|
דער פּאָליציי־שעף אורי בר־לבֿ |
Credit: Getty Images |
די רעזשיסאָרן פֿון די לעבעדיקע דראַמעס וועלכע בויען די געשיכטע, פֿירן זיך אויף אַזוי ווי די דראַמאַטורגן אין האָליוווּד, אין דער טעלעוויזיע און הינטער די קוליסן פֿון די טעאַטערס. יעדער איינער וויל יעדן אַנדערן איבעריאָגן, איבערשטײַגן אין דעם דערפֿאָלג און אין דער פּאָפּולאַריטעט, אָדער, ווי מען רופֿט עס הײַנט: אין דעם "רייטינג".
אָט זײַנען אָקערשט אויסגעבראָכן איינער נאָכן אַנדערן צוויי דראַמאַטישע סקאַנדאַלן. האָבן זיי נאָך נישט באַוויזן זיך אָנצוּוואַרעמען אָדער אָפּצוקילן — און עס איז אָנגעפֿלויגן אַן אַלוועלטלעכער, אַ שטורמישער דיגיטאַלישער, צי עלעקטראָנישער, צונאַמי און האָט פֿאַרפֿלייצט מיט דער גאַנצער קראַפֿט יענע צוויי נאָרוואָסדיקע סקאַנדאַלן און זיי גיך אָראָפּגעווישט פֿון דעם קאָלעקטיוון זכּרון.
אָבער אויך דער טרוקענער צונאַמי פֿון דעם נײַעם אָנשיקעניש, דעם "וויקיליק", וואָס האָט אויפֿגעדעקט און אָפּגעדעקט מיליאָנען סודות פֿון דער פֿאַרשטעלטער פּאָליטיק און היפּאָקריטישער דיפּלאָמאַטיע, האָט נישט "באַגיטיקט" און נישט באַפֿרידיקט דעם היסטערישן פּחד, מיט וועלכן עס האָבן געשראָקן די אָנזאָגערס פֿון דעם דיגיטאַלישן טעראָר. האָט זיך גלײַך אַרויסגעוויזן, אַז די סודותדיקע וועלט פֿון דער פֿאַרשטעלטער דיפּלאָמאַטיע איז גאָרנישט אַזוי ווײַט פֿון דער צבֿיעות פֿון דער "נאָרמאַלער", דער אָפֿענער פּאָליטיק און פֿון די נאָרמעס, צו וועלכע די וועלט האָט זיך שוין לײַטיש צוגעוווינט. אמת, יענע צוויי זײַנען געווען "נאַציאָנאַלע סקאַנדאַלן", אין דער צײַט ווען דער דיגיטאַלישער טעראָר איז אַן אינטערנאַציאָנאַלער. אָבער צרות רבים, ווי מיר ווייסן, זענען נאָר אַ האַלבע נחמה פֿאַר דעם יחיד און אויך פֿאַר דעם מיט אַלץ געפּרוּווטן פֿאָלק.
די פֿולע נחמה קען אָבער קומען פֿון אַן אַנדערן אומדערוואַרטן ווינקל, און אפֿשר וועט דאָס גאָר עפֿענען אַ נײַע עפּאָכע, אין וועלכער די מלחמה וועט זיך אַריבערטראָגן פֿון די רוצחישע שלאַכטפֿעלדער אין די פֿאַרבאָרגענע קאַטאַקאָמבעס פֿון דעם עלעקטראָנישן מוח, דעם קאָמפּיוטער... און די מערדערישע כּלים וועלן זיך, לאָמיר האָפֿן, פֿאַרוואַנדלען אין פֿרידלעכע דיגיטאַלישע אינסטרומענטן, וואָס וועלן זיך פֿאַרמעסטן צווישן זיך און וועלן אפֿשר גיכער געפֿינען צווישן זיך אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך צוזאַמענצוריידן זיך און צו לעבן צווישן זיך בשלום — און, אַזוי אַרום, אויפֿצווינגען די מענטשן און די פֿעלקער צו לעבן אין אַ וועלט פֿון שלום. ווער ווייסט... פֿאַנטאַזיע? די ווירקלעכקייט איז הײַנט נישט ווייניקער פֿאַנטאַסטיש.
ביז דעם דיגיטאַלישן שטורעם איז די געזעלשאַפֿטלעכקייט אין ישׂראל געווען טיף אַרײַנגעטאָן אין צוויי עפֿנטלעכע סקאַנדאַלן. ביידע זענען אויסגעבראָכן אין כאַראַקטער פֿון אינטריגעס בײַ ענלעכע אומשטאַנדן און ביידע אויפֿן הויכן ראַנג פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿירערשאַפֿט. און ביידע אין נאָמען פֿון דער הייליקער זיכערהייט: איינער איז נוגע דער זיכערהייט פֿון דער מדינה, און דער אַנדערער — די בירגער פֿונעם לאַנד. צום סוף וועט איינער פֿון די צוויי שפּאַנענדיקע סקאַנדאַלן גאָר גיך פֿאַרגעסן ווערן ווי אַן איבערלויפֿיקער עפּיזאָד אין דער געשיכטע פֿונעם ייִשובֿ; דער אַנדערער וועט זיך נישט לאָזן פֿאַרגעסן און וועט האָבן אַן אויסווירקונג אויף דער ווײַטער צוקונפֿט און אויף דעם כאַראַקטער פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע.
אַזוי ווי אין דער פֿאַרשלעפּטער "פּרשה" פֿון דעם שאַנד־מישפּט קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ, וואָס דער אורטייל קעגן אים דאַרף שוין ענדלעך אַרויסגעטראָגן ווערן אין דרײַ וואָכן אַרום, דעם 28סטן דעצעמבער דאָס יאָר — זײַנען אויך זייערע קרבנות, וואָס טרעטן אויף ווי עדות אין די איצטיקע צוויי סקאַנדאַלן, פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דורך דער קאָמוניקאַציע אין די ראָשי־תּיבֿות פֿון זייערע נעמען: אַן "אלף", אַ "מעמ" און אַ "שין", לויטן געבאָט פֿון דעם געריכט. דער געריכט־פֿאַרבאָט צו פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע פֿולע נעמען האָט צוגעגעבן די דאָזיקע סעריאַלע "פּרשיות" דעם טעם פֿון מיסטעריע — קעגנאיבער דער דיגיטאַלישער היסטעריע...
|
דער גענעראַל יואבֿ גאַלאַנט |
Credit: Getty Images |
די צוויי "נאַציאָנאַלע" סקאַנדאַלן וואָס זײַנען אויסגעבראָכן איינער נאָך דעם אַנדערן, האָבן זיך אָפּגעשפּילט ביידע אויפֿן פֿאָן פֿון דעם פֿאַרמעסט צווישן די קאַנדידאַטן צו די צוויי גאָר הויכע שפּיצן פֿון דער מאַכט: צום אויסוואַל פֿון דעם נײַעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי, מיטן פֿאַרענדיקן די קאַדענץ פֿון דעם ביז־איצטיקן שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב פֿון צה״ל, "רבֿ־אַלוף" (גענעראַל־לייטענאַנט) גבי אשכּנזי, און צום אויסוואַל פֿון דעם נײַעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער פּאָליציי, וואָס אויך זײַן קאַדענץ ענדיקט זיך מיטן אַרײַנטרעטן פֿון דעם נײַעם יאָר. ביידע אויסוואַלן זענען געווען באַגלייט מיט רוישיקע אינטריגעס, וואָס האָבן אויפֿגעטרייסלט די מדינה אויפֿן פֿאָן פֿון די שאַרפֿע רײַבונגען, שׂינאות און קינאות — פֿײַנטשאַפֿטן און אייפֿערדיקייטן, נישט פֿאַרגינערישקייטן און רײַסענישן און אַלטע חשבונות, נישט נאָר צווישן די מחנות פֿון די קאַנדידאַטן צום פֿאַרמעסט, נאָר אויך — און אפֿשר דער עיקר — צווישן די פּאָליטיקער און די גענעראַלן; דהײַנו, צווישן דעם זיכערהייט־מיניסטעריום בראָש מיטן מיניסטער אהוד ברק און דעם גענעראַל־שטאַב בראָש מיטן שעף פֿון שטאַב רב־אַלוף גבי אַשכּנזי.
די פֿאָרמעלע קאַדענץ פֿון דעם קאָמאַנדיר פֿון צה״ל, און אַזוי אויך פֿון דעם פּאָליציי־שעף, איז פֿיר יאָר, אָבער געוויינטלעך ווערט צוגעגעבן נאָך אַ יאָר ווי אַן אויסדרוק פֿון אָנערקענונג פֿאַר זײַן אַרבעט. דעם אויסוואַל פֿון דעם מיליטערישן קאָמאַנדיר מאַכט דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, מיט דער באַשטעטיקונג פֿון דעם רעגירונג־קאַבינעט. די ענלעכע פּראָצעדור הערשט אויך צווישן דעם פּאָליציי־שטאַב און דעם מיניסטער פֿאַר "אינערלעכער זיכערהייט", מיניסטער אַהרונאָוויטש. געוויינטלעך, ווערט די כּוונה פֿון דעם מיניסטער אָנגעמאָלדן באַצײַטנס דעם באַטרעפֿנדיקן שטאַב־שעף, און ווען עס ענדיקט זיך זײַן קאַדענץ, ווערט געגעבן אים און זײַן נאָכפֿאָלגער אַ חודש־אָנדערטהאַלבן פֿאַר צוזאַמענאַרבעט כּדי אַרײַנצופֿירן דעם נאָכפֿאָלגער אין זײַן נײַער פֿונקציע.
אהוד ברק האָט ביז נישט לאַנג גענאָסן פֿון אַ הויכער פּאָפּולאַריטעט ווי דער זיכערהייט־מיניסטער. אָבער ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבודה" און צו יעדער אַנדערער פֿונקציע איז זײַן פּאָפּולאַריטעט צוזאַמען מיט דער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי געפֿאַלן צום נידעריקסטן גראַד. דאַקעגן געניסט רבֿ־אַלוף אַשכּנזי פֿון אַ ברייטער סימפּאַטיע און צוטרוי מצד דער באַפֿעלקערונג אין זכות פֿון זײַן פּשוטער האַלטונג קעגנאיבער ברקס פֿאַרריסנקייט. זינט דער מלחמה אין עזה־פּאַס הערשט אַ "ברוגז" צווישן זיי. ברק האָט אָנגעמאָלדן דעם סוף פֿון אַשכּנזיס קאָמאַנדשאַפֿט בערך אַ האַלב יאָר פֿאַר דער צײַט און אָנגעהויבן עקזאַמינירן די גענעראַלן, כּדי אויסצוקלײַבן פֿון צווישן זיי דעם יורש, געבנדיק אָנצוהערן, אַז זײַן קאַנדידאַט איז דער גענעראַל יואבֿ גאַלאַנט, דער געוועזענער קאָמאַנדיר פֿונעם דרום־פֿראָנט בעת דער אָפּעראַציע "געשמעלצטער בלײַ" אין עזה־פּאַס. צווישן אים און די אַנדערע גענעראַלן, ארײַנגערעכנט גבי אַשכּנזי, האָבן געהערשט ערנסטע חילוקי־דעות. מע האָט אים אויך פֿאָרגעוואָרפֿן איבעריקע אַגרעסיווקייט און נישט עטישע האַנדלונגען, ווי דאָס צואייגענען פֿרעמדן באָדן פֿאַר זײַן פּריוואַטער ווירטשאַפֿט אין דעם מושבֿ אין וועלכן ער וווינט, און אַנדערע אויסנעמלעכע פּריווילעגיעס. ער איז אָבער געווען דער קאַנדידאַט פֿון דעם מיניסטער ברק און האָט געהאַט זײַן פֿולע אונטערשטיצונג.
איז גראָד אין דער צײַט פֿאַרן באַשטימען אים פֿאַר דעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון צה״ל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער טעלעוויזיע אַ געפֿעלשטער דאָקומענט, וואָס האָט געצילט צו דיסקרעדיטירן דעם מיניסטערס קאַנדידאַט. ס’איז געוואָרן אַ טומל, דער פּראָצעס פֿון עקזאַמינירן און אויסקלײַבן דעם נײַעם קאָמאַנדיר איז געוואָרן איבערגעריסן דורך דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג. די גאַנצע מדינה האָט אָנגעהויבן זוכן דעם דאָקומענט ביז ער האָט זיך אָפּגעפֿונען אין דער קעשענע פֿון דעם שעף פֿון צה״ל, וועלכער האָט אים נישט צוגעשריבן קיין חשיבֿות. די פּאָליציי האָט אָבער געזוכט דעם פֿעלשער, אַ הויכער אָפֿיציר אין רעזערוו, אַ צווייפֿלהאַפֿטער פּאַרשוין, וואָס איז בשעתּו באַזײַטיקט געוואָרן פֿון סטאַבילן דינסט. ער האָט אָבער ווײַטער געהאַט אַ פֿרײַען צוטריט אין די ביוראָען פֿון גענעראַל־שטאַב און צו די געהיים־דינסטן און דעם צוטרוי פֿון דעם הויפּט־קאָמאַנדיר. ער האָט זיך מודה געווען אין דער פֿעלשונג און איצט געפֿינט ער זיך אין פֿאָרש־אַרעסט.
און דער גענעראַל יואבֿ גאַלאַנט, ברקס קאַנדידאַט, איז געוואָרן נאָמינירט ווי דער 20סטער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון צה״ל, דער רמט־כּ״ל.
אויך דער צווייטער סקאַנדאַל, אין דעם פּאָליציי־שטאַב, איז אויסגעבראָכן ערבֿ דעם אויסוואַל פֿון דעם נײַעם הויפּט־קאָמאַנדיר, דעם 'מפּכ״ל’. אויך דאָ זענען געווען פֿאַרמישט די זעלבע יצרים פֿון קינאה און רײַבונגען און, דער עיקר, אַלטע חשבונות. און אויך דאָ איז אין צענטער פֿון דער דראַמע געשטאַנען דער הויכער אָפֿיציר מיט די בעסטע שאַנסן צו ווערן דערוויילט אויף דעם הויכן מלוכישן אַמט.
דער "שטאַרקער מאַן" אין דער פּאָליציי איז אָבער געוואָרן געשטרויכלט פֿון זײַנע אייגענע שוואַכקייטן, ווען אין דעם ענין האָט זיך אַרײַנגעמישט דער יצר פֿון סעקס, וועלכער איז געוואָרן דער הויפּט־מחותּן אויף דער דראַמאַטישער חתונה. אַלע עלעמענטן פֿון דער קלאַסישער טעלע־נאָוועלע האָבן געטאַנצט אויף דער דאָזיקער חתונה: אַן אָרגיע פֿון דרײַ אין אַ האָטעל־צימער אין אילת, מיט דעם הויכן אָפֿיציר — דעם קאַנדידאַט צו דעם העכסטן אַמט — מיט צוויי פֿון די דרײַ פֿרויען, וואָס זײַנען דערשינען, ווי געזאָגט, אונטער זייערע געקירצטע נעמען: "א", "ש" און "מ". "אַ", אַ חשובֿע פֿרוי פֿון 48 יאָר מיטן טיטל דאָקטאָר פֿון קרימינאָלאָגיע. זי ווערט געשילדערט ווי אַ שטאַרקע, אַ פֿרײַ־זעלבשטענדיקע פּערזענלעכקייט, וואָס האָט געאַרבעט איבער אַ וויכטיקן פּראָיעקט אין דעם פּאָליציי־מיניסטעריום און האָט דאָרט אַדורכגעמאַכט אַ רײַכע מאַטרימאָניאַלע קאַריערע: געווען דרײַ יאָר פֿאַרבונדן מיט איינעם פֿון די הויכע פּאָליציי־אָפֿיצירן; דערנאָך, האָט זי זיך באַקלאָגט, אַז חגי פּלד, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער פּאָליציי־קאַנצעלאַריע, האָט זי סעקסועל באַלעסטיקט און ער האָט גלײַך דעמיסיאָנירט פֿון זײַן אַמט, כּדי נישט צו זײַן באַטייליקט אין דער טעלע־נאָוועלע. און דער קאַנדידאַט אורי בר־לבֿ, קעגן וועלכן ד״ר א. האָט זיך באַקלאָגט, אַז ער האָט זי געוואָלט פֿאַרגוואַלדיקן.
דעם הויכפּונקט פֿון דער דראַמע האָט די זאַך דערגרייכט אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן "טאָג פֿון קאַמף קעגן גוואַלט אין דער משפּחה", ווען די פֿרוי ד״ר "א", וועלכע איז פֿריִער געוויזן געוואָרן אין דער טעלעוויזיע מיט אַ פֿאַרשטעלט פּנים, האָט איר פּנים אָפּגעדעקט, אויפֿטרעטנדיק ווי אַ העלדין אויף דער גרויסער פֿעמיניסטישער און סאָלידאַרישער מאַניפֿעסטאַציע קעגן דער פֿרויען־דיסקרימינאַציע. "ווען אַ פֿרוי זאָגט ניין, מיינט זי ניין" — האָט זי אויסגעשריִען אונטערן שטאַרקן אַפּלאָז פֿון דעם עולם.
דער שטאָלצער אויפֿטריט פֿון דער פֿרוי, וועלכע באַטראַכט זיך פֿאַר אַ קרבן פֿון דעם מענערישן ווילקיר און מאַטשאָיִזם, האָט אַרויסגערופֿן אַן אַלגעמיינע סימפּאַטיע אין דער היגער געזעלשאַפֿט. עס זײַנען אָבער אויך געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט, אַז פֿרוי ד״ר אורלי אינעס האָט אָפּגעדעקט איר פּנים און דעם נאָמען, אָבער נישט איר אמתן פּרצוף.
מ’וואָלט אפֿשר געקענט אָפּקומען מיט אַ קורצער נאָטיץ אין דער צײַטונג וועגן דער דאָזיקער פּרשה; איינע פֿון די הונדערטער ענלעכע פּאַסירונגען, וואָס רופֿן אָבער אַרויס דעם יצר פֿון נײַגעריקייט און פֿון אַרונטערקוקן אונטער יענעמס קאָלדרע — ווען עס וואָלט נישט אַרויסגערופֿן אַזאַ אומגעהויערן געזעלשאַפֿטלעכן אָפּקלאַנג, און ווען דאָס וואָלט נישט אַרויסגעשפּרונגען גראָד בײַ די ענלעכע אומשטענדן ערבֿ דעם אויסוואַל פֿון דעם נײַעם פּאָליציייִשן הויפּט־קאָמאַנדיר, אַזוי ווי די אינטריגעס אַרום דעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון צה״ל.
דער סקאַנדאַל אין דער אַרמיי, וואָס איז געווען אָן סעקס, האָט אָבער געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ פֿאַרשווערונג, אