עמאַ (קאַטרין פּאַועל) און מיגועל (עליאָט ווילאַר) |
Credit: Joan Marcus |
מײַן טאַטע ע״ה, חיים שמולעוויטש, האָט מיט יאָרן צוריק אָנגעשריבן אַ בוך מיטן נאָמען "צוריק פֿון יענער וועלט" (To Hell and Back), וווּ ער באַשרײַבט די שרעקלעכע יאָרן אונטער דעם טיראַנישן רעזשים אין רויטן גן־עדן. דעריבער בין איך אַוועק זען די פּיעסע וואָס הייסט "נאָך דער רעוואָלוציע," וואָס שפּילט אין "פּליירײַטס־האָרײַזאָנס," אויף דער צוויי און פֿערציקסטער גאַס אין מאַנהעטן.
און בעת מיר האָבן זיך אַזוי פֿיל אָנגעליטן בײַ סטאַלינען, האָבן אַ טייל ייִדן, דאָ אין אַמעריקע, פֿון די 1920ער ביז די 1950ער יאָרן, געפּראַוועט פֿאַרראַט, מסור און שפּיאָנאַזש לטובֿת דער סאָוועטישער מאַכט. אין די פֿופֿציקער יאָרן איז פֿאָרגעקומען אַ געיעג נאָך די קאָמוניסטן אין אַמעריקע, אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון "אומלעגאַלע אַקטיוויטעטן," מיטן סענאַטאָר דזשאָזעף מעקאַרטי בראָש. מען האָט אַרעסטירט דעמאָלט אַ כאָפּטע פֿאַרטײַעטע קעמערלעך מיט ייִדן, צווישן זיי דיפּלאָמירטע אַקאַדעמיקער, וויסנשאַפֿטלער, און אַ גרויסע צאָל האָליוווּדער קינסטלער, אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, מוזיקער און פֿילם־שרײַבער. און אַנשטאָט זייערע נעמען זאָלן בלישטשען מיט גרויסע לאָמפּן איבער די קינאָס און טעאַטערס, זײַנען זייערע נעמען געוואָרן צו אַש און בלאָטע. מען האָט צוגעגרייט די "שוואַרצע ליסטע," און וועמענס נאָמען ס׳איז דאָרט דערשינען, יענער האָט אָנגעוווירן זײַן באַשעפֿטיקונג, זײַן געהאַלט, זײַן רענאָמע, זײַנע פֿרײַנד, און אַ סך מאָל — זײַן פֿרײַהייט.
די פּיעסע האָט אָנגעשריבן איימי הערצאָג, איינע פֿון די באַגאַבטסטע דראַמאַטורגינס אין אַמעריקע. זי קאָנצענטרירט זיך אויף דרײַ דורות פֿון אַ ייִדישער משפּחה, וווּ באָבע־זיידע און טאַטע־מאַמע זײַנען געווען פֿאַרמישט אין שפּיאָנאַזש און ראַדיקאַלן קאָמוניזם.
בען (פּיטער פֿרידמאַן), אַ געשיכטע־לערער אין אַ גימנאַזיע, וועלכער האַלט אין איין מכבד זײַן די עלטערן בײַ די זיצונגען, מיט זײַנע לינק־ראַדיקאַלע וועלט־אָנשויונגען, ווערט אַנטוישט פֿון די גלײַכגילטיקע צוהערער. בענס טאָכטער עמאַ (קאַטרין פּאַועל), האָט ערשט פֿאַרענדיקט די יורידישע שול אין ניו־יאָרק און ווערט באַגריסט פֿון איר טאַטן מיט גרויס אָנערקענונג און פֿאַרערונג.
דאָס יאָר 1999, און די לעצטע צען יאָר זײַנען מיר געווען עדות און געזען מיט די אייגענע אויגן ווי דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן ווי אַ קאָרטן־שטיבל. דערווײַל איז עמאַס זיידע געשטאָרבן, קלינטאָן איז נישט מער ווי אַ "ביג־ביזנעס"־פּרעזידענט, די אָרעמע־לײַט ווערן אָרעמער, דער ראַסן־קאַמף ווערט וואָס ביטערער. אַמעריקע וואַרפֿט באָמבעס אויף די באַלקאַנען און קיינעם גייט עס נישט אָן. עס רוקט זיך אויף אונדז אַ נײַע תּקופֿה און ווער ווייסט; עס קען נאָך ווערן אַ סך ערגער.
בענס פֿאָטער דזשאָו (דער שפּיאָן וואָס האָט אויסגעגעבן סודות), האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער משפּחה; דער עיקר, ווען עס איז געקומען צום מעקאַרטיזם. זײַן קאַריערע איז דעמאָלט געגאַנגען מיט דער פּוטער אַראָפּ, דער עיקר, ווען זײַן נאָמען איז דערשינען אויף דער "שוואַרצער ליסטע." ער האָט אָנגעוווירן זײַן רעגירונג־שטעלע, און אַלץ; ווײַל ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו זײַן אַ מסור און אויסגעבן נעמען. פֿאַרגעסט נישט, אַז אַ טייל האָליוווּדער אַקטיאָרן, שרײַבער און רעזשיסאָרן האָבן עס יאָ געטאָן, זײַנען יאָ געווען מסורים און באַגראָבן פֿרײַנד און באַקאַנטע. צווישן זיי איז געווען דער פֿאַנטאַסטישער רעזשיסאָר עליאַ קאַזאַן, ראָבערט טיילאָר און אַדאָלף מאַנזשו — דזשאָוס אייניקל. עמאַ האָט אומבאַוווּסטזיניק געשאַפֿן אַ לעגאַלן פֿאָנד צו באַקעמפֿן דעם סאָציאַלן אומיושר וואָס עקזיסטירט אין אַמעריקע. דער פֿאָנד איז געווען אויפֿן נאָמען פֿון איר זיידן, ווײַל זי האָט נישט געוווּסט מיט וואָס דער זיידע האָט זיך פֿאַרנומען בעת אַלע האָבן אים פֿאַרגעטערט אין דער משפּחה.
זי האָט פֿאַרטיידיקט און זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מערדער מיטן צונאָמען "מומיאַ." אין דער אמתן האָט ער געהייסן אַבו זשאַמאַל, אַן אַמאָליקער "שוואַרץ־פּאַנטהער," וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט פֿאַרן הרגענען אַ פּאָליציאַנט אין פֿילאַדעלפֿיע, און בכדי אים צו באַפֿרײַען, האָט זיך געשאַפֿן אַ גאַנצע גוואַרדיע פֿאַרערער, וועלכע האָבן געקעמפֿט פֿאַר גלײַכע רעכט; און בשעת עמאַ גייט אין די טריט פֿון איר זיידן, געפֿינט זי אויס, אַז איר זיידע האָט איבערגעגעבן סודות צו די רוסן בעת ער האָט געאַרבעט פֿאַר דער אַמעריקאַנער רעגירונג. נישט נאָר האָט דער זיידע אָנגעוווירן זײַן שטעלע און זײַן געהאַלט, נאָר ער איז אויפֿגעטרייסלט געוואָרן ווען עטל און דזשוליוס ראָזענבערג זײַנען געגאַנגען מיט שטאָלץ צו דער תּליה. עטל האָט אַפֿילו זיך אָפּגעזאָגט, אין 1953, צו קומען צו אַ פּשרה מיטן געריכט, וויסנדיק, אַז זי לאָזט איבער אירע צוויי יונגע קינדער אויף הפֿקר. עד־כּדי־כּך איז זי געווען אַ פֿאַרברענטע קאָמוניסטקע. נישט אַנדערש ווי דער פֿאַרפֿירטער שבֿט ייִדן האָבן פֿאַרביטן זייער גאָט אויף אַ צווייטן, אויף אַן עבֿודה־זרה; ממש אויף אַ געטשקע, וואָס האָט זיך גערופֿן קאָמוניזם. וואָסי? זיי האָבן נישט געהערט, אַז סטאַלין האָט אויסגעשאָכטן מיליאָנען אומשולדיקע נפֿשות, צווישן זיי ייִדן? שוין אָפּגערעדט פֿון די פֿאַרטיליקטע ייִדישע שרײַבער, קינסטלער, פּאָעטן — די גאַנצע ייִדישע קולטור.
עמאַ איז אומגליקלעך ווען זי דערוויסט זיך פֿון די אַלע פּרטים פֿון איר זיידן און פֿון זײַנע טעטיקייטן. דאָס האָט מען געהאַלטן בסוד. מיט אַ מאָל פֿאַלט די משפּחה אַרײַן אין אַ כאַאָטישן צושטאַנד. בענס שותּף מעל (מאיר ווינינגהעם) און זײַן ברודער ליִאָ (מאַרק בלום), ביידע ליבעראַלן נישט אַזוי אויסגעלינקט ווי בען. בענס שטיפֿמאַמע וועראַ (לאָיִס סמיטה), וועלכע האַלט פֿון בענס אידעאַליזם און זאָגט אויס, אַז זי אַליין איז אַמאָל אויך געווען צוגעצויגן צום קאָמוניזם; אַ מין נאָכלויפֿערקע אָן אַ מיטגליד־קאַרטע. די אַלטע וועראַ פֿאַרלירט איר געהער און פֿאַרגעסט אַ סך ווערטער און פּרטים, אָבער זי איז שטאָלץ מיט איר פֿאַרגאַנגענהייט און פֿאַרטיידיקט דזשאָוס עטיק און מאָראַל.
מיר האָבן אויך צו טאָן מיט עמאַס שוועסטער דזשעס (מערעדיטה האָלצמאַן), וועלכע איז כּסדר אין רעהאַביליטאַציע־אינסטיטוציעס, ווײַל זי איז אַ נאַרקאָטיקערין. די משפּחה קוקט אויף איר קרום. אָבער איצט, ווען עמאַ האָט זיך אַזוי אַנטוישט אין איר משפּחה — און דער עיקר, אין איר זיידן דזשאָו (יוסף) און איר פֿאָטער בען — איז די שוועסטער געקומען צו זיך. זי איז שוין נישט דער פֿלעק אין דער משפּחה ווי אַמאָל. די משפּחה האַלט אין פֿירן וויכּוחים וועגן סטאַלינען און קאַסטראָן און פֿאַרנאַכלעסיקט די יונגע טעכטער וועלכע הייבן נישט אָן צו פֿאַרשטיין זייער אַמאָליקן אידעאַליזם.
אין דער אמתן בין איך דווקא נישט געווען אַזוי שאָקירט ווען עמאַ ברענגט אַהיים אַ לאַטינאָ־יונגער־מאַן, מיגועל ראָדריגעז (עליאָט ווילאַר) און די משפּחה כאַפּט זיך אָן אין אים ווי אין הייסע באַבקעלעך. פֿאַר וואָס? ווײַל צווישן די לינקע איז דאָס געווען אַ געווינס. אין צווישן הערט מען אַזעלכע רייד פֿונעם טאַטן ווי:
"אַ שאָד וואָס איך האָב נישט קיין טאָכטער אַ לעזביאַנקע. דאָס וואָלט באמת אויסגעגליכן אַלע אונדזערע ווידערווילנס און פֿאַראורטיילן."
אַן אויסגעלינקטע משפּחה, איז בײַ זיי אַ כּבֿוד משדך צו זײַן זיך מיט גויים, ווײַל דאָס פֿילט אויס דאָס קלינגוואָרט: "אַלע מענטשן זײַנען גלײַך!" און אין צווישן רופֿט זיך אָפּ די באָבע, ווי עס וואָלט געקומען ממעמקים, פֿון די טיפֿענישן פֿון אַן אייגן פֿאָלק. זי זיפֿצט:
"כ׳האָב קיין מאָל נישט פֿאַרשטאַנען עמאַ. פֿאַר וואָס עס אימפּאָנירט דיר נישט, ס׳הייסט, ס׳געפֿעלן דיר נישט די ייִדישע בחורים?"
עס נעמט נישט לאַנג און עמאַ רײַסט איבער מיט איר טאַטן. זי וויל גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט דער משפּחה. זי באַגעגנט דעם פֿאָטערס אַ פֿרײַנד מאַרטי (דוד מאַרגוליעס). ער טוט זיך פֿאַרטרויען פֿאַר איר, אַז כאָטש ער איז אַ ייִד אַ גבֿיר, און האַלט שטאַרק פֿון איר פֿאָטער, וויל ער פֿאַרשרײַבן זײַנע מיליאָנען פֿאַרן פֿאָנד וואָס זי פֿירט אויפֿן זיידנס נאָמען. ער זאָגט, אַז זײַנע קינדער וועלן זיך שוין ווי נישט איז אַן עצה געבן אָן זײַן געלט. אָבער זי, עמאַ, טוט אַזאַ גראַנדיעזע אַרבעט, וויל ער זי שטיצן. עמאַ זאָגט זיך אָפּ פֿון דער טובֿה און איז גרייט צו שליסן דעם פֿאָנד. זי לאָזט אויס איר גאַנץ ביטער האַרץ אויף איר בחור, מיט איר טאַטן. ס׳רעשט וועט איר שוין אַליין מוזן זען.
איך וויל נאָך צוגעבן, אַז דער "לינקיזם" פֿאַרסמט ביזן הײַנטיקן טאָג סײַ אונדזערע פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן דאָ אין אַמעריקע און אין ישׂראל, און סײַ זייער השפּעה אויף זייערע סטודענטן. די זעלבע סטודענטן זײַנען דאָך הײַנט אָנגעזאָטלט מיט אַלעם גוטן, אָנגעפּיקעוועט מיט לוקסוס־טשאַטשקעס. זיי זײַנען אָבער אויסגעליידיקט פֿון אַ יעדער אידעאָלאָגיע, פֿאַר וועלכער עס איז ווערט אײַנצושטעלן זיך, צו קעמפֿן און באַקעמפֿן. זיי ווייסן אָבער נישט וווּ צו ווענדן זייערע פֿאַרלאַנגען. זיי קעמפֿן פֿאַר ראַסנרעכט, פּאַלעסטינער רעכט און אַלץ אונטער דער זון. די ייִדישע יוגנט אין אַמעריקע האָט אָנגעוווירן דעם גאָלדענעם שפּאַקטיוו, די אָנגעהעריקייט צו די נאַציאָנאַלע, קולטורעלע, מענטשלעכע מאָמענטן אין אונדזער עקזיסטענץ. דאָס איז חל אויך אויף ישׂראל, מיט איין אונטערשייד — די פֿרומע ייִדישע יוגנט הייבט נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס. זיי ווייסן איין זאַך, איין אמונה, איין פֿאָלק, איין גאָט און נישט אַלע מאָל, איין שיטה. די פּיעסע איז באַזירט אויפֿן לעבן פֿון דער מחברטע איימי הערצאָג. פֿאַרפֿעלט נישט די פּרעכטיקע פֿאָרשטעלונג, מיט די גאָר, גאָר באַגאַבטע אַקטיאָרן.