פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
די צוויי בלינדע ייִנגלעך, דוד שטייער און פּיטער באַרנעט, לייענען זייערע בלינדשריפֿט־הגדות, געמאַכט אויף דער ברייל־שפּראַך
די צוויי בלינדע ייִנגלעך, דוד שטייער און פּיטער באַרנעט, לייענען זייערע בלינדשריפֿט־הגדות, געמאַכט אויף דער ברייל־שפּראַך

עלילת־דם

פּסח אין דער פֿרי. די גרויסע אַלטע שיל איז געפּאַקט פֿון מענער און פֿרויען, דער חזן באַגײַסטערט דעם עולם מיט זײַן האַרציקן יום־טובֿדיקן דאַוונען. די מענער קוקן אַרײַן אין די גרויסע פּסחדיקע מחזורים, שאָקלען זיך און די ליפּן מורמלען אַ שטילע הייליקע תּפֿילה. פֿון דער ווײַבערשער שיל לאָזן זיך הערן די האַרציקע קולות פֿון די ווײַבער, לייענענדיק די תּחינות, און פּלוצעם עפֿנט זיך די אײַזערנע טיר פֿון שיל מיט גרויס גבֿורה.

עס לויפֿן אַרײַן אין שיל אַ גרויסע באַנדע פֿון מענטשן מיט געזיכטער פֿון טײַוול, מיט שטיינער, שטעקנס און וואָפֿן, מיט אַ ווילדן געשריי: "אַ קריסטלעך קינד איז זינט נעכטן פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. איר, פֿאַרפֿלוכטע ייִדן, האָט עס געגנבֿעט, כּדי צו שעכטן דאָס קינד, און זײַן בלוט אויף פּסח צו נוצן".

אַ טויטשרעק איז אויף אַלעמען געפֿאַלן. אַ סקרוך גייט אַריבער די לײַבער, אַ פֿינצטערע אימה פֿאַלט אין שיל. פֿון המון גייט פּלוצלינג אַרויס אַ משומד, שפּאַנט גלײַך צום אַלטן אָרון־קודש, און נעמט אַרויס פֿון דאָרטן אַ טויטן, וועלכער איז געווען באַהאַלטן צווישן די הייליקע ספֿרים.

דער עולם וואַרט אויפֿן טויט, אויף אַ שרעקלעכן מוראדיקן טויט. מען זאָגט ווידוי, מען קלאַפּט אין האַרצן על־חטא, מען דערמאָנט זיך אויף די פֿעלדער מיט קבֿרים פֿון טאַטעס, זיידעס, מוטערס, און קרובֿים געטויטע פֿון שרעקלעכע בלוטיקע בילבול־קרבנות.

אין דעם ווינקל פֿון מיזרח, לעבן אָרון־הקודש שטייט דער רבֿ פֿון שטאָט. דער טלית איבערן קאָפּ, אַ באַוווּסטער הייליקער צדיק. ער קערט זיך אום צום עולם און רופֿט אויס: "דער גאָט פֿון ישׂראל, דער שומר־ישׂראל, ער קען וועקן אַ מת פֿון בית־עולם. אַלמעכטיקער גאָט! ווײַז וווּנדער!" דער עולם פֿאַרהאַלט דעם אָטעם און וואַרט אויף וווּנדער.

און באַלד האָט דער טויטער גענומען זיך רירן, און שטעלט זיך אויף אויף זײַנע פֿיס, און עס הערט זיך די היילקע שטימע פֿון דעם רבֿ: "נו, גיי איצט און ווײַז, ווער האָט באַגאַנגען דעם מאָרד". און באַלד זעט מען וווּנדער. דער מת האַלט דעם מסור אַזוי ווי מיט צוואַנגען, און ברענגט אים צום רבֿ צו פֿירן, און ווען דער מת האָט זײַן אַרבעט אָפּגעטאָן, איז ער געפֿאַלן צוריק אַ טויטער ווי געווען.

