אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער קלעזמער־מוזיק אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער מוזיקער דייוו טאַראַס און זײַן קלאַרנעט געשפּילט אפֿשר די וויכטיקסטע ראָלע. אַ דאַנק אים איז דער קלעזמער־קלאַנג אַמעריקאַניזירט געוואָרן, און ווי אַ מוזיקאַלישע בריק צווישן דער אַלטער און נײַער היים, וועט מען אים תּמיד געדענקען.אויך וואָס שייך דער פּאָפּולערער ייִדישער טעאַטער־מוזיק אין דער אַזוי־גערופֿענער "גאָלדענער תּקופֿה" פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלמחמה אין ניו־יאָרק, האָט טאַראַס און זײַן קלאַרנעט איבערגעלאָזט אַן אומפֿאַרגעסלעכן שפּור. אין נאָוועמבער האָט דער קלעזמער און פֿאָרשער יעיל סטראָם אַרויסגעגעבן ווי דער מחבר און דער רעדאַקטאָר אַ קורצע ביאָגראַפֿיע: Dave Tarras: The King of Klezmer וואָס גיט איבער זײַן לעבן־געשיכטע און מוסטערן פֿון זײַן רעפּערטואַר.
דוד "דייוו" טאַראַס איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען דוד־איצי טאַראַסיוק, דעם 20סטן מאַרץ 1898, אינעם שטעטל טערנאָווקע, אוקראַיִנע. זײַן טאַטע רחמיאל האָט געשפּילט אויפֿן טראָמבאָן, געווען אַ בדחן און אָנגעפֿירט מיט דער קלעזמער־משפּחה. דודס ברודער מיכל האָט געשפּילט פֿידל, זײַן פֿעטער קאָפּל פֿון טעפּליצע האָט געקלאַפּט אויף די פּײַקלעך און דערנאָך געוואָרן אַ טרומייטער; דער פֿעטער דוד האָט געקענט שפּילן אויף דער פֿלייט, מאַנדאָלין, קאָבזאַ, גיטאַר און באַלאַלײַקע. צו צען יאָר האָט דער יונגער דוד שוין געשפּילט אין דער קאַפּעליע, און זיי באַלגייט אויף ייִדישע און גוייִשע חתונות. אין דער קאַפּעליע האָט געפֿעלט אַ קלאַרנעטיסט האָט מען דוד־איצי געשיקט קיין אומאַן זיך לערנען. נאָר דרײַ וואָכן האָט ער זיך געלערנט שפּילן קלאַרנעט. טאַראַס דערציילט:
"ביז יענער צײַט האָב איך געשפּילט אויף דער פֿלייט און באַלאַלײַקע, וואָס איז מיר זייער געפֿעלן. צווישן ראָש־השנה און סוכּות ווען מע שטעלט נישט קיין חופּות בײַ ייִדן, האָט מײַן טאַטע מיר געשיקט קיין אומאַן, אַ גרעסערע שטאָט לעבן טערנאָווקע. נאָך דרײַ וואָכן האָט מײַן טאַטע מיר שוין מיטגעבראַכט אויף אַ גוייִשער חתונה און איך האָב שוין געשפּילט אויפֿן קלאַרנעט. די קאַפּעליע דאָס מאָל איז נאָר באַשטאַנען פֿונעם טאַטן מיט מיר. ווי עפּעס אַ צופֿאַל האָב איך אַנטוויקלט אַ קלאָרן טאָן אויפֿן אינסטרומענט און דאָס האָט געמאַכט אַ גרויסן רושן אויפֿן טאַטן".
פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן געלייענט די פֿאַרשיידענע געשיכטעס פֿון קלעזמער־מוזיק (פֿון סאַפּאָזשניק, רובין, ראָגאָוווי צווישן אַנדערע), וועט מען קיין סך טיפֿע אײַנבליקן אינעם לעבן און קונסט פֿון טאַראַס דאָ נישט געפֿונען, אָבער זאַפֿטיקע אַנעקדאָטן וועט מען יאָ דאָ קענען לייענען. למשל, ווען טאַראַס און זײַן משפּחה זענען אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד אין 1919 און זיך אויסבאַהאַלטן אויף אַ באַן קיין רומעניע, איז דער באַלשעוויסטישער אָפֿיציר, וואָס האָט זיי אַנטדעקט, געווען דער זעלבער וואָס טאַראַס האָט אים געראַטעוועט פֿון טויט מיט אַ יאָר פֿריִער. ער האָט זיי געלאָזט ווײַטער פֿאָרן...
