ווי מיר געדענקען פֿון דער אַלט־גריכישער מיטאָלאָגיע, האָט די נײַגעריקע פּאַנדאָראַ געעפֿנט דאָס קעסטעלע, וואָס דער מאַן אירער האָט עס פֿאַרווערט צו טאָן. דעמאָלט האָבן זיך אַ שיט געטאָן פֿון דעם אַלע צרות אויף דער וועלט, וואָס אַרײַנטרײַבן זיי צוריק אינעם קעסטעלע איז שוין געווען אוממעגלעך.
אַקעגן וואָס האָבן מיר דאָ דערמאָנט אין דער אַלטער מעשׂה? לעצטנס שיטן זיך פֿונעם עלעקטראָנישן "פּאַנדאָראַ־קעסטעלע" סאַמע סודות, אַרויסגעלאָזט אויף דער פֿרײַער וועלט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "וויקיליקס" (WikiLeaks), וואָס ברענגען ריזיקע פּראָבלעמען, קודם־כּל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די דאָזיקע מאַטעריאַלן וואַרפֿן אַ שאָטן אויף אירע פּאָליטישע מעשׂים און באַשלוסן, בנוגע דער מלחמה אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן; טראָגן אַרויס דאָס מיסט פֿון דער דיפּלאָמאַטישער קיך און סטראַשען אין יאַנואַר צו פּובליקירן טויזנטער דאָקומענטן, פֿאַרבונדן מיט די אינערלעכע "שמוציקע געשעפֿטן" פֿון איינעם פֿון די גרעסטע אַמעריקאַנער בענק.
אויב דאָס איז ווייניק, האָט די אָרגאַניזאַציע "וויקיליקס"אין זאַפּאַס גענוג קאָמפּראָמיטירנדיקע מאַטעריאַלן אויף די גלאָבאַלע פֿאַרמאַקאָלאָגישע קאָנצערנען.
מיר שטעלן נישט קיין פֿראַגעס, פֿון וואַנען נעמט "וויקיליקס" די וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע, הגם, די מיליטער־לײַט פֿון די הויכע "פּענטאַגאָן"־פֿענצטער האָבן געמאַכט אַ שוואַכן פּרוּוו צו געפֿינען אַ "כּפּרה־הינדל" (לייענט ז' 2). עס קלינגט אָבער נישט איבערצײַגעוודיק בפֿרט איצט, ווען די סודות "רינען אויס" נישט בלויז פֿון די מיליטערישע כּלים, נאָר אויך פֿון דעם דעפּאַרטאַמענט פֿון אויסערלעכע ענינים; און ווי עס קומט אַרויס פֿון די לעצטע סטראַשונקעס, אויך פֿון אַנדערע מקורים.
פֿון דעסטוועגן, איז כּדאַי צו שטעלן די פֿראַגע: פֿאַר וואָס ווערט געמאַכט אַזאַ גלאָבאַלע אַטאַקע דווקא אויף אַמעריקע? שוין זשע זײַנען די סודות פֿון אַנדערע לענדער מער באַשיצט, אָדער דאָרט זײַנען נישטאָ קיין פֿאַררעטער?
די נײַע ווירטועלע וועלט, וואָס איר אַנטדעקונג איז פֿאָרגעקומען ממש אויף אונדזערע אויגן, האָט אין גאַנצן איבערגעקערט די ערדישע וועלט פֿון אונדזער רעאַלער עקזיסטענץ. מיר פֿאַרטיפֿערן זיך אין אירע רחבֿותן און פֿאַרכאַפּן אַלץ מער און מער פֿון אירע שטחים. אין דער זעלבער צײַט, פֿאַרלירן מיר אונטער די פֿיס דעם אייגענעם באָדן.
מיר הערן אויף צו גלייבן זיך אַליין, און פֿאַרטרויען אונדזערע סודות, געזונט און אַפֿילו דאָס לעבן דעם קאָמפּיוטער — ער זאָגט אונדז און ער באַשליסט פֿאַר אונדז! מיר גיסן אויס אונדזערע געדאַנקען און געפֿילן אין טויזנטער "בלאָגן", און פֿאַרגעסן דערבײַ צו זאָגן אַ גוט־מאָרגן אַ נאָענטן מענטשן; מיר געדענקען שוין קוים די וויכטיקע משפּחה־דאַטעס, ווײַל צו אַ באַשטימטער מינוט וועט עס אונדז דערמאָנען דער קאָמפּיוטער.
מיר אַנטלויפֿן פֿון אונדזער רעאַלקייט אין יענער אומרעאַלער וועלט. ריכטיקער געזאָגט, מיר לאָזן זיך פֿאַרשלעפּט צו ווערן פֿון יענער ווירטועלער וועלט, וואָס נעמט איבער די שליטה איבער אונדז אַלץ מער און מער. פֿאַר וואָס זשע זאָלן די בייזע כּוחות, וואָס פֿאַרשטעלן זייערע מיאוסע מעשׂים אונטערן שילד פֿון די הויפּט־זײַלן פֿון דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, נישט אויסנוצן דעם נײַעם פֿענאָמען?!
די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע איז הײַנט די גרעסטע און שטאַרקסטע מדינה אין אונדזער וועלט. אונטערצורײַסן איר מאַכט, אַרײַנצוברענגען אַ שפּאַלט צווישן איר און אירע אַליִיִרטע, בפֿרט נאָך אין דער שווערער קריזיס־צײַט, איז אַ חלום פֿאַר אַ סך פֿון אירע שׂונאים און "פֿרײַנד". דער פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע WikiLeaks, דזשוליאַן אַסאַנזש, איז בלויז אַ קליינער שפּיץ אויף דער אויבערפֿלאַך פֿון דעם אײַזבאַרג; די קערפּערשאַפֿט אַליין באַהאַלט זיך אויס אין דער פֿינצטערער טיפֿעניש פֿון דער ווירטועלער וועלט...
דער סוף פֿון יענעם אַלט־גריכישן מיטאָס איז געווען, אַז פּאַנדאָראַן האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרמאַכן איר קעסטעלע; די איינציקע זאַך, וואָס איז דאָרט פֿאַרבליבן און זיך פֿאַרהיט, איז געווען — די האָפֿענונג.