רפֿאל גאָלדוואַסער אין אַ סצענע פֿון "אַ גילגול פֿון אַ ניגון" בײַ דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק, נאָוועמבער 2010. דער אָוונט "נײַע וועלטן: אַ יום־טובֿ לכּבֿוד י. ל. פּרץ", האָט אַרײַנגענומען די פּיעסע צוזאַמען מיט אַן אָריגינעלער באַאַרבעטונג פֿון פּרצס פּאָעמע "די צוויי ברידער". כאָרעאָגראַפֿיע פֿון רבֿקה ווערנער, מוזיק פֿון זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש. |
Credit: Michael Priest |
איך האָב נישט קיין ספֿק אַז אַמאָל, ווען מיר האָבן פֿאַרמאָגט מיליאָנען ייִדיש־רעדנדיקע אָפּנעמער פֿון ייִדישן טעאַטער, פּרעסע און ליטעראַטור, ווען ייִדיש האָט געבליט מיט אינטעלעקטועלן פֿאַרנעם, האָט מען געקענט שטעלן שעקספּירס ווערק, ווי עס האָבן געטאָן שלמה מיכאָעלס אין מאָסקווע און מאָריס שוואַרץ אין ניו־יאָרק. און נישט נאָר מאָריס שוואַרץ, נאָר אויך באָריס טאָמאַשעווסקי און יעקבֿ אַדלער. פֿאַרשטייט זיך, אַז די לעצטע צוויי האָבן אַ ביסל אונטערגעזינדיקט דערמיט וואָס זיי האָבן קאָנקורירט צווישן זיך דערמיט וואָס זייערע איבערזעצער האָבן איבערגעזעצט שעקספּירן אין איין מעת־לעת. ביידע האָבן געהאַט אַן עולם צושויער, אַזעלכע וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען שעקספּירס ווערק און אַזוינע וואָס האָבן פֿאַרוואָרפֿן די קעפּ אַרונטער און הנאה געהאַט פֿון עפּעס וואָס זיי האָבן נישט באַנומען.
הײַנט איז געבליבן אַן עלטערער עולם ייִדיש־רעדנער אין אונדזער אַמעריקע, וואָס קען אַ קײַמא־לן פֿון געציילטע ווערטער, פֿראַזעס און אויסדרוקן ווען עס קומט צו מאַמע־לשון, און דערצו חלשן זיי פֿאַר אַ ייִדיש וואָרט; אַ ייִדיש וואָרט, וואָס זאָל זיי דערמאָנען אין זייער קינדהייט, דער מאַמעס טשאָלנט און דעם זיידנס קלוגע רייד.
אין מײַנע צײַטן האָבן זיך צוויי שוישפּילער אויסגעצייכנט אין רעציטאַציע: הערץ גראָסבאַרד און יוסף בולאָף. ביידע זײַנען אַרויסגעקומען פֿון דער "ווילנער טרופּע," ביידע האָבן צוגעצויגן אַן אינטעליגענטן ייִדישן עולם אין די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן; אַן עולם, וועלכער איז געווען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכמען און פּרצן, באַקאַנט מיט לוצקיס מיניאַטור־פּאָעטישע ווערק און מאַנגערס רײַכן רעפּערטואַר. דער עולם איז דעמאָלט געווען גוט באַקאַנט מיטן חומש, מיטן מדרש און מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. הײַנט איז שוין אַזאַ ייִדישער עולם נישט בנימצא אין אַמעריקע. דאָ און דאָרט זוכן זיך אָפּ יחידים וואָס לעכצן נאָך אַ גײַסטיק ייִדיש וואָרט, אָבער דאָס זײַנען בלויז יחידים. דער ייִדישער עולם וואָס האָט ליב ייִדיש־טעאַטער, האָט זיך שוין געעלטערט. מ’זעט שוין מענטשן מיט אַ רעדלשטול, אַ שטעקן בײַ דער האַנט אָדער אַן אַנדער מיטל וואָס העלפֿט זיי צו באַוועגן זיך.
בין איך אַוועק זען רפֿאל גאָלדוואַסערן פֿון שטראַסבורג, שפּילן אין דער "פֿאָלקסבינע" "גילגול פֿון אַ ניגון", און מיט אים כאַפּן אַ שמועס. דאָס מאָל האָט רפֿאל אויסגעקליבן י. ל. פּרצעס ווערק. מוז איך אײַך זאָגן, אַז ער איז אַ גוטער אַקטיאָר. זײַן ייִדישע דיקציע האָט מיך ממש דערמאָנט אין אַזעלכע ריזן ווי גראָסבאַרד און בולאָף. איך האָב, חס־וחלילה, גאָרנישט צו פּרצן; נאָך אַלעמען, האָט ער געלעבט צווישן אַ מענגע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין וואַרשע, וווּ עס האָט זיך אויך געפֿונען טלאָמאַצקע 13, אַ זאַל וווּ עס האָט זיך געזאַמלט די סמעטענע פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ — שרײַבער, פּאָעטן, קינסטלער. אין דעם אינטעלעקטועלן מוראַשניק איז גרינג געווען צו שאַפֿן אַזעלכע ווערק ווי "גילגול פֿון אַ ניגון," ווײַל דער עולם האָט זיך געקענט אויף די סובטילע אָנגעהעריקייטן, געווען באַקאַנט מיטן רבין פֿון טאַלנע און וואַסילקאָוו; רביים, צו וועלכע מען איז עולה־רגל געווען מיט שירה און פֿרייד.
וואָס ווייסט אָבער דער הײַנטיקער עולם פֿון יענער וווּנדערלעכער צײַט. דער אַמעריקאַנער עלטערער ייִדישער עולם איז באַקאַנט מיט די קעטסקילס, מיט וואָדעוויל און מיט די ייִדישע קאָמעדיאַנטן און פֿאַרווײַלער. זיי ווילן זיך פֿאַרווײַלן מיט אַזעלכע לידער ווי "מײַן שטעטעלע בעלז," "מײַן ייִדישע מאַמע" און "רומעניע־רומעניע." ווען עס קומט צו הומאָר איז אַלץ באַפֿרידנדיק, אָבער נישט סאַטירע. און איך טו זיי נישט באַשולדיקן חלילה. גיי ברענג זיי אָבער "גילגול פֿון אַ ניגון," ווערן זיי אָדער אַנטשלאָפֿן, אָדער פֿאַרלוירן. מײַן שכנטע, לינקס פֿון מיר, האָט מיך געפֿרעגט: "ווער איז דער פּרץ. כ’האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אים. ער לעבט נאָך?"
דאָס וואָס שעלדין האַרניק און דזשערי באָק האָבן אויפֿגעטאָן מיט שלום־עליכמס "טבֿיה דער מילכיקער," און געשאַפֿן די וועלט־באַרימטע מוזיקאַלישע פּיעסע "פֿידלער אויפֿן דאַך," איז עס געווען צוגעפּאַסט צום ייִדישן עולם סײַ דאָ און סײַ איבער דער וועלט. ערשטנס, איז עס געווען אויף ענגליש. כאָטש איך האָב עס אַמאָל געזען אויף ייִדיש מיט שמואל רודענסקי אין ארץ־ישׂראל; און לאָמיך אײַך זאָגן, ס’האָט געהאַט דעם אמתן ייִדישן טעם. האַרניק און באָק האָבן אַדאַפּטירט מזויקאַליש שלום־עליכמס וווּנדערלעכע ווערק. הייסט עס, אַז מ’קען דאָס אויך טאָן מיט אונדזערע קלאַסיקער.
האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיטן שוישפּילער רפֿאל גאָלדוואַסער נאָך זײַן פֿאָרשטעלונג און אים מכבד געווען מיט אָט די ענלעכע אָבסערוואַציעס לגבי דער ייִדיש־רעדנדיקער אַמעריקע. און אָט וואָס ער האָט מיר געענטפֿערט:
"איך וועל זיך נישט אַראָפּלאָזן צום עולם דאָ צוליב דעם וואָס זיי קענען נישט אונדזערע קלאַסיקער. איך וועל נישט פֿאַרמינערן די גרויסקייט פֿון פּרצן. מען דאַרף דעם עולם דערהייבן, נישט אַנטקעגנקומען און באַדינען זיי מיט דער הײַנטיקער אָדער אַמאָליקער קליאָטשע."
און אַז איך דערמאָן אים, אַז דער עולם פֿאַרשטייט ווייניק פֿון פּרצעס ווערק. ענטפֿערט ער מיר, אַז פֿאַר אים איז עס נישט קיין מניעה. ער שפּילט אין פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד און איבער גאַנץ אייראָפּע, וווּ דער עולם איז גאָרנישט קיין ייִדישער. און זיי נעמען עס אויף באַהבֿה. זאָג איך אים אַז:
"מסתּמא איז דער נישט־ייִדישער עולם אַ ייִנגערער, און פֿאַר זיי איז ייִדיש אַ נאָווינע, אַן עקזאָטישע זאַך." שטימט ער מיט מיר אײַן. אָבער ער קוקט מיר גלײַך אין די אויגן און מאַכט:
"אין דער אמתן פֿאַרשטיי איך לחלוטין נישט דײַן טענה. איך בין אַ קינסטלער און טו ס’מײַניקע. פּרץ איז צוגעפּאַסט צו אַלע צושויער. נישט געקוקט אויף זייער עלטער און זייער ייִדישן וויסן."
געזען, אַז ער פֿאַרשטייט טאַקע נישט וואָס איך האַק אים אַ טשײַניק, זאָג איך אים, אַז איך לערן אין מײַנע קלאַסן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט וועגן שלום־עליכמען, פּרצן, מאַנגערן, גראַדען און באַשעוויס־זינגער. נאָר וואָס דען? איך שנײַד די צען מאָס רייד פֿון אונדזערע אַמאָליקע ליטעראַרישע גאונים, ווײַל נאָך אַלעמען, יעדעס ייִדיש וואָרט און יעדע ייִדישע חכמה מוז מען טאַקע אָפּשאַצן ווי געהעריק. איך שנײַד, אַדאַפּטיר, און פּאַס צו צום ייִדישן סטודענט וואָס קען שוין סײַ אַ טראָפּעלע און סײַ אַ מיטלמעסיקן ייִדיש. זיי האָבן שטאַרק הנאה פֿון די ייִדישע, ליטעראַרישע ווערק און העלדן. זיי זײַנען יונג, אויפֿנעמיק און באַוווּנדערן יעדעס ווערטעלע.
איך האָב פֿאַרזיכערט גאָלדוואַסערן, אַז ער איז אַ פֿײַנער אַקטיאָר, אַ וווּנדערלעכער רעציטאַטאָר און וואָלט געווען אַ גרויס געווינס אין ייִדישן טעאַטער; אפֿשר גאָר בײַ שמוליק עצמונען אין "ייִדישפּיל," אין תּל־אָבֿיבֿ. גאָלדוואַסער האָט אויפֿגעלעבט:
"הלוואַי!"
האָב איך אים פֿאַרזיכערט, אַז מיט זײַן דיקציע, זײַן קענטשאַפֿט ווען עס קומט צו אַ לשון־קודש־וואָרט, וואָלט ער געווען אַ געווינס פֿאַר אַ ייִדישן טעאַטער. און זײַט וויסן, אַז רפֿאל גאָלדוואַסער, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע, האָט פֿאַרמאָגט אַ טאַטן אַ ייִדישן אַקטיאָר אין אַרגענטינער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער. פֿינף און צוואַנציק יאָר נאָך אַנאַנד האָט רפֿאל געלעבט אין ישׂראל און געווען אַ מיטגליד אין דער "הבימה" און געאַרבעט כּמעט אין אַלע פֿאָלקס־טעאַטערס אין לאַנד. צום מיינסטנס צייכנט ער זיך אויס אין עקספּערימענטאַלן טעאַטער און באַוועגונג. ער איז לײַכט אויף די פֿיס. ער האָט אין שטראַסבורג, וווּ ער וווינט מיט זײַן משפּחה זינט 1990, געשאַפֿן דעם "לופֿט־טעאַטער". ער שטעלט זײַנע עקספּערימענטאַלע ווערק אין אייראָפּע, דרום־אַמעריקע, צפֿון־אַמעריקע און ישׂראל. ער פֿאַרמאָגט אַן אײַנגענעמע שטימע סײַ צו דער רעציטאַציע און סײַ צום זינגען. ער רעדט אַ קײַמא־לן פֿון פֿינף שפּראַכן און איז שטאָלץ דערמיט וואָס ער פֿירט אויף פּרצן אַזוי ווי ער גייט און שטייט.