פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט וועלכן ווערק זאָל מען אָנהייבן אַן עסיי וועגן באַשרײַבונגען פֿון ייִדישע מינהגים אין דער ייִדישער ליטעראַטור? אַ סך מעגלעכקייטן קען מען פֿאָרלייגן, אָבער איך וואָלט געשטימט פֿאַר משה־אַהרן שאַצקעס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח: אָדער מנהג ישׂראל", אַ בוך, וואָס אין זײַן צײַט, האָט מען געלייענט, פּונקט ווי י. י. לינעצקיס שטאַרק אַנטי־חסידיש ווערק "דאָס פּוילישע ייִנגל", אין אַלע ווינקלען און עטלעכע אויפֿלאַגעס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן.

משה־אַהרן שאַצקעס (זײַן אמתער נאָמען איז געווען מ. זעליקאָוויטש) איז געבוירן געוואָרן אין קאַרלין אין 1825 און געשטאָרבן אין קיִעוו אין 1899. דאָס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח" האָט ער אָנגעשריבן אינעם משׂכּילישן גײַסט, מיט חוזק, סאַטירע און איראָניע לגבי דעם טראַדיציאָנעלן לעבן פֿונעם ייִד אין שטעטל. פּראָפֿ׳ דן מירון האָט לאַנצירט דעם טערמין "אַנטי־פֿאָלקלאָר", וואָס שייך די משׂכּילישע שרײַבער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן אויסגעלאַכט די גלייבענישן, פֿירעכצן און מינהגים פֿונעם אַלטן שטייגער־לעבן. מירונס באַגריף איז פּונקט צוגעפּאַסט אין דעם פֿאַל. שאַצקעס שרײַבט:

"באמת האָבן באַדאַרפֿט אונדזערע ייִדן נאָכגיין אונדזער טײַערן פֿאָטער אַבֿרהם. יעדע זאַך באַקלערן מיטן שׂכל־הישר, זען צו באַטראַכטן יעדער מינהג, יעדער פּאַראַדאָקס — צי האָט ער עפּעס אַ ממש, אָדער ניין? צי איז ער באמת אַ דין־תּורה, אָדער גלאַט אַ שטיקל חומרא און אַ פּוסק אַ פֿאַנאַטיקער, וואָס האָט קיין חס ניט אויף ייִדיש געלט, אויף זייערע מי און מאַטערניש".

אָבער נישט געקוקט אויף דער איראָניע, מיט וועלכער שאַצקעס שרײַבט, קען מען שעפּן אַ סך עטנאָגראַפֿישע און פֿאָלקלאָרישע אינפֿאָרמאַציע פֿונעם בוך.

הײַנט, האָט מען כּמעט ווי פֿאַרגעסן, אַז אויפֿן ייִדישן לוח איז געווען אַ צײַט, וואָס מע האָט זי בפֿירוש אָנגערופֿן "דער פֿאַר־פּסח", ווײַל אַזוי פֿיל דאַרף מען צוגרייטן, קאָכן, אויפֿראָמען און אויסרייניקן. אין געוויסע סצענעס פֿון "ייִדישן פֿאַר־פּסח" שרײַבט דער מחבר מיט אַ סך ביטול וועגן דער צײַט, וואָס איז הײַנט, שווער צו פֿאַרדייען. למשל —

"אין די קליינע שטעטלעך זיצט נאָך דער עולם, גאַנץ רויִק ווי די הינדעקעס מיט די שטרויענע מנהגים אויף די קעפּלעך, און רירן זיך ניט פֿון דאַנען אַהין".

מע דאַרף אַוודאי לייענען דאָס בוך סײַ מיט די אויגן פֿונעם משׂכּיל, סײַ מיט אַ הײַנטיקער פּערספּעקטיוו, מיט אַ נאָסטאַלגיע אַפֿילו, וואָס בענקט נאָך אַ ביסל ייִדישער קליינשטעטלדיקייט. שאַצקעס באַשרײַבט דעם אָרעמען ייִד און זײַן לעבן, אָבער ווײַזט נישט אַרויס קיין שום רחמנות. לשמל, וועגן דעם מצבֿ פֿון דער רייניקייט בײַם אָרעמען ייִד שרײַבט ער:

"דאָס מיסט פֿון אונטער די בעטן און די שאַפֿעס מיט די קופֿערטן ווערט אַ גאַנץ יאָר נישט אויסגעקערט. די דאָזיקע אַרבעט געהערט צו ערבֿ־פּסח, פֿאַר בדיקות־חמץ."

קיין סך סובטילקייט קען מען ניט געפֿינען אין שאַצקעסעס באַשרײַבונגען; דאָס איז דאָך נישט געווען זײַן ציל. ווי מיט אַ האַמער האָט ער געוואָלט אַרײַנקלאַפּן דעם משׂכּילישן געדאַנק און איבערצײַגן די ייִדן אין דעם ווי נאַריש און אומזיניק זענען זייערע דרכים. אָבער אַזוי ווי ער טוט זײַן האַמערן מיט הומאָר, נעמט מען עס אָן מיט גוטן.

ער הייבט אָן דעם "פֿאַר־פּסח" דעם ערשטן שבת נאָך פּורים, נאָך שלש־סעודות, ווען מע הייבט זיך אָן זאָרגן וואָס אײַנצוקויפֿן אין מאַרק. ער בויט דעם לוח אַרום די אַנדערע שבתים פֿאַרן יום־טובֿ. שאַצקעס אַטאַקירט נישט בלויז די פּסחדיקע מינהגים, נאָר די מינהגים פֿון אַ גאַנץ יאָר וואָס ער האַלט פֿאַר נאַריש. אין אַלע סצענעס וואָס ער באַשרײַבט, באַטאָנט ער דעם כאַאָס פֿונעם ייִדישן לעבן. אינעם ווײַטערדיקן בילד ווערט דער גרויסער שטיין צו כּשרן אויף פּסח דער העלד פֿון דער סצענע...

"נו, ויהי ערבֿ ויהי בוקר. עס איז שוין דינסטיק, אַ טאָג פֿאַר ערבֿ פּסח, אָט אויף דעם טאָג שטייט די וועלט. גאַנץ פֿרי האָט מען זיך גענומען כּשר מאַכן דעם אויוון. יעדער האָט באַזונדער געוואָרפֿן האָלץ. מען האָט אַלץ פֿאַר אַ שטיקל האָלץ אַ מעשׂה אָנגעטאָן...אין אויוון האָט מען אָנגעוואָרפֿן שטיינדלעך כּשר צו מאַכן אַלע טישן און בענקלעך, און אַ פֿעסל אויף וואַסער. דעם גרויסן כּשר שטיין האָט מען שוין אויך אַראָפּגעבראַכט (דער שטיין געפֿינט זיך מער ווי בײַ אייניקע אין שטאָט, בײַ די יוסטע בעלי־בתּים), און ער ליגט שוין אויך למזל אין אויוון. דאָ האָט מען שוין אָנגעהויבן אַרבעטן מיט די לעצטע כּוחות; עס איז געוואָרן אין שטוב אַ רעש מיט אַ מהומה, אַז איינער האָט ניט געוווּסט פֿון דעם אַנדערן. איין ייִדענע שלעפּט פֿונעם אויוון די גרויסע כּשר טעפּ מיט זודיקן אָקראָפּ, די אַנדערע שאַרט אַרויס די קליינע שטיינדלעך, וואָס זײַנען רויט ווי פֿײַער, די מענער זוכן מיטלען ווי אַזוי אַרויסצונאַרן דעם גרויסן כּשר שטיין. אַנדערע שטעלן אויף די כּלים אויפֿן גאַס צום כּשר מאַכן, הו־האַ, מען שרײַט "היט זיך! גייט אַוועק אין אַלדע שוואַרצע יאָר, מען וועט אײַך גאָר אָפּבריִען, איר וועט נאָך קאַליקעס בלײַבן". מע טראָגט דעם גרויסן טאָפּ וואָס מען האָט שוין אין אים אַרײַנגעוואָרפֿן די קליינע שטיינדלעך. עס קאָכט ווי אין אַ קעסל, איין מאַנספּרזאָן, אַ פּראָסטער מענטש אָבער אַן אָטוואַזשניק, האַלט אויף אַ שטיק האָלץ דעם גרויסן כּשר שטיין און לייגט אים אַרויף אויף דעם לאַנגגן טיש..."

ווי פֿאַרשטייט מען די באַליבטקייט בײַ ייִדן פֿון אַזאַ בוך וואָס, אין תּוך, מאַכט חוזק און קריטיקירט זיי פֿון אָנהייב ביזן סוף, מדאָשקע לדאָשקע? אַזאַ פֿענאָמען איז אויך געשען מיטן פֿריִער דערמאָנטן ווערק "דאָס פּוילישע ייִנגל" פֿון לינעצקי — אַן אַנטי־חסידיש בוך וואָס די חסידים האָבן געלייענט און מיטגעלאַכט. מע דאַרף זיך פֿאַרשטעלן, אַפּנים, אַז ווען מע האָט געלייענט שאַצקעס בוך, האָט דער לייענער געטראַכט צו זיך, אַז מע מיינט דעם ייִד אויף דער אַנדערער זײַט גאַס, דעם שכן, דעם תּמעוואַטן שוועסטערקינד אין דאָרף — אָבער זיכער נישט דעם לייענער אַליין. פֿון שאַצקעס שפּראַך — וואָס איז סײַ לומדיש, סײַ פֿאָלקיש — האָט סײַ דער למדן, סײַ דאָס פֿאָלק געקענט הנאה האָבן, און דעריבער איז זײַן "ייִדישער פֿאַר־פּסח" געבליבן אַ קלאַסיש ווערק אין אונדזער ליטעראַטור.