- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַרויסגעבראַכט האָט אונדז די אויסנעמלעכע געשטאַלט פֿון גליקל פֿון האַמעל פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי, בעת איר פֿאָרטראָג אין די ראַמען פֿונעם קולטור־פֿרימאָרגן אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג". גיט נאָר אַ קוק וויפֿל מזל מיר האָבן! וויפֿל מ׳זאָל נישט רעדן וועגן שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט, געניסן מיר פֿון דענסטוועגן פֿון אויסגעצייכנטע אינטעלעקטואַלן, וואָס ייִדיש איז נאָך אַלץ פֿאַר זיי דער מקור פֿון וויסן, די היים וואָס שטענדיק קאָן מען זיך צו איר אומקערן און אפֿילו בלײַבן דאָרט אויף שטענדיק. פֿאַרשטעדלעך אַז אַזעלכע מחשבֿות האָט בײַ אונדז דערוועקט פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי, בעת איר באַלערנדיקער לעקציע, וווּ ס׳איז איר געלונגען אײַנפֿאַלעריש צוזאַמענבינדן וויסנשאַפֿט מיט ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט. מיט אַ חודש צוריק האָט די גרעסטע ייִדישע בילדונג־אַגענטור אין ניו־יאָרק, Board of Education of New York, געביטן איר נאָמען אויף The Jewish Education Project (דער ייִדישער דערציִונג־פּראָיעקט), און באַשלאָסן צו שילדערן איר נײַע אידענטיטעט דורך אַ פֿאַרכאַפּנדיקער אויסשטעלונג פֿון אַ יונגער ייִדישער קינסטלערין און קונסט־פּעדאַגאָג. די אויסשטעלונג, The Art of Seeing (די קונסט פֿון זען), וואָס געפֿינט זיך אינעם גרויסן ביוראָ פֿון דער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוציע אין מאַנהעטן, שטעלט אַרויס די ווערק פֿון טאַניאַ פֿרעדמאַן, אַ 25־יאָריקע געבוירענע אין סיינט־לויִס, וואָס אירע אייל־בילדער, פּאָרטרעטן און קאָלאַזשן שילדערן אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון פֿאַרשידענע קולטורן און גמרא־טעקסט.
Howard Jacobson. דער נאָמען פֿונעם ענגליש־ייִדישן שרײַבער האָואַרד דזשייקאָבסאָן איז עד־היום ניט ווײַט באַקאַנט, מחוץ ענגלאַנד. אָבער דער הײַיאָריקער דערפֿאָלג פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע" וועט אים אַוודאי מאַכן באַרימט אין דער ברייטער וועלט. דזשייקאָבסאָן איז איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטער פֿון דער ליטעראַרישער ענגלישער שפּראַך. ער איז שאַרפֿזיניק, איראָניש, אָבער דערבײַ ערנסט און צומאָל טרויעריק. יחיאל שרײַבמאַן, דער באַקאַנטער פּראָזאַיִקער פֿון מאָלדאָווע, איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אינעם בעסאַראַבער שטעטל וואַד־ראַשקעוו, וואָס ער האָט אַזוי זאַפֿטיק און האַרציק באַשריבן אין כּמעט אַלע זײַנע ווערק. אין די 1930ער יאָרן געוווינט אין בוקאַרעשט, כּמעט גאַנצע צען יאָר געווען אַ סופֿליאָר אין ייִדישן טעאַטער. אין טשערנאָוויץ און בוקאַרעשט האָט ער זיך באַטייליקט אין דער אונטערערדישער "לינקער" באַוועגונג. דעביוטירט האָט ער אין דער ליטעראַטור מיט אַ דערציילונג, וואָס האָט געהייסן "ערשטע טריט" און איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין ניו־יאָרקער פּראָלעטאַרישן ליטעראַרישן זשורנאַל "סיגנאַל".
Transit und Transformation. דער פֿאָרש־פּראָיעקט "פֿון שאַרלאָטען־גראַד ביז שוינען־פֿירטל", וואָס איז געשטיצט דורך דער מלוכישער דײַטשישער פֿאָרשונגס־געזעלשאַפֿט, גיט זיך אָפּ מיט אַ פֿילזײַטיקער שטודיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קהילה אין בערלין צווישן ביידע וועלט־מלחמות. מײַן טאַטע ע״ה, חיים שמולעוויטש, האָט מיט יאָרן צוריק אָנגעשריבן אַ בוך מיטן נאָמען "צוריק פֿון יענער וועלט" (To Hell and Back), וווּ ער באַשרײַבט די שרעקלעכע יאָרן אונטער דעם טיראַנישן רעזשים אין רויטן גן־עדן. דעריבער בין איך אַוועק זען די פּיעסע וואָס הייסט "נאָך דער רעוואָלוציע," וואָס שפּילט אין "פּליירײַטס־האָרײַזאָנס," אויף דער צוויי און פֿערציקסטער גאַס אין מאַנהעטן. און בעת מיר האָבן זיך אַזוי פֿיל אָנגעליטן בײַ סטאַלינען, האָבן אַ טייל ייִדן, דאָ אין אַמעריקע, פֿון די 1920ער ביז די 1950ער יאָרן, געפּראַוועט פֿאַרראַט, מסור און שפּיאָנאַזש לטובֿת דער סאָוועטישער מאַכט.
Anti-Jewish Violence: דאָס רוסישע וואָרט "פּאָגראָם" איז אַרײַן אין אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז דער ענין פֿון פּאָגראָמען קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער רוסישער אימפּעריע געווען אַ הייסע טעמע אין דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג. מען איז געווען זיכער, אַז די פּאָגראָמען זײַנען געווען כּסדר אינספּירירט, אָרגאַניזירט און אויסגעפֿירט דורך דער צאַרישער רעגירונג, כּדי אָפּצוּווענדן דעם כּעס פֿונעם אָרעמען פּויערטום פֿון די קריסטלעכע פּריצים און קאַפּיטאַליסטן. "אַ שפּריכוואָרט איז אַ וואָר־וואָרט" אין 2009 וואָלט מען געקאָנט פּראַווען דעם 150סטן געבוירן־יאָר פֿון יצחק פּיראָזשניקאָוו, ווען מע וואָלט נאָר געדענקט ווער דאָס איז געווען. אין זלמן רייזענס לעקסיקאָן (1927) האָט ער "פֿאַרדינט" דרײַ און אַ האַלב שפּאַלטן (כּמעט צוויי זײַטן) פֿאַר דער באַשרײַבונג פֿון זײַן לעבן און ווערק; אינעם "לעקסיקאָן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור" (1968) קען מען וועגן אים לייענען אויף איין שפּאַלט; און אין דער נײַער "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע" (2006) ווערט ער אין גאַנצן נישט דערמאָנט. אַזוי איז די דאָליע פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, מוזיקער און טוער, וואָס האָט אויפֿגעטאָן אַזוי פֿיל פֿאַר ייִדיש. אויפֿן שטח פֿון מוזיק און פֿאָלקלאָר האָט פּיראָזשניקאָוו ספּעציעל בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער קולטור, איידער ער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1933. אויב צווישן די ישׂראלדיקע מאָלערס איז פֿאַראַן אַ רשימה פֿון טאָנגעבערס, איז זיכער אויך פֿאַראַן אַ ליסטע פֿון טאָנגעבערס צווישן די קוראַטאָרן. שׂרה ברײַטבערג־סמל (סעמעל) — קונסט־קריטיקערין, רעדאַקטאָרין, קוראַטאָרין, געפֿינט זיך, אָן שום ספֿק, בײַם סאַמע שפּיץ פֿון דער דאָזיקער רשימה. איר נאָמען און אויפֿטוען זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ לאַנגער שורה קינסטלער וואָס זײַנען זוכה געווען אָנצוקומען, אַ דאַנק איר, צו יענער געגאַרטער פּאָזיציע, ווי אויך דערגרייכן, אַז דווקא זי זאָל דורכפֿירן אַ טיפֿע פֿאָרשונגס־אַרבעט איבער דעם קינסטלער. צו איר זכות קאָן מען צושרײַבן איינע פֿון די באַוווּסטע אויסשטעלונגען אין דער געשיכטע פֿון דער היגער קונסט, "די אָרעמקייט פֿון דער מאַטעריע", פֿון 1986, אין וועלכער איר אונטערשריפֿט איז אײַנגעקריצט אינעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן ביז הײַנט. איך האָב נישט קיין ספֿק אַז אַמאָל, ווען מיר האָבן פֿאַרמאָגט מיליאָנען ייִדיש־רעדנדיקע אָפּנעמער פֿון ייִדישן טעאַטער, פּרעסע און ליטעראַטור, ווען ייִדיש האָט געבליט מיט אינטעלעקטועלן פֿאַרנעם, האָט מען געקענט שטעלן שעקספּירס ווערק, ווי עס האָבן געטאָן שלמה מיכאָעלס אין מאָסקווע און מאָריס שוואַרץ אין ניו־יאָרק. און נישט נאָר מאָריס שוואַרץ, נאָר אויך באָריס טאָמאַשעווסקי און יעקבֿ אַדלער. פֿאַרשטייט זיך, אַז די לעצטע צוויי האָבן אַ ביסל אונטערגעזינדיקט דערמיט וואָס זיי האָבן קאָנקורירט צווישן זיך דערמיט וואָס זייערע איבערזעצער האָבן איבערגעזעצט שעקספּירן אין איין מעת־לעת.
Rebecca Kobrin. ביאַליסטאָק איז געווען אי אַ טיפּישע ייִדישע שטאָט אינעם רוסישן טייל פֿון פּוילן, אי אַ יחיד־במינו, אַן אייגנאַרטיקע דערשײַנונג צווישן אַנדערע ייִדישע שטעט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. מיט העכער ווי פֿופֿציק טויזנט ייִדישע תּושבֿים, וואָס האָבן באַטראָפֿן בערך דרײַ־פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, איז ביאַליסטאָק געווען ענלעך צו באַרדיטשעוו. |