סטראָם האָט אויסגעפֿרעגט בײַ די קרובֿים פֿון טאַראַס, אַפֿילו נאָענטע ווי פּלימעניקעס און פּלימעניצעס וואָס זענען געקומען קיין אַמעריקע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן דער ווײַטערדיקער געשיכטע פֿון דער מוזיקאַלישער טאַראַס־משפּחה, וואָס איז געבליבן אין רוסלאַנד; אַ באַזונדערע, אָבער אינטערעסאַנטע געשיכטע. ער האָט אויך געפֿונען אַמעריקאַנער דזשעז־מוזיקער וואָס האָבן דערציילט וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן טאַראַס און די באַקאַנסטע דזשעז־שפּילער, ווי די לעגענדאַרע טשאַרלי פּאַרקער און מײַלס דייוויס. זעט אויס, אַז דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פּאַרקער און זײַנע פֿרײַנד פֿלעגן קומען זיך אָפּרוען אין די ייִדישע האָטעלן פֿון די קעטסקיל־בערג און הנאה געהאַט פֿון טאַראַס קלעזמער־מוזיק.
להיפּוך צו דעם אַנדערן גרויסן קלאַרנעט־שפּילער אין אַמעריקע, נפֿתּלי בראַנדווײַן, וואָס האָט געשיכּורט, געשפּילט אין קאָרטן און פֿאַרבראַכט מיט "גענגסטערס" בעת די דעפּרעסיע־יאָרן, האָט טאַראַס געפֿירט אַ ריין מוזיקאַליש לעבן, און געווען גרייט צו שפּילן ווי נאָר, און ווען נאָר, מע האָט אים געוואָלט הערן. און געוואָלט האָבן אים אַלע — די גרעסטע ייִדישע אַקטיאָרן און זינגער האָבן אים געבעטן אָנפֿירן מיט זייער מוזיק — די שוועסטער באַרי, סימאָר רעכצײַט, מאַלי פּיקאַן צווישן זיי. אין איין טאָג האָט טאַראַס געשפּילט אויף פֿיר ראַדיאָ־פּראָגראַמען, אויף דרײַ פֿאַרשיידענע ראַדיאָ־סטאַנציעס.
ווען טאַראַס׳ טאָכטער האָט חתונה געהאַט מיט סאַמי מוזיקער, אַן אַמעריקאַער דזשעז־קלאַרנעטיסט, איז דער שידוך געווען מער ווי צווישן צוויי פֿאַרליבטע מענטשן. דער שווער און איידעם האָבן מיטגעאַרבעט און אַרויסגעגעבן די רעקאָרדירונג "טאַנץ", וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַ פּיאָנירישן סינטעז פֿון קלעזמער און דזשעז, אַראַנזשירט פֿון מוזיקער. דערצו ליגן נאָך אין די אַרכיוון פֿון ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען אָן אַ צאָל שאַפֿונגען פֿון טאַראַס אין אַ קלעזמערישן דזשעז־סטיל, און צי זיי זענען געלונגען דאַרף מען נאָך באַשליסן, נאָך דעם ווי מע וועט זיי הערן.
אין די 1970ער יאָרן האָט מען ווידער "אַנטדעקט" דייוו טאַראַס. דער קלאַרנעטיסט אַנדי סטאַטמאַן האָט אים געפֿונען אין קוני־אײַלאַנד און אָנגעהויבן זיך לערנען בײַ אים ווי צו שפּילן קלעזמער־מוזיק. אין דער זעלבער צײַט איז דער צימבלער זאבֿ פֿעלדמאַן אויך געקומען צו אים צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿון קלעזמער־מוזיק. טאַראַס האָט ווידער אָנגעהויבן געבן קאָנצערטן פֿאַרן ייִנגערן דור און דער אינטערעס צו אים און צו קלעזמער־מזויק איז געוואַקסן. דאָס וואָרט "קלעזמער", וואָס איז אַמאָל געווען אַ באַליידיקונג פֿאַר אַ ייִדישן מוזיקער אין אַמעריקע, האָט באַקומען פּרעסטיזש.
די ביאָגראַפֿיע פֿון יעיל סטראָם איז באמת נישט מער ווי אַ לענגערער עסיי, און אין דער צווייטער העלפֿט, האָט סטראָם פֿאַרנאָטירט די מוזיק צו אַן ערך 30 "שטיקלעך" פֿון טאַראַס׳ רעפּערטואַר. סטראָם גיט איבער אַ גוט, אָבער אַ צו קורץ בילד פֿון דער אַמעריקאַנער קלעזמער־וועלט מיטן טראָפּ אויף די אַנעקדאָטן. עס לייענט זיך גרינג און גיך און דאָס איז נישט קיין עוולה. עס דאַרף אָבער נאָך צוקומען צו דער קלעזמער־ליטעראַטור אַ תּוכיקע שטודיע פֿון טאַראַס׳ וויכטיקייט פֿאַר דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. דאָס בוך האָט ארויסגעבן Or-Tav Publications www.ortav.com