפֿירט צו דער ערשטער וועלט־מלחמה.

בעת דער פּאָליטישער זייגער אין פּעטערבורג, בערלין און ווין איז געלאָפֿן זייער גיך צו דער לעצטער שעה פֿונעם אַלטן רעזשים, האָבן די שטעט און שטעטלעך געלעבט פּאַמעלעך, אינעם ריטעם פֿון די נאַטור־סעזאָנען און רעליגיעזע יום־טובֿים. עס איז מערקווירדיק, אַז די ייִדישע היסטאָריקער, וועמענס פֿאָרשונגען דינען ווי דער יסוד פֿון פּאָלאָנסקיס אַלגעמיינער געשיכטע, האָבן זיך אַזוי ווייניק אָפּגעגעבן מיטן טאָג-טעגלעכן ייִדישן לעבן פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. ווי פּאָלאָנסקי באַמערקט, פֿאַרמאָגן מיר ניט עד־היום קיין געהעריקע היסטאָרישע שטודיען פֿונעם ייִדישן שטעטל אינעם 19טן יאָרהונדערט, ענלעך צו די פֿאָרשונגען פֿון גרשון הונדערט און משה ראָסמאַן וועגן אַפּט און מעזשביזש אינעם 18טן יאָרהונדערט.

פּאָלאָנסקי באַמערקט ריכטיק, אַז ליטעראַטור איז דער רײַכסטער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, און קודם־כּל די ייִדישע ליטעראַטור. אָבער דער דאָזיקער מקור בלײַבט נאָך אַלץ קוים באַרירט, הגם די גרעסטע טייל טעקסטן אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן זײַנען איצט צוטריטלעך אויף אינטערנעץ. די קשיא איז, וואָס צו לייענען און ווי אַזוי צו לייענען. צום באַדויערן האַלטן די היסטאָריקער בײַם לייענען ליטעראַרישע טעקסטן ווי אילוסטראַציעס פֿאַר היסטאָרישע טענדענצן און דערשײַנונגען. אָבער די ליטעראַרישע שפּראַך, אימאַזשן, סיפּורי־המעשׂיות זײַנען ניט ווייניקער וויכטיק און אינטערעסאַנט ווי היסטאָרישע פֿענאָמענען.

אַ סבֿרה, אַז די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַרמאָגט מער היסטאָרישן ווערט איידער אַ סך פּאָליטישע וויכּוחים אָדער פּראָיעקטן, וואָס זײַנען קיין מאָל ניט מקוים געוואָרן. אַז מען טראַכט וועגן פֿאַרגאַנגענע תּקופֿות, האַלט מען אין זינען, קודם־כּל, ליטעראַרישע פּאָרטרעטן; בעת די פּרטים פֿון פּאָליטישן קאַמף זײַנען וויכטיק נאָר פֿאַר די מומחים.

און דווקא דערין שטעקט אַ סכּנה פֿאַר דער סאָציאַל־פּאָליטישער שיטה פֿון ייִדישער געשיכטע. ווי ווײַט וועלן די קומענדיקע דורות האָבן אינטערעס אין די פּראָיעקטן פֿון דער פּוילישער קאָנסטיטוציע פֿון 1791 אָדער צו די וויכּוחים אין דער דריטער רוסישער דומע? בעת די פֿאַרגעסענע ראָמאַנען פֿון מרדכי ספּעקטאָר אָדער יעקבֿ דינעזאָן פֿאַרמאָגן אַ שלל מיט גאָר אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישן און אַלגעמיינעם לעבן סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. עס גייט דערבײַ ניט נאָר אין דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער, אָבער אויך אין עקאָנאָמיע, רעוואָלוציע, די פּויליש־רוסישע באַציִונגען, וואָס ווערן באַהאַנדלט פֿונעם מיטצײַטלערישן קוקווינקל. הכּלל, דאָס איז אַ גאַנצע ענציקלאָפּעדיע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.

די ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשונג גיט זיך אַ סך אָפּ מיט אַרומרעדן דעם ענין פֿון ״ייִדישן קאַנאָן״. טיילווײַז האָט דאָס צו טאָן מיט דער אַפּאָלאָגעטישער כּוונה. מען איז אויסן צו ווײַזן, אַז בײַ ייִדן איז ניט אַלץ ערגער ווי בײַ ״די לײַט״. דערבײַ בלײַבט די מאַסן־ליטעראַטור, וואָס איר עסטעטישע קוואַליטעט איז אפֿשר ניט לויטן הײַנטיקן געשמאַק, בײַ דער זײַט. אָבער דווקא די דאָזיקע עסטעטישע אַספּעקטן דאַרפֿן זײַן ביז גאָר אינטערעסאַנט פֿאַר אַ קולטור־היסטאָריקער, ווײַל זיי אַנטפּלעקן דאָס, וואָס מען קאָן ניט געפֿינען אין קיין שום אַרכיוואַלע דאָקומענטן.

דער צווייטער באַנד פֿון "געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן און רוסלאַנד" דערווײַזט, אַז ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן פֿאַרשידענע שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג געלעבט ניט נאָר אין פֿאַרשידענע מינים ייִשובֿים, אָבער אויך אין פֿאַרשידענע וועלטן. די אַלטע פּוילישע קהילה־סטרוקטור איז פֿאָרמעל אָפּגעשאַפֿן געוואָרן, אָבער זי האָט ווײַטער געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם שטעטל. די חסידים האָבן באַוויזן זיך צוצופּאַסן צו דער דאָזיקער סטרוקטור, און דאָס איז געווען דער יסוד פֿון זייער הצלחה.

אָבער אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען אַריבער פֿון שטעטלעך אין גרויסע שטעט, וווּ זיי האָבן געמוזט אויסלערנען נײַע כּללים. דווקא צווישן זיי זײַנען געוואָרן פּאָפּולער נײַע אידעאָלאָגיעס, וואָס האָבן צוגעזאָגט צו שאַפֿן פֿאַר ייִדן אַן אייגענעם אָרט אין דער מאָדערנער וועלט. די אַלטע וועלט איז חרובֿ געוואָרן אין 1914—1921, אָבער די נײַע וועלט איז געווען ווײַט ניט קיין גן־עדן. וועגן דעם וועט מען זיך דערוויסן פֿונעם דריטן באַנד, וואָס דאַרף אַרויסקומען אין גיכן.