פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די שטוב אין קושטשיאָווסקאַיאַ, וווּ דער מאָרד איז געשען
די שטוב אין קושטשיאָווסקאַיאַ, וווּ דער מאָרד איז געשען

אַ מאָל האָט מען קיין ייִדן ניט געדאַרפֿט דערקלערן דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט "קאָזאַק", וואָס האָט, בדרך-כּלל, קיין גוטע אַסאָציאַציעס ניט אַרויסגערופֿן, ווײַל קאָזאַקן האָבן סימבאָליזירט די רציחות פֿון דעם צאַרישן רעזשים, בפֿרט קעגן ייִדן. איצט מוז איך זייער אָפֿט איבערחזרן דערקלערונגען וועגן קאָזאַקן, ווײַל ס׳רובֿ אַמעריקאַנער סטודענטן האָבן וועגן דעם קיין אַנונג ניט. כ׳בין זיכער, אַז דער "פֿאָרווערטס"-עולם איז אַנדערש, אָבער — אויף מאַלע וואָס — דערמאָן איך, אַז קאָזאַקן זײַנען געווען פֿרײַע, ניט פֿאַרשקלאַפֿטע רוסן צי אוקראַיִנער (צי אַ געמיש פֿון ביידע), וועלכע האָבן געוווינט אין גרענעץ-געגנטן און געהאַט אַ מין קאָנטראַקט מיט רוסישע מלכים. די קאָזאַקן פֿלעגן דינען אין באַזונדערע פּאָלקן און ווען זיי זײַנען געווען פֿרײַ פֿון דער מיליטערישער דינסט, האָבן זיי זיך באַשעפֿטיקט מיט דער פּויערישער באַלעבאַטישקייט זייערער.

עס זײַנען געווען, און דאָ, פֿאַרשיידענע מינים קאָזאַקן. איינער פֿון די גרעסטע "שבֿטים" טראָגט דעם נאָמען פֿון "קובאַניער קאָזאַקן" — לויט דער געגנט קובאַן, אַרום דעם טײַך מיט דעם זעלבן נאָמען אין צפֿון-קאַווקאַז. די עטנישע געשיכטע פֿון יענעם טייל וועלט איז זייער אַ קאָמפּליצירטע. פֿאַרשיידענע פֿעלקער האָבן דאָרטן געוווינט אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות. אַ געוויסע צײַט האָבן דאָרטן געהערשט די כּוזרים, און שפּעטער איז עס געווען באַפֿעלקערט, דער עיקר, דורך די טשערקעסן.

אין משך פֿון אַ יאָרהונדערט, ביזן יאָר 1864, האָט רוסלאַנד געפֿירט אין יענע מקומות אַ בלוטיקע קאָלאָניאַלע מלחמה. דער סוף איז געווען, אַז הונדערטער טויזנטער טשערקעסן האָט מען פֿון רוסלאַנד אַרויסגעשיקט קיין טערקײַ, וווּ זייער צאָל איז הײַנט בערך 5 מיליאָן נפֿשות. אַ טויזנט מאָל ווייניקער, אַרום 5,000 טשערקעסן (צ׳רקסים) וווינען אין ישׂראל, וווּ מע האַלט זיי פֿאַר לאָיאַלע מוסולמענישע בירגער, וועלכע דינען אַפֿילו אין צה״ל. אין רוסלאַנד, געפֿינען זיך די קובאַניער קאָזאַקישע סטאַנציעס (אַזוי הייסן קאָזאַקישע ייִשובֿים) אין דער קראַסנאָדאַרער געגנט, רעלאַטיוו ניט ווײַט פֿון גרוזיע.

איצט, נאָך דעם געאָגראַפֿישן און היסטאָרישן אַרײַנפֿיר, גיי איך אַריבער צו די געשעענישן פֿון דעם חודש.

די זאַך איז, אַז איינע פֿון די קובאַניער סטאַנציעס — זי הייסט קושטשיאָווסקאַיאַ — געפֿינט זיך זינט דעם 4טן נאָוועמבער אין צענטער פֿון אַלע רוסישע נײַעס. אין יענעם טאָג, וואָס איז געווען אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ (דער אייניקונג-טאָג), האָבן היגע באַנדיטן אויסגעקוילעט דאָרטן 12 מענטשן, אַרײַנגערעכנט קינדער, וועלכע זײַנען געווען 5 יאָר אַלט און 9 חדשים אַלט. די דאָזיקע שרעקלעכע הריגה האָט אויפֿגערודערט דאָס לאַנד ניט נאָר, ווײַל די צאָל אומגעבראַכטע איז געווען אַזוי גרויס, אָבער אויך — און אפֿשר דער עיקר — ווײַל די געשעענישן אין קושטשיאָווסקאַיאַ זײַנען גלײַך געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דעם מצבֿ, וועלכער איז כאַראַקטעריש פֿאַר זייער אַ סך ערטער אין לאַנד.

עס לאָזט זיך אויס, אַז די באַנדע האָט שוין אין משך פֿון 15 יאָר געהערשט אין דעם ייִשובֿ מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 30 טויזנט תּושבֿים. די פֿירער פֿון דער באַנדע זײַנען געווען דעפּוטאַטן פֿון דעם אָרטיקן מוניציפּאַליטעט. אַלע פֿאַרמעגלעכע פֿאַרמערס האָבן געמוזט צאָלן אַ "שטײַער", אַנדערש פֿלעגט מען זיי אָדער שלאָגן אָדער פּשוט אומברענגען. די 12 מענטשן זײַנען אויך געווען קרבנות פֿון אַזאַ קאָנפֿליקט: אַ פֿאַרמער האָט זיך געבונטעוועט קעגן דער מאַפֿיאַ, דערפֿאַר איז מען געקומען צו אים און ניט איבערגעלאָזט קיין איין לעבעדיקן צווישן די באַלעבאַטים פֿון דער שטוב און זייערע געסט.

איצט, ווען דאָס לאַנד האָט דורך דער מעדיאַ שאַרף אַ קוק געטאָן אויף דער קאָזאַקישער סטאַנציע, האָט מען זיך דערוווּסט, אַז די באַנדיטן האָבן דאָרטן, אַ פּנים, פֿאַרגוואַלדיקט אַ פּאָר הונדערט מיידלעך, געהאַלטן פֿאַרציטערט די גאַנצע באַפֿעלקערונג, ווײַל די מאַפֿיאַ האָט זיך צונויפֿגעוואַקסן מיט דער מאַכט — די פּאָליציאַנטן, די פּראָקוראָרן, ריכטערס וכ׳. אין לעצטן סך-הכּל, איז די באַנדע געוואָרן די רעאַלע מאַכט. די מענטשן, וועלכע האָבן געפּרוּווט פּראָטעסטירן, פֿלעגט מען אָדער אַרעסטירן אָדער געפֿינען אַנדערע מיטלען, ווי אַזוי זיי צו "באַרויִקן". מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אין קושטשיאָווסקאַיאַ פֿון דעסטוועגן געאַרבעט אַ קאָמיסיע פֿון מאָסקווע. אָבער עס האָט זיך גאָרנישט ניט געביטן, וואָס איז אַ קלאָרער סימן פֿון אַ גוטער פֿאַרבינדונג פֿון די באַנדיטן מיט משפּיעדיקע לײַט אין די הויכע פֿענצטער.

דער פֿאַרנעם פֿון קאָרופּציע אין רוסלאַנד איז גוט באַקאַנט. אָן "אונטערשמירן" די ביוראָקראַטיע איז שווער דורכצופֿירן אַפֿילו אַ פּשוטן ענין. אָבער די געשעענישן אין קושטשיאָווסקאַיאַ ווײַזן, אַז די קאָרופּציע האָט אָנגענומען שוין גאָר געפֿערלעכע פֿאָרמען, ווײַל זי איז געוואָרן ניט סתּם אַ טייל פֿון רוסישן לעבן, נאָר אַן אופֿן פֿון לעבן. אַן אויספֿרעג האָט געוויזן, אַז 65 פּראָצענט רוסישע בירגער ווענדן זיך ניט אין דער פּאָליציי אַפֿילו ווען זיי שטויסן זיך צונויף מיט פּראָבלעמען, וועלכע געהערן צו דער קאָמפּעטענץ פֿון דער פּאָליציי. זיי טוען עס ניט, ווײַל זיי האָבן מורא פֿאַר דער פּאָליציי. מע גלייבט ניט אויך די פּראָקוראָרן און די ריכטערס. הקיצור, די רייד גייט וועגן זייער אַ טיפֿן קריזיס אין דער געזעלשאַפֿט.

ווי אַזוי באַקומט זיך עס, אַז אַ ייִשובֿ גייט אַריבער אין די הענט פֿון אַן "אַלטערנאַטיווער מאַכט"? די וועגן זײַנען פֿאַרשיידענע. צו מאָל קען עס זיך אָנהייבן אַפֿילו פֿון גוטע כּוונות. דער ייִדישער שרײַבער י. מ. ווײַסענבערג האָט עס נאָך מיט אַ יאָרהונדערט צוריק באַשריבן אין זײַן גרעסערער דערציילונג "שטעטל". לייענט עס איבער, טאָמער איר געדענקט עס ניט. איצט קען מען עס גאַנץ גרינג געפֿינען אין אינטערנעץ — צווישן די עלעקטראָנישע קאָפּיעס אין דעם ייִדישן ביכער-צענטער.