‫פֿון רעדאַקציע

ווי מיר געדענקען פֿון דער אַלט־גריכישער מיטאָלאָגיע, האָט די נײַגעריקע פּאַנדאָראַ געעפֿנט דאָס קעסטעלע, וואָס דער מאַן אירער האָט עס פֿאַרווערט צו טאָן. דעמאָלט האָבן זיך אַ שיט געטאָן פֿון דעם אַלע צרות אויף דער וועלט, וואָס אַרײַנטרײַבן זיי צוריק אינעם קעסטעלע איז שוין געווען אוממעגלעך.

פּובליציסטיק

דער פּאָליציי־שעף אורי בר־לבֿ

די רעזשיסאָרן פֿון די לעבעדיקע דראַמעס וועלכע בויען די געשיכטע, פֿירן זיך אויף אַזוי ווי די דראַמאַטורגן אין האָליוווּד, אין דער טעלעוויזיע און הינטער די קוליסן פֿון די טעאַטערס. יעדער איינער וויל יעדן אַנדערן איבעריאָגן, איבערשטײַגן אין דעם דערפֿאָלג און אין דער פּאָפּולאַריטעט, אָדער, ווי מען רופֿט עס הײַנט: אין דעם "רייטינג".

אָט זײַנען אָקערשט אויסגעבראָכן איינער נאָכן אַנדערן צוויי דראַמאַטישע סקאַנדאַלן. האָבן זיי נאָך נישט באַוויזן זיך אָנצוּוואַרעמען אָדער אָפּצוקילן — און עס איז אָנגעפֿלויגן אַן אַלוועלטלעכער, אַ שטורמישער דיגיטאַלישער, צי עלעקטראָנישער,

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רפֿאל גאָלדוואַסער אין אַ סצענע פֿון "אַ גילגול פֿון אַ ניגון" בײַ דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק, נאָוועמבער 2010. דער אָוונט "נײַע וועלטן: אַ יום־טובֿ לכּבֿוד י. ל. פּרץ", האָט אַרײַנגענומען די פּיעסע צוזאַמען מיט אַן אָריגינעלער באַאַרבעטונג פֿון פּרצס פּאָעמע "די צוויי ברידער". כאָרעאָגראַפֿיע פֿון רבֿקה ווערנער, מוזיק פֿון זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש.

איך האָב נישט קיין ספֿק אַז אַמאָל, ווען מיר האָבן פֿאַרמאָגט מיליאָנען ייִדיש־רעדנדיקע אָפּנעמער פֿון ייִדישן טעאַטער, פּרעסע און ליטעראַטור, ווען ייִדיש האָט געבליט מיט אינטעלעקטועלן פֿאַרנעם, האָט מען געקענט שטעלן שעקספּירס ווערק, ווי עס האָבן געטאָן שלמה מיכאָעלס אין מאָסקווע און מאָריס שוואַרץ אין ניו־יאָרק. און נישט נאָר מאָריס שוואַרץ, נאָר אויך באָריס טאָמאַשעווסקי און יעקבֿ אַדלער. פֿאַרשטייט זיך, אַז די לעצטע צוויי האָבן אַ ביסל אונטערגעזינדיקט דערמיט וואָס זיי האָבן קאָנקורירט צווישן זיך דערמיט וואָס זייערע איבערזעצער האָבן איבערגעזעצט שעקספּירן אין איין מעת־לעת.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער קלעזמער־מוזיק אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער מוזיקער דייוו טאַראַס און זײַן קלאַרנעט געשפּילט אפֿשר די וויכטיקסטע ראָלע. אַ דאַנק אים איז דער קלעזמער־קלאַנג אַמעריקאַניזירט געוואָרן, און ווי אַ מוזיקאַלישע בריק צווישן דער אַלטער און נײַער היים, וועט מען אים תּמיד געדענקען.אויך וואָס שייך דער פּאָפּולערער ייִדישער טעאַטער־מוזיק אין דער אַזוי־גערופֿענער "גאָלדענער תּקופֿה" פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלמחמה אין ניו־יאָרק, האָט טאַראַס און זײַן קלאַרנעט איבערגעלאָזט אַן אומפֿאַרגעסלעכן שפּור.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Rebecca Kobrin.
Jewish Bialystok and Its Diaspora.
Bloomington: University of Indiana Press, 2010.


ביאַליסטאָק איז געווען אי אַ טיפּישע ייִדישע שטאָט אינעם רוסישן טייל פֿון פּוילן, אי אַ יחיד־במינו, אַן אייגנאַרטיקע דערשײַנונג צווישן אַנדערע ייִדישע שטעט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. מיט העכער ווי פֿופֿציק טויזנט ייִדישע תּושבֿים, וואָס האָבן באַטראָפֿן בערך דרײַ־פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, איז ביאַליסטאָק געווען ענלעך צו באַרדיטשעוו.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, טראָגט די פֿאָריקע פּרשה דעם נאָמען "וישבֿ", "און ער האָט זיך באַזעצט", הגם דאָרטן גייט אַ רייד נישט וועגן יוספֿס סכּנותדיקע פּאַסירונגען ווי אַ מיצרישער שקלאַף און וועגן יעקבֿס עגמת־נפֿש צוליב דעם פֿאַרלוסט פֿון זײַן זון.

פֿונדעסטוועגן, האָבן די דאָזיקע אומרויִקע געשעענישן געבראַכט, בײַם סוף, רו און כּבֿוד צו יעקבֿס משפּחה. ווען יוסף וואָלט נישט פֿאַרקויפֿט געוואָרן קיין מצרים, וואָלט זײַן משפּחה געליטן פֿון הונגער אין ארץ־כּנען.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
געלע שווייד־פֿישמאַן פֿירט דעם פֿאָרזיץ
בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער", בראָנקס.

אינעם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס, האָט מען דעם 28סטן נאָוועמבער, געפּראַוועט דעם יוביליי פֿון די ייִדישע פֿאָלקשולן אין לאַנד. אין 1910 האָט אַ גרופּע ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן, צווישן זיי יואל ענטין און א. גלאַנץ (גלאַנץ־לעילעס), געשאַפֿן די ערשטע "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע שולן" אין ניו־יאָרק; אינעם זעלבן יאָר, און אין די ווײַטערדיקע עטלעכע יאָר, זענען אויפֿגעקומען נאָך שולן אין מאָנטרעאַל, שיקאַגע און אַנדערע שטעט. פֿון יענער צײַט אָן ביז די 1970ער יאָרן האָבן זיך געלערנט אין די פֿאָלקשולן טויזנטער תּלמידים;

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די שטוב אין קושטשיאָווסקאַיאַ, וווּ דער מאָרד איז געשען

אַ מאָל האָט מען קיין ייִדן ניט געדאַרפֿט דערקלערן דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט "קאָזאַק", וואָס האָט, בדרך-כּלל, קיין גוטע אַסאָציאַציעס ניט אַרויסגערופֿן, ווײַל קאָזאַקן האָבן סימבאָליזירט די רציחות פֿון דעם צאַרישן רעזשים, בפֿרט קעגן ייִדן. איצט מוז איך זייער אָפֿט איבערחזרן דערקלערונגען וועגן קאָזאַקן, ווײַל ס׳רובֿ אַמעריקאַנער סטודענטן האָבן וועגן דעם קיין אַנונג ניט. כ׳בין זיכער, אַז דער "פֿאָרווערטס"-עולם איז אַנדערש, אָבער — אויף מאַלע וואָס — דערמאָן איך, אַז קאָזאַקן זײַנען געווען פֿרײַע, ניט פֿאַרשקלאַפֿטע רוסן צי אוקראַיִנער (צי אַ געמיש פֿון ביידע), וועלכע האָבן געוווינט אין גרענעץ-געגנטן און געהאַט אַ מין קאָנטראַקט מיט רוסישע מלכים.

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָאַ סר, די לעצטע רעדנערין אויף דער אונטערגייענדיקער שפּראַך באָ, די שפּראַך פֿון אַדאַמאַן־אינדזלעך אין אינדישן אָקעאַן

בײַ לײַטן איז לעצטנס אָנגענומען געוואָרן, אַז גאָר אַ סך לשונות האַלטן אין איין אויסשטאַרבן, ממש במהרה־בימינו, טאַקע פֿאַר אונדזערע אויגן. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָבן טייל געניטע אָבסערוואַטאָרן באַמערקט ווי נײַע לשונות ווערן גאָר געבוירן! אַ באַווײַז האָט איר: די אַגענטור וואָס פֿאַרנעמט זיך יאָר אײַן און יאָר אויס מיט ציילן די לשונות פֿון דער גאָרער וועלט און די צאָלן פֿון זייערע רעדנערס, דהײַנו: די The Summer Institute of Linguistics, האָט במשך דעם איצטיקן יאָרצענדלינג אָפֿט געפֿונען, אַז די צאָל לשונות אויפֿן וועלטקוגל פֿאַרגרעסערט זיך און ווערט גאָר ניט קלענער! ווי קען דאָס גאָר אַפֿילו געמאָלט זײַן אין אַ תּקופֿה ווען די שפּראַכיקע שוואַרצזעערס פֿון דער מאָדערנער וועלט האַלטן נאָר אין איין "קראַקען" זייער אונטערגאַנג־ליד?

פֿאַרשײדנס

(אַן אויסצוג פֿונעם בוך צוואַות אָן יורשים: פּסעוודאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן פֿון כוליאָ בן־שמואל)

11טער סעפּטעמבער 2001 — דער טאָג וועט זײַן באַוווּסט אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט, ווי דער טאָג פֿון דעם אָנגריף פֿון די ראַדיקאַלע מוסולמענער אויף די צווילינג־טורעמס אין מאַנהעטן, ניו־יאָרק. אַ וואָך איז אַריבער זינט דער געשעעניש און מיר האָבן כּמעט גאָרנישט אויפֿגעטאָן אַחוץ זיך צוטוליען צום ראַדיאָ, צו דער טעלעוויזיע און די צײַטונגען דאָ, אין ניו־יאָרק, וווּ מיר געפֿינען זיך, טובֿה און איך, צײַטווײַליק.

פֿאַרשײדנס
יצחק (דזשעק) ראַץ

פֿונעם 30סטן נאָוועמבער ביזן 8טן דעצעמבער 1941, האָבן די דײַטשן אומגעבאַכט די 30,000 ייִדן וואָס זענען געבליבן אין דער ריגער געטאָ. נאָר עטלעכע הונדערט ריגער ייִדן האָבן איבערלעבט דעם חורבן. די טויזנטער ייִדן אין דער פּראָווינץ פֿון לעטלאַנד האָט מען נאָך פֿריִער אומגעבראַכט. יעדעס יאָר אין דער צײַט קומען זיך צונויף די לעטישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה צו דערמאָנען די טויטע, זייערע משפּחות און נאָענטע. צווישן די אַקטיווסטע אָנטיילנעמער אין די יזכּור־פּראָגראַמען, נישט נאָר אין נאָוועמבער, נאָר אַ גאַנץ יאָר איז דזשעק ראַץ. זײַן אויטאָביאָגראַפֿיש בוך אויף ענגליש "Endless Miracles" [נסים אָן אַ סוף] האָט ער שוין עטלעכע מאָל געדאַרפֿט איבערדרוקן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
מאָריס ווינטשעווסקי (אין מיטן) איז געקומען צו גאַסט צו די קינדער פֿון
דער "אַרבעטער־רינג־שולע" אין טאָראָנטאָ, 1921

מענדל (מעל) צעדערבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין טאָראָנטאָ איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע לעצטע וואָך און אונדז איבערגעגעבן פּרטים וועגן דער געשיכטע און אַקטיוויטעטן פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין זײַן שטאָט.

דער ערשטער "אַרבעטער־רינג"־צווײַג אין טאָראָנטאָ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1908 און מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען געפֿײַערט, בײַ געדעקטע טישן, דעם הונדערט־יאָריקן יוביליי. דער צווײַג האָט אין 1911 געשאַפֿן אַ פֿאָלקשול. דעמאָלט האָט עס געהייסן אַ "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע שול", דערנאָך האָט מען געביטן דעם נאָמען אויף דער "י. ל. פּרץ שול" און דערנאָך אין 1918 אויף "אַרבעטער־רינג־שולע".