ליטעראַטור

Rebecca Kobrin.
Jewish Bialystok and Its Diaspora.
Bloomington: University of Indiana Press, 2010.


ביאַליסטאָק איז געווען אי אַ טיפּישע ייִדישע שטאָט אינעם רוסישן טייל פֿון פּוילן, אי אַ יחיד־במינו, אַן אייגנאַרטיקע דערשײַנונג צווישן אַנדערע ייִדישע שטעט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. מיט העכער ווי פֿופֿציק טויזנט ייִדישע תּושבֿים, וואָס האָבן באַטראָפֿן בערך דרײַ־פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, איז ביאַליסטאָק געווען ענלעך צו באַרדיטשעוו.

אָבער ביאַליסטאָק איז ניט געווען אַ טיפּישע פּויליש־ייִדישע שטאָט, ווײַל די מערהייט ייִדן דאָרט זײַנען געווען ליטוואַקעס. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה זײַנען די ביאַליסטאָקער ייִדן געווען שטאַרק קעגן דעם, אַז זייער שטאָט זאָל אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון דער פּוילישער רעפּובליק. זיי האָבן געוואָלט זען ביאַליסטאָק ווי אַן אומאָפּהענגיקע "פֿרײַע" שטאָט ענלעך צו דאַנציק.

אַזוי ווי אַנדערע שטעט אינעם צפֿון־מערבֿדיקן קאַנט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, איז ביאַליסטאָק שטאַרק געוואַקסן בעת דער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין רוסלאַנד סוף־19טן יאָרהונדערט. די נײַע טעקסטיל־פֿאַבריקן האָבן צוגעצויגן קיין ביאַליסטאָק אַ סך אָרעמע ייִדן פֿון די אַרומיקע ליטווישע און ווײַסרוסישע שטעטלעך. זיי האָבן אויסגעפֿורעמט דעם נײַעם ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, וואָס האָט געגעבן ביאַליסטאָק דעם שם פֿון "ירושלים ד׳בונד".

די שרײַבערין מרים ראַסקין האָט געמאָלט אַן אימאַזש פֿון ביאַליסטאָק, ווי אַ חלום פֿון אַ יונג מיידל. די העלדין פֿון ראַסקינס אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "זלאַטקע" קומט אָן אין דער שטאָט ערבֿ דער רעוואָלוציע פֿון 1905׃ "ניט איין מאָל האָט זי זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַזוי די שטאָט דאַרף אויסזען׃ אומעטום אויף די גאַסן טראָגט זיך אַ רעוואָלוציאָנערע שטימונג; גרויסע מאַסן אַרבעטער; דעמאָנסטראַציעס ציִען זיך פֿאַרבײַ; קאַמף מיט פּאָליציי; קאָזאַקן אויף שריט און טריט". אין דער ווירקלעכקייט האָט די שטאָט אויסגעזען אַנדערש׃ "וואָכעדיקע פּנימער, קראָמען האַנדלען און וואַנדלען ווי אין אַ געוויינטלעכן וואָכעדיקן טאָג".

דער "ביאַליסטאָקער חלום" איז געוואָרן נאָך שטאַרקער בײַ יענע ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט און עמיגרירט קיין צפֿון־ און דרום־אַמעריקע, ארץ־ישׂראל, אויסטראַליע. זיי האָבן ניט איבערגעריסן זייערע באַציִונגען מיט זייער היימשטאָט און געשאַפֿן אַ שטאַרקן און ברייטן נעצווערק פֿון כּלערליי אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס, וואָס רבֿקה קאָברין באַשרײַבט ווי דער ביאַליסטאָקער "גלות".

קאָברין, די פּראָפֿעסאָרין פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק, דערציילט די געשיכטע פֿון דעם וועלט־ווײַטן ביאַליסטאָקער ציבור. שוין סוף 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך אַרום איסט־בראָדוויי אין ניו־יאָרק באַוויזן די ערשטע קהילות און לאַנדסמאַנשאַפֿטן פֿון די ביאַליסטאָקער אימיגראַנטן. אָבער ערשט נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז אין ניו־יאָרק אַנטשטאַנען דער "ביאַליסטאָקער צענטער", וואָס האָט פֿאַראייניקט פֿינף און דרײַסיק קלענערע אָרגאַניזאַציעס.

קאָברין דערקלערט דאָס חשיבֿות פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע׃ "אין די אויגן פֿון די ביאַליסטאָקער ייִדן אין ניו־יאָרק האָט דער ביאַליסטאָקער צענטער דעמאָנסטרירט די אמתדיקע גדולה פֿון ביאַליסטאָק, ווײַל נאָר די ביאַליסטאָקער ייִדן זײַנען געווען ביכולת אַראָפּצוברענגען די אייגנאַרטיקע טראַדיציעס פֿון צדקה־געבן פֿון זייער אַמאָליקער היימשטאָט קיין אַמעריקע און צונויפֿצוברענגען גרופּעס מיט פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע פּרינציפּן אונטער איין דאַך". דער יסוד פֿון דעם דאָזיקן אַחדות איז געווען די פֿילאַנטראָפּישע טעטיקייט, וואָס האָט זיך פֿאַרקערפּערט אינעם נײַעם פּרעכטיקן בנין פֿונעם ביאַליסטאָקער צענטער, וואָס מען האָט געעפֿנט אין 1931. דער ביאַליסטאָקער צענטער האָט געזאַמלט און איבערגעשיקט קיין ביאַליסטאָק אַ ריזיקע סומע פֿון נײַן מיליאָן דאָלאַר (מער ווי 112 מיליאָן לויטן הײַנטיקן חשבון).

דער וויכטיקסטער מעטאָדאָלאָגישער חידוש פֿון קאָברינס גרונדיקער שטודיע באַשטייט אין דעם, וואָס זי באַהאַנדלט ניט בלויז דעם אַמעריקאַנער צד, נאָר נעמט אויך אין באַטראַכט אַלע קלענערע און גרעסערע צענטערס פֿון דער אַלוועלטלעכער ביאַליסטאָקער עדה. הײַנט רעדט מען אַ סך וועגן דער נײַער גלאָבאַלער וועלט, אָבער דער בײַשפּיל פֿון דעם "ביאַליסטאָקער גלות" דערווײַזט, אַז די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן באַוווינט אַזאַ מין וועלט זינט דעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט.

ווי עס באַטאָנט קאָברין, "די טראַנס־אַטלאַנטישע דראַמע פֿון גלות־ביאַליסטאָק איז ניט געווען קיין יוצא־דופֿן׃ צווישן דעם אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה און דער דײַטשישער אַטאַקע אויף פּוילן אין 1939 האָבן הונדערטער קליינע לאַנדסמאַנשאַפֿטן אָנגעזאַמלט מער ווי הונדערט מיליאָן דאָלאַר אויף אויפֿצובויען דאָס ייִדישע לעבן אין מיזרח־אייראָפּע." אַזוי אַרום ברענגט זי דעם לייענער צו אַ וויכטיקן אויספֿיר, אַז מען טאָר ניט באַטראַכטן פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער ייִדישער וועלט ווי איזאָלירטע ייִשובֿים. קאָברין דערווײַזט, אַז די ביאַליסטאָקער ייִדן האָבן געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן דינאַמישן טראַנס־נאַציאָנאַלן ציבור, וואָס זיי האָבן גערופֿן "גלות־ביאַליסטאָק". דער דאָזיקער פֿענאָמען "שטעלט אונטערן פֿראַגע־צייכן דעם אָנגענומענעם פֿאַרגליווערטן באַגריף פֿונעם ייִדישן גלות".

דאָס לעצטע קאַפּיטל פֿונעם בוך אַנאַליזירט די פֿאָרמירונג פֿון דער געשטאַלט פֿון ביאַליסטאָק נאָכן חורבן, ווען די ייִדישע ביאַליסטאָק איז מער ניט געווען. מען האָט נאָסטאַלגיש אויסגעמאָלט ביאַליסטאָק ווי אַ "שטעטל", אַ היים פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער קהילה; אַן אימאַזש, וואָס איז גאַנץ ווײַט פֿון דער ווירקלעכקייט. צומאָל האָט מען אַרײַנגעמישט אין דעם דאָזיקן אימאַזש אַ ביסל סאָציאַליסטישע ירושה — ווי מען זעט עס, אַ שטייגער, אין ראַסקינס ראָמאַן "זלאַטקע", וואָס איז אַרויס אין 1951.

אויף ייִדיש איז פֿאַראַן אַ רײַכע היסטאָרישע און מעמואַריסטישע ליטעראַטור וועגן ביאַליסטאָק, וואָס מאָלט אַ פּרטימדיק בילד פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער שטאָט. הערמאַן פֿראַנק, דער היסטאָריקער פֿון ייִדישן ביאַליסטאָק, האָט באַטאָנט דעם שײַכות צווישן דער "רעגיאָנאַלער ביאַליסטאָקער ייִדישער געשיכטע" מיט דעם "גרויסן בנין פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע, און קודם־כּל מיט דער געשיכטע פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע — סײַ נאַציאָנאַלע, סײַ סאָציאַלע — באַוועגונגען אויף דער ייִדישער פֿאָלקס־גאַס". דאָס נײַע בוך פֿון רבֿקה קאָברין איז אַ המשך פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע פֿון ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע.