- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 16טן אָקטאָבער 2010 איז געשטאָרבן דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער געלעגן אין אַ וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, ניו־יאָרק; אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט, צום באַדויערן, נישט פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען געסט. אַפֿילו אויסצוגעפֿינען בײַ זיי דעם טאָג פֿון זײַן פּטירה איז געווען אוממעגלעך, און נאָך דעם ווי איך האָב גערעדט מיט פֿיר אָפּטיילן אין שפּיטאָל, האָט דער הויפּט־באַלעבאָס מיר פּשוט געענטפֿערט, אַז די אינפֿמאָרמאַציע טאָר מען נישט "אַנטפּלעקן". האָב איך געזוכט דורך "גוגל" אויף דער אינטערנעץ, און זוכנדיק בלויז צען סעקונדעס, אויסגעפֿונען ווען העשעלעס איז ניפֿטר געוואָרן. Simon Geisbühler. Like Shells on a Shore: Synagogues and Jewish Cemeteries of Northern Moldavia. Bern: Projekt 36, 2010. "דאָס ייִדישע לעבן איז דאָס, וואָס ס׳אינטערעסירט מיך", שרײַבט דער שווייצער דיפּלאָמאַט סימאָן גײַסבילער אינעם אַרײַנפֿיר צו זײַן בוך וועגן ייִדישע דענקמעלער און היסטאָריקער פֿון צפֿון־מאָלדאָווע. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דאָס דאָזיקע בוך בעת זײַן דינסט אין דער שווייצער אַמבאַסאַדע אין בוקאַרעשט צווישן 2007 און 2010. דעמאָלט האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך די פֿאַרגעסענע און פֿאַרוואָרפֿענע וועלט פֿון מאָנומענטאַלער ייִדישער קונסט, וואָס איז אַזוי רײַך פֿאָרגעשטעלט אין רומעניע, בעסאַראַביע, מאָלדאָווע, טראַנסילוואַניע, בוקאָווינע, פּאָדיליע; אין יענע היסטאָרישע געגנטן, וווּ עס האָט אַ מאָל געקלאַפּט דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הײַנט איז עס אַ הפֿקר־לאַנד אין אייראָפּע. ווען איינער באַקלאָגט זיך צו מיר, אַז די הײַנטיקע קלעזמער־באַוועגונג דערפֿירט נישט צו קיין ייִדישן קולטור־תּכלית, דאָס הייסט, אַז די נײַע קלעזמאָרים לערנען זיך נאָר אויס אַ פּאָר ייִדישע לידער, דוינעס און פֿריילעכס, אָבער נישט די ייִדישע שפּראַך, ברענג איך זיי אַקעגן אַ משל: דעם יונגן־מאַן בנימין פֿאָקס־ראָזען. ער שטאַמט פֿון דײַטשע ייִדן, פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, און קיין ייִדיש וואָרט האָט ער נישט געהערט אין דער היים. הײַנט זינגט פֿאָקס־ראָזען ייִדישע לידער אויף פֿעסטיוואַלן. אָבער, מער וויכטיק — ער לערנט זיך ייִדיש אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם צום צווייטן יאָר, וווּ ער איז אויך דער געזאַנג־לערער. עלילת־דם פּסח אין דער פֿרי. די גרויסע אַלטע שיל איז געפּאַקט פֿון מענער און פֿרויען, דער חזן באַגײַסטערט דעם עולם מיט זײַן האַרציקן יום־טובֿדיקן דאַוונען. די מענער קוקן אַרײַן אין די גרויסע פּסחדיקע מחזורים, שאָקלען זיך און די ליפּן מורמלען אַ שטילע הייליקע תּפֿילה. פֿון דער ווײַבערשער שיל לאָזן זיך הערן די האַרציקע קולות פֿון די ווײַבער, לייענענדיק די תּחינות, און פּלוצעם עפֿנט זיך די אײַזערנע טיר פֿון שיל מיט גרויס גבֿורה. עס לויפֿן אַרײַן אין שיל אַ גרויסע באַנדע פֿון מענטשן מיט געזיכטער פֿון טײַוול, מיט שטיינער, שטעקנס און וואָפֿן, מיט אַ ווילדן געשריי: "אַ קריסטלעך קינד איז זינט נעכטן פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. איר, פֿאַרפֿלוכטע ייִדן, האָט עס געגנבֿעט, כּדי צו שעכטן דאָס קינד, און זײַן בלוט אויף פּסח צו נוצן". געהערט, אַז עס שפּילט אַזאַ פֿילם ווי "אַ מתּנה סטאַלינען", בין איך געווען אַ בעלנטע דאָס צו זען. מיר זײַנען אָנגעקומען אין קינאָ, ווען מען האָט געוויזן דעם פֿילם צום לעצטן מאָל. אָבער פֿאַר די, וואָס זײַנען גאַנצע שמעלקעס מיט דער אינטערנעץ, וועט עס זיכער נישט זײַן קיין מניעה. דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב געזען אַ פֿילם מיט קאַזאַכסטאַן, איז עס געווען נישט מער ווי אַן אָנשטעל, אַ מאַכערײַקע, אַ לאַכערײַקע מיט יאַשטשערקעס וווּ דער העלד פֿונעם פֿילם איז געווען נישט קיין אַנדערער ווי סאַשאַ באַראָן־כּהן, און דער פֿילם האָט געהייסן "באָראַט." אָבער דאָס מאָל איז עס געווען עכט, אַכצן קאַראַטיק, אין קאַזאַכסטאַן, איינע פֿון די רעפּובליקן אונטערן סאָוועטישן רעזשים און אונטער זייער לאַפּע. דאָס יאָר איז 1949, ווען די סאָוועטן האָבן זיך נישט אויפֿגעהערט צו איזדיעקעווען איבער זייער באַפֿעלקערונג, און מיינט נישט, אַז דער דיקטאַטאָר פֿון ליביע, מואַמאַר קאַדאַפֿי, האָט דערפֿינדן דעם מיטל אויסצוראָטן די אייגענע בירגער. פֿאַר אונדזערע אויגן באַווײַזן זיך טאַקע וואַגאָנען, פּונקט אַזעלכע ווי די נאַציס האָבן גענוצט בײַם אָפּפֿירן די ייִדישע קרבנות קיין אוישוויץ, טרעבלינקע און אַ שלל מיט אַנדערע טויטלאַגערן. און ווי נאָר די איבערגעלאָדענע וואַגאָנען מיט מענטשן־פֿראַכט באַווײַזן זיך אין קאַזאַכסטאַן, באַפֿאַלן זיי אָרעמע און פֿאַרוואָרלאָזטע קינדער־יתומים, מיט קרוגן אין די הענט און זיי שרײַען: עד־היום פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געשיכטע פֿון ייִדישער קונסט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סיבות דערצו זײַנען סײַ פֿונעם מעטאָדאָלאָגיש־טעאָרעטישן, סײַ פֿונעם פּראַקטישן מין. פֿון איין זײַט, איז עס ניט קלאָר, ווי אַזוי צו באַשטימען ייִדישקייט אין קונסט. אַוודאי זײַנען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ סך ייִדישע קינסטלער, אָבער צי איז עס באַרעכטיקט צו פֿאַראייניקן זיי אַלע אונטער דער רובריק "ייִדישע קונסט"? אַזאַ צוגאַנג קאָן אַפֿילו פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַן אַנטיסעמיטישער, אָדער פֿאַרקערט — אַ נאַציאָנאַליסטישער — בפֿרט, ווען מען וויל דורכפֿירן אַ מחיצה צווישן דער "רוסישער" און דער "ניט־רוסישער" קונסט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען עד־היום ניט קיין פֿאַרלאָזלעכן קאָרפּוס פֿון די קונסטווערק, וואָס וואָלטן געווען מעגלעכע קאַנדידאַטן אויף אַ פּאָזיציע אין אַזאַ מין געשיכטע. דאָס רובֿ פֿון זיי געפֿינען זיך אין פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד און אין אַנדערע לענדער. אָבער אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם, ווי אַזוי וואָלט מען געקאָנט אָנשרײַבן די דאָזיקע געשיכטע, וואָלט טאַקע געווען מעגלעך. מען קאָן אָנהייבן פֿון די קינסטלער, וואָס געהערן בלי־ספֿק צו דעם "קרן" פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קונסט. צו זיי געהערן: תּנחום קאַפּלאַן, הערש אינגער, דמיטרי ליאָן, מאיר אַקסעלראָד, מענדל גאָרשמאַן. זיי אַלע דערווײַזן אַ געוויסע סטיליסטישע קרובֿהשאַפֿט מיט דער קינסטלערישער טראַדיציע פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד, וואָס האָט אויפֿגעבליט אין סאָוועטן־לאַנד גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע. מיט וועלכן ווערק זאָל מען אָנהייבן אַן עסיי וועגן באַשרײַבונגען פֿון ייִדישע מינהגים אין דער ייִדישער ליטעראַטור? אַ סך מעגלעכקייטן קען מען פֿאָרלייגן, אָבער איך וואָלט געשטימט פֿאַר משה־אַהרן שאַצקעס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח: אָדער מנהג ישׂראל", אַ בוך, וואָס אין זײַן צײַט, האָט מען געלייענט, פּונקט ווי י. י. לינעצקיס שטאַרק אַנטי־חסידיש ווערק "דאָס פּוילישע ייִנגל", אין אַלע ווינקלען און עטלעכע אויפֿלאַגעס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן. משה־אַהרן שאַצקעס (זײַן אמתער נאָמען איז געווען מ. זעליקאָוויטש) איז געבוירן געוואָרן אין קאַרלין אין 1825 און געשטאָרבן אין קיִעוו אין 1899. דאָס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח" האָט ער אָנגעשריבן אינעם משׂכּילישן גײַסט, מיט חוזק, סאַטירע און איראָניע לגבי דעם טראַדיציאָנעלן לעבן פֿונעם ייִד אין שטעטל. פּראָפֿ׳ דן מירון האָט לאַנצירט דעם טערמין "אַנטי־פֿאָלקלאָר", וואָס שייך די משׂכּילישע שרײַבער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן אויסגעלאַכט די גלייבענישן, פֿירעכצן און מינהגים פֿונעם אַלטן שטייגער־לעבן. מירונס באַגריף איז פּונקט צוגעפּאַסט אין דעם פֿאַל. שאַצקעס שרײַבט: "באמת האָבן באַדאַרפֿט אונדזערע ייִדן נאָכגיין אונדזער טײַערן פֿאָטער אַבֿרהם. יעדע זאַך באַקלערן מיטן שׂכל־הישר, זען צו באַטראַכטן יעדער מינהג, יעדער פּאַראַדאָקס — צי האָט ער עפּעס אַ ממש, אָדער ניין? צי איז ער באמת אַ דין־תּורה, אָדער גלאַט אַ שטיקל חומרא און אַ פּוסק אַ פֿאַנאַטיקער, וואָס האָט קיין חס ניט אויף ייִדיש געלט, אויף זייערע מי און מאַטערניש". אין דעם סאַמע ברען פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין ליביע זײַנען אַרויסגעשוווּמען נײַע טשיקאַווע פּרטים פֿון אַן אַנדערער אָפּעראַציע, וואָס די בריטישע רעגירונג האָט דורכגעפֿירט אין פּעטראָגראַד אין 1918. עס גייט אַ רייד וועגן אַ ניט־געלונגענעם פּרוּוו אומצוברענגען לענינען און אַראָפּצוּוואַרפֿן די באָלשעוויסטישע מאַכט. וועגן דעם האָט לעצטנס דערציילט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "בי־בי־סי". וואָס זשע קאָן מען לערנען פֿון אָט דער געשיכטע? די פֿראַגע, וואָס פֿאַרנעמט די הײַנטיקע פּאָליטישע אַנאַליטיקער, איז אַן אַלטע׃ ווי ווײַט קאָן אַ מערבֿדיקע רעגירונג גיין אין איר קאַמף קעגן אַנדערע לענדער, ניט דערקעלערנדיק אַן אָפֿיציעלע מלחמה? דאָ שפּילט אַ ראָלע דער היסטאָרישער פּרעצעדענט. אויב אין 1918 האָט די בריטישע רעגירונג טאַקע יאָ געהאַט בדעה צו באַזײַטיקן לענינען בסוד, קאָן מען ניט אויסשליסן אויך הײַנט, אַז מען האָט טאַקע בדעה אומצוברענגען קאַדאַפֿי? דער אַלטער חשד האָט לעצטנס באַקומען אַ נײַע ראַיה. דער באַקאַנטער ענגלישער היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד, ראָבערט סערוויס, האָט אַנטדעקט אַ דאָקומענט, וואָס וואַרפֿט אַ נײַע שײַן אויף דער אַלטער מעשׂה.
Samuel Heilman and Menachem Friedman.
אין אַ שיינער מעשׂה "אַ שקלאָווער לבֿנה אויף אַרבאַט" דערציילט דער סאָוועטישער ייִדישער שרײַבער שמואל גאָדינער די לעבנס־געשיכטע פֿון אַן עלטערן ליובאַוויטשער חסיד, וואָס פֿאַרקויפֿט פּאַפּיראָסן אויף דער מאָסקווער גאַס. דער חסיד דערמאָנט זײַן באַזוך בײַם רבין, וואָס איז אָקערשט אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין ריגע׃ "רבי, — זאָג איך צו אים, — מאָסקווע פֿאַרלאַנגט איר זאָלט דאָ בלײַבן, מיר זאָלן ניט זײַן אָפּגעשיידט פֿון אײַך. ענטפֿערט ער מיר׃ — זאָג מאָסקווע, אַז איך וויל זיי זאָלן זײַן מיט מיר. גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט." די דאָזיקע דערציילונג איז אָנגעשריבן געוואָרן אין 1928, גלײַך נאָך דעם אַרעסט און עמיגראַציע פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבי, ר׳ יוסף יצחק. דאָס איז געווען די צײַט, ווען אַ סאָוועטישער שרײַבער האָט נאָך געמעגט דערמאָנען אַזעלכע ענינים אין דרוק, און דערצו נאָך מיט אַן איראָנישן שמייכל. דעם רבינס ווערטער, "גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט", פֿאַרסך־הכּלען די אידעע, וואָס וועט שפּעטער ווערן דער יסוד סײַ פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע, סײַ פֿון דער פּראַקטישער טעטיקייט פֿון דער חב״ד־באַוועגונג. דער אַמעריקאַנער פּאָעט שלמה בלומגאַרטען, בעסער באַקאַנט אונטער זײַן פּען־נאָמען — יהואש (1870 — 1927) איז געבוירן געוואָרן אין ווירבאַליס, ליטע, און געקומען קיין אַמעריקע אין 1890. ער האָט אָנגעהויבן צו שרײַבן פּאָעזיע, ווען ער איז געלעגן אין אַ טובערקולאָז־סאַנאַטאָריום אין 1900. יהואש איז איינער פֿון די געציילטע פּאָעטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכן ס׳איז שווער אַרײַנצופּאַסן אין די אָנגענומענע קינסטלערישע באַוועגונגען — "סוועטשאַפּ־פּאָעטן", "יונגע", "עקספּרעסיאָניסטן" און "אינזיכיסטן". ווי שמעון פֿרוג און משה־לייב האַלפּערן, וועלכע האָבן זיך אויך געהאַלטן בײַ דער זײַט פֿון די גרופּעס, אָנערקענט מען יהואש ווי איינעם פֿון אונדזערע בעסטע פּאָעטן. צווישן די לידער וואָס יהואש האָט געשאַפֿן און אַרײַנגענומען אין זײַנע "געזאַמלטע לידער" (1910), געפֿינט זיך אַ ציקל פֿון "ייִדישע לעגענדן" איבערדערציילט אין פּאָעטישער פֿאָרעם. דאָס געזעמל באַשטייט פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלדיקע מעשׂיות, להיפּוך צו די תּלמודישע געשיכטעס, וואָס ער האָט געשאַפֿן אין זײַן קאַפּיטל לידער "פֿון ביבעל און תּלמוד". די דאָזיקע שטעטלדיקע לעגענדעס ווערן דערציילט אין אַ פֿאָלקסלידער־ריטעם, און ס׳איז אַ חידוש, וואָס די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן בלויז זעלטן אויסגעניצט יהואשס שאַפֿונגען, און אויב יאָ, דער עיקר, פֿאַר קינדער־לידער.
Edmund deWaal.
דער נאָמען עפֿרוסי איז אַ מאָל געווען ווײַט באַקאַנט אין אָדעס. איסאַק באַבעל האָט זיי אָנגערופֿן "פֿילאָסאָפֿישע הולטײַען, באַשעפֿער פֿון רײַכטימער און פֿון אָדעסער אַנעקדאָטן" — צוזאַמען מיט די העסענס און די אַשכּנזיס, די ייִדישע סוחרישע משפּחות, וואָס זײַנען געקומען פֿון וואָלין, פּאָדאָליע און גאַליציע און האָבן געמאַכט גרויסע פֿאַרמעגנס פֿון תּבֿואה־האַנדל. די עפֿרוסיס זײַנען אַריבער קיין אָדעס פֿון בערדיטשעוו אינעם מיט־19טן יאָרהונדערט, פּונקט אין דער צײַט פֿון דער ירידה פֿון בערדיטשעווער האַנדל און פֿונעם אויפֿקום פֿון אָדעס. די 1860ער יאָרן זײַנען געווען זייער אַ גוטע צײַט פֿאַר ייִדישע סוחרים אין אָדעס. ווי רוסישע בירגער, האָבן זיי באַקומען געוויסע פּריווילעגיעס און האָבן געקאָנט אַרויסשטויסן זייערע גריכישע, איטאַליענישע און פֿראַנצויזישע קאָנקורענטן פֿונעם סאַמע לוינעוודיקן מין האַנדל, דעם תּבֿואה־עקספּאָרט. אַ ראַיה געפֿינט מען ווידער בײַ באַבעלן, וועלכער דערמאָנט, אַז עפֿרוסי פֿאַרקויפֿט תּבֿואה קיין מאַרסעל.
מיכאַיִל דאָלבילאָוו.
ביז לעצטנס האָבן די ייִדישע היסטאָריקער באַטראַכט די געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד ווי אַ מעשׂה פֿאַר זיך, מחוץ דעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון דער עטנישער און רעליגיעזער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אָבער ווי עס קומט אַרויס פֿון די לעצטע פֿאָרשונגען פֿון די רוסישע היסטאָריקער פֿון יענער תּקופֿה, איז די פּאָליטיק פֿון דער רוסישער מאַכט לגבי ייִדן געווען אַ באַשטאַנדטייל פֿונעם ברייטערן פּאָליטישן און אידעיִשן קאָמפּלעקס, וואָס איר צוועק איז געווען צו "דערנענטערן" אַלע פֿעלקער פֿון דער אימפּעריע צום "עלטערן ברודער", דעם רוסישן פֿאָלק. דער אַדמיניסטראַטיווער "מערבֿדיקער קאַנט", וואָס האָט געאָגראַפֿיש פֿאַרנומען דעם גרעסטן טייל פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ, איז געווען באַוווינט דורך פֿאַרשידענע רעליגיעזע און עטנישע עדות. די רוסישע מלוכה האָט געפֿירט לגבי זיי אַ קאָמפּליצירטע פּאָליטיק. אייניקע, ווי למשל די אוקראַיִנער און די ווײַסרוסן, האָט מען געהאַלטן פֿאַר "אייגענע", בעת די אַנדערע — די פּאָליאַקן, די דײַטשן, די ייִדן — זײַנען געווען "פֿרעמד־געבוירענע". ספּעציעל פֿאַר זיי האָט מען געשאַפֿן אַ באַזונדערן "דעפּאַרטאַמענט פֿאַר גײַסטלעכע ענינים פֿון אויסלענדישע אמונות", וואָס האָט געדאַרפֿט רעגולירן דאָס רעליגיעזע לעבן פֿון קאַטויליקער, פּראָטעסטאַנטן, ייִדן און מוסולמענער — אונטערטאַנען פֿונעם רוסישן צאַר. |