דער רבֿ שטעלט זיך צוריק אין זײַן ווינקל געבויגן. דער משומד באַקומט זײַן פּסק, און ייִדן ווערן באַפֿרײַט פֿון אַ שרעקלעכן טויט.

* * *

איז פּונקט פֿון שטאָט האָט די מעשׂה דער סופֿר ר׳ צבֿי באַשריבן.

די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח

אין פּראָג איז געווען אַ כּומר, פֿלעגט ער תּמיד האָבן וויכּוחים מיט ר׳ יונתן פּרעגער אין ענינים פֿון אמונה. דער כּומר פֿלעגט ברענגען ראַיות, אַז די נוצרישע אמונה איז אמת, און ר׳ יונתן פֿלעגט די ראַיות אָפּשלאָגן און אויפֿווײַזן, אַז די ייִדישע אמונה איז אמת.

איין מאָל זאָגט דער כּומר צו ר׳ יונתן:

— לאָמיר זיך אַמאָל בײַטן מיט די טענות. איך וועל האַלטן פֿאַר דער ייִדישער אמונה און דו — פֿאַר דער נוצרישער.

— רעכט, — איז ר׳ יונתן מסכּים.

— זע, — הייבט אָן דער כּומר, — ייִדן פּראַווען דעם יום־טובֿ פּסח, זײַנען זיי געווען קנעכט בײַ פּרעהן אין מצרים און אַרויס מעבֿדות לחרות. אָבער ווי קומען גויים צו האָבן אַ יום־טובֿ פּסח? וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן זיי מיט יציאת־מצרים?

— ניין, — ענטפֿערט ר׳ יונתן, — גויים האָבן אַ גרויסן שײַכות צו יציאת־מצרים. ווען ייִדן וואָלטן נישט אַרויס פֿון מצרים, וואָלטן גויים קיין גאָט נישט געהאַט.


* * *

ר׳ זונדל סאַלאַנטער איז געווען אַ גרויסער מתמיד. איז תּמיד געזעסן על־התּורה ועל־העבֿודה, זיך ניט פֿאַרגונען אַפֿילו קיין צײַט אויף צו עסן.

איין מאָל האָט ער פֿון גרויס התמדה אַוועקגעחלשט, אָבער אַזוי שטאַרק, אַז מ׳האָט אים בשום־אופֿן ניט געקענט דערמינטערן. האָט מען געבראַכט דעם שטעטלשן רופֿא. האָט ער געגעבן אַ מיטל — אַרויסרײַסן דעם געחלשטן אַ צאָן, וועט ער פֿון ווייטיק קומען צו זיך.

און אויפֿן אָרט האָט דער רופֿא שוין געטאָן די רפֿואה.

אַז ר׳ זונדל איז געקומען צו זיך און דערשפּירט דעם אַרויסגענומענעם צאָן, האָט ער אַ קרעכץ געטאָן:

"אוי, וויי, ווי וועל איך איצט מקיים זײַן די מיצווה פֿון עסן מצה אום פּסח?"


* * *

ר׳ ישׂראל סאַלאַנטער פֿלעגט זיך נוהג זײַן אַליין שטיין בײַ זײַנע מצות, אַכטונג געבן אויפֿן קנעטן און אויפֿן באַקן און זיך עוסק זײַן אין דער מיצווה.

איין מאָל פֿאַר פּסח, איז ער עפּעס ניט געזונט געוואָרן און האָט ניט געקענט גיין צו די מצות. זײַנען די תּלמידים אַליין געגאַנגען. איידער זיי זײַנען אַוועק פֿרעגן זיי אים:

— רבי, אויף וואָס זאָלן מיר בעיקר אַכטונג געבן?

— דער עיקר, — ענטפֿערט זיי ר׳ ישׂראל, — זאָלט איר זען, אַז מ׳זאָל זיך ניט בייזערן אויף דער קנעטערין, זי איז נעבעך אַן אַלמנה.


* * *

צו ר׳ יאָשע־בער איז אַמאָל פֿאַר פּסח געקומען אַ ייִד מיט אַזאַ שאלה:

— רבי, מעג איך יוצא זײַן די אַרבע־כּוסות מיט מילך?

— זײַנט איר חלילה קראַנק? — פֿרעגט דער רבֿ.

— כ׳בין ב״ה געזונט, — ענטפֿערט דער ייִד, — נאָר ווײַן, — זאָגט ער מיט אַ האַלבן מויל, — איז הײַיאָר פֿאַר מיר צו טײַער.

רופֿט ר׳ יאָשע־בער די רביצין און הייסט איר געבן דעם ייִדן פֿינף און צוואַנציק רובל. בדרך־הטבֿע, וויל דער ייִד, לכתּחילה, ס׳געלט ניט נעמען. ער איז געקומען פֿרעגן אַ שאלה, אָבער, חלילה, נישט בעטן. נאָר ר׳ יאָשע־בער האָט אים משתּדל געווען, אַז דאָס גיט ער אים בתּורת־הלוואָה, השי״ת וועט איה״ש העלפֿן, וועט ער אָפּגעבן.

אַז דער ייִד איז אַוועקגעגאַנגען, פֿרעגט די רביצין:

— וואָס האָסטו אים עפּעס געגעבן אַ גאַנצן פֿינף און צוואַנציקער? ווײַן אויף אַרבע־כּוסות קען מען, דאַכט זיך, קויפֿן פֿאַר צוויי־דרײַ רובל?

— וואָס פֿאַרשטייסטו דאָ ניט? — ענטפֿערט איר ר׳ יאָשע־בער. — ס׳טאָך געהערט ווי דער ייִד האָט געפֿרעגט, צי מעג ער יוצא זײַן די אַרבע־כּוסות מיט מילך. ווען ער וואָלט געמאַכט פּסח, ווי בײַ לײַטן מיט פֿיש און פֿלייש, וואָלט ער דאָך קיין מילך ניט געטאָרט טרינקען צום סדר. איז דאָך אַ סימן, אַז ער מאַכט קיין פּסח ניט. האָב איך אים געגעבן, ער זאָל האָבן אויף פּסח.


* * *

אין וואָלאָזשין איז געווען אַ מינהג, אַז אַלע ישיבֿה־לײַט, וואָס זײַנען ניט געפֿאָרן אויף פּסח אַהיים, זײַנען געווען פֿאַרבעטן צום ראָש־ישיבֿה אויף די סדרים. אַזעלכע זײַנען איטלעכס יאָר געווען אַ שיינע פּאָר צענדליקער מנינים. טייל פֿלעגן בכּיוון ניט פֿאָרן אַהיים, כּדי כאָטש איין מאָל האָבן די זכיה צו זײַן צו די סדרים בײַם ראָש־ישיבֿה. און ס׳איז טאַקע געווען אַ תּענוג צו זען, ווי ר׳ הערש־לייב מיטן עולם ישיבֿה־לײַט האָבן געפּראַוועט דעם סדר. ביז פֿאַר טאָג איז מען ניט אַוועק פֿון סדר־טיש.

דער רביצין, ר׳ הערש־לייבס ווײַב, איז עס ניט ניחא געווען. בדרך־הטבֿע, אַן אישה, אַגבֿ, איז טאַקע געווען אַ גרויסע הכבדה פֿאַר איר, אָנגרייטן פֿאַר אַן עולם מענטשן צו עסן. זי מיט די דינסטן פֿלעגן פֿאַרמאַטערט ווערן.

איין מאָל, אַ פֿאַר־פּסח, האָט זי אָנגעהויבן אײַנטענהן מיט ר׳ הערש־לייבן מבֿטל מאַכן דעם מינהג. זאָלן די ישיבֿה־לײַט פֿאָרן אַהיים אויף פּסח, אָדער פּראַווען די סדרים וווּ זיי עסן אַ גאַנצן פּסח. ר׳ הערש־לייב האָט פֿאַר שלום־בית וועגן, כּמעט ווי מסכּים געווען.

די זאַך איז דערגאַנגען צו די ישיבֿה־לײַט, האָבן זיי אָנגעהויבן זיך בונטעווען. סטײַטש, מבֿטל מאַכן אַ מינהג — זייערס אַ חזקה.

האָט מען זיך אויפֿגעקליבן אין דער שטיל און אָפּגעמאַכט אָנצושרײַבן אַ פּאַשקוויל אויף ר׳ הערש־לייבן און אַוועקלייגן בײַ אים אויפֿן שטענדער. און תּיכּף אויפֿן אָרט האָט איינער פֿון די ישיבֿה־לײַט, וואָס איז געווען געכאַפּט אין השׂכּלה. אָנגעשריבן דעם פּאַשקוויל. אין שאַרפֿער מליצה, אין לשון־קודש, האָט ער אויסגערעדט אָסור־לדבר אויף ר׳ הערש־לייבן, אויף דער רביצין און אויפֿן גאַנצן בית־הרבֿ. דעם פּאַשקוויל האָט מען אַוועקגעלייגט בײַ ר׳ הערש־לייבן אויפֿן שטענדער, איידער ער האָט געדאַרפֿט קומען זאָגן דעם שיעור.

ר׳ הערש־לייב קומט אַרײַן אין דער ישיבֿה, גייט צו צום שטענדער זײַנעם, געפֿינט דעם פּאַשקוויל און הייבט אָן לייענען. די ישיבֿה־לײַט קוקן פֿאַרגנבֿעט פֿון די גמרות, ריכטן זיך צו כאַפּן אַ פּסק און מאַכן אָפּ בײַ זיך צו בלײַבן יד־אַחת.

ר׳ הערש־לייב לייענט איבער און גיט אַ שמייכל:

"אַ פֿײַנער בעל־לשון, שרײַבט לשון־קודש ווי אַ וואַסער..."


* * *

"שבת־גדול" איז ר׳ נפֿתּלי ראַפּשיצער אַמאָל געקומען פֿון בית־מדרש זייער אויסגעמאַטערט.

— וואָס, — פֿרעגט אים די רביצין, — ביסטו אַזוי פֿאַרמאַטערט?

— כ׳האָב הײַנט, — ענטפֿערט ר׳ נפֿתּלי, — געהאַט אַ שווערע דרשה. ס׳זײַנען דאָ אַ סך אָרעמע־לײַט אין שטאָט און ס׳יקרות איז גרויס. האָב איך לאַנג גערעדט מכּוח מעות־חיטים, מעורר געווען די עשירים צו באַזאָרגן די אָרעמע־לײַט מיט פּסח.

— נו, — פֿרעגט אים די רביצין, — האָסטו עפּעס געפּועלט מיט דײַן דרשה?

— אַ העלפֿט, — שמייכלט ר׳ נפֿתּלי, — האָב איך שוין געפּועלט: די אָרעמע־לײַט זײַנען מרוצה צו נעמען. צי די עשירים וועלן געבן? — ווייס איך נאָך ניט.


* * *

ר׳ לווי־יצחק באַרדיטשעווער איז אַמאָל, ערבֿ־פּסח נאָך ביעור־חמץ, אַרויס אין מאַרק. טרעפֿט ער אַ גוי, אַ שמוגלער, וואָס שמוגלט סחורה איבער דער גרענעץ.

— האָסטו, — פֿרעגט אים ר׳ לווי־יצחק, — אויסלענדיש זײַדנס?

— יאָ, — זאָגט דער גוי.

— וויפֿל איילן האָסטו? — פֿרעגט ער אים ווײַטער.

— כ׳קען דיר קריגן, — זאָגט דער גוי, — וויפֿל דו ווילסט.

גייט ער אַוועק פֿון גוי און טרעפֿט אָן אַ ייִדן.

— האָסטו בײַ זיך, — פֿרעגט אים ר׳ לווי־יצחק, — עפּעס חמץ?

— חמץ? — ווערט יענער אַ פֿאַרציטערטער, — חלילה, רבי, אַלץ מבֿער געווען.

טרעפֿט ער אָן אַ צווייטן ייִדן:

— האָסטו עפּעס חמץ?

— וואָס רעדט איר, רבי, — חידושט זיך יענער, — אַצינד חמץ? בין איך, חלילה, קיין ייִד ניט?

הייבט אויף רבי לווי־יצחק די אויגן צום הימל און זאָגט:

— זע, רבונו־של־עולם, ס׳אַראַן עם־הנבֿחר ייִדן זײַנען. דער רוסישער קיסר איז אַ מלך־אַדיר, האָט מעכטיקע חיילות, מיט כּלי־זין, מיט תּפֿיסות, האָט ער פֿאַרבאָטן אַרײַנצופֿירן סחורות מן־החוץ און אַוועקגעשטעלט אויף דער גרענעץ אַ וואַך, וואָס היט טאָג און נאַכט — פֿון דעסטוועגן פֿירט מען אַרײַן כּל־מיני סחורות און מ׳פֿאַרקויפֿט זיי בריש־גלי. און דו, רבונו־של־עולם, האָסט געשריבן אין דײַן הייליקער תּורה איין פּסוק: "לא יראה לך חמץ", אָן אַ גרענעץ, אָן אַ וואַך — און ערבֿ־פּסח נאָכן זמן געפֿינט זיך ניט אין גאַנצן ייִדישן גבֿול קיין ברעקל חמץ ניט...


* * *

ר׳ יוסף־שאָול נאָמאַנסאָן איז געווען אַ גרויסער מקיל אין שאלות. איין מאָל, ערבֿ־פּסח נאָך ביעור־חמץ, איז צו אים אַרײַנגעקומען ר׳ משה בערנפֿעלד, איינער פֿון זײַנע מקורבֿים, אַ ייִד אַ למדן, וואָס האָט געקענט פּסקענען אַ שאלה.

— גוט וואָס איר זײַנט געקומען, ר׳ משה, — זאָגט אים ר׳ יוסף־שאָול, — כ׳דאַרף גראָד אַוועקגיין און דאָ קומט דער עולם מיט שאלות. זײַט זשע מוחל און בלײַבט דאָ ענטפֿערן אַ שאלה ביז כ׳וועל צוריק קומען.

— רבי, — זאָגט ר׳ משה, — כ׳בין ניט אַזאַ בעל־הוראה ווי איר, אַז איך וועל זײַן אין ספֿק אויף אַ שאלה, וועל איך טריף מאַכן.

— חלילה־וחלילה, — זאָגט אים ר׳ יוסף־שאָול מיטן האַרבן וואָרט, — אַז איר וועט זײַן אין ספֿק, זאָלט איר כּשר מאַכן. מחמת טריף מאַכן כּשרס איז אַ גרעסערע עבֿירה, ווי כּשר מאַכן טריפֿס...


* * *

רבי עקיבֿא אייגער איז געווען אַ גרויסער מכניס־אורח. ער האָט תּמיד געהאַט אַן אורח צום טיש. ווער שמועסט יום־טובֿ און אַזאַ יום־טובֿ ווי פּסח. איין מאָל, פּסח צום סדר, בעת ר׳ עקיבֿא אייגער מיט זײַנע אורחים זײַנען געזעסן בײַם טיש און געפּראַוועט דעם סדר, האָט אַן אורח אויסגעגאָסן דעם ווײַן אויפֿן ווײַסן יום־טובֿדיקן טישטעך. כּדי דער אורח זאָל ניט מבֿויש ווערן, גיט ר׳ עקיבֿא אייגער אַ שאָקל דעם טיש, גיסט אויס זײַן כּוס און זאָגט:

— דער טיש שטייט עפּעס ניט גלײַך...