מאָריס ווינטשעווסקי (אין מיטן) איז געקומען צו גאַסט צו די קינדער פֿון דער "אַרבעטער־רינג־שולע" אין טאָראָנטאָ, 1921 |
מענדל (מעל) צעדערבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין טאָראָנטאָ איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע לעצטע וואָך און אונדז איבערגעגעבן פּרטים וועגן דער געשיכטע און אַקטיוויטעטן פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין זײַן שטאָט.
דער ערשטער "אַרבעטער־רינג"־צווײַג אין טאָראָנטאָ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1908 און מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען געפֿײַערט, בײַ געדעקטע טישן, דעם הונדערט־יאָריקן יוביליי. דער צווײַג האָט אין 1911 געשאַפֿן אַ פֿאָלקשול. דעמאָלט האָט עס געהייסן אַ "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע שול", דערנאָך האָט מען געביטן דעם נאָמען אויף דער "י. ל. פּרץ שול" און דערנאָך אין 1918 אויף "אַרבעטער־רינג־שולע". אַגבֿ, האָט דער שרײַבער און פּעדאַגאָג איטשע גאָלדבערג דאָרטן געלערנט אין 1926—1927.
צעדערבוים האָט אויך דערציילט, אַז דער באַקאַנטער פּאָליטיקער און שרײַבער רודאָלף ראָקער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ מער אַנאַרכיסטישן "אַרבעטער־רינג"־צווײַג אין טאָראָנטאָ. די אַנאַרכיסטקע עמאַ גאָלדמאַן איז געקומען צו בלײַבן מיט די חבֿרים אין טאָראָנטאָ ווען די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט זי געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
די "אַרבעטער־רינג"־שול איז געווען אַקטיוו ביז 1994. די זומער־קאָלאָניע פֿונעם טאָראָנטער "אַרבעטער־רינג" — "יונגוועלט" — האָט עקזיסטירט פֿון 1925 ביז 1971. אינעם אַמאָליקן שול־בנין קענען דערוואַקסענע הײַנט אויך אָנטיילנעמען אין די פֿאַרשיידענע קולטור־פּראָגראַמען. רעגולער האָט דער "אַרבעטער־רינג"־צווײַג פּראָגראַמען בשותּפֿות מיט אַנדערע קולטור־אָרגאַניזאַציעס אין דער שטאָט ווי: "די פֿרײַנד פֿון ייִדיש", "דער קאָמיטעט פֿאַר ייִדיש", "די פֿעדעראַציע" און "דער ווינטשעווסקי־צענטער". צעדערבוים האָט אונדז געזאָגט, אַז "הײַנט קען מען בײַ אונדז הנאה האָבן פֿון ייִדישע קולטור־פּראָגראַמען אין ייִדיש, אָדער וועגן ייִדיש, מיטן ציל צו פֿאַרשטאַרקן די קולטור. אונדזער זאַל איז גרויס און אַ מאָל קומען 150 מענטשן אויף אַן אַקטיוויטעט. תּמיד זוכן מיר ייִדישיסטן פֿונעם ייִנגערן דור צו ווערן מיטגלידער און אונדז העלפֿן אין דעם שליחות". דער אַדרעס פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין טאָראָנטאָ" איז 471 Lawrence Ave W. טעלעפֿאָן: 2081־787־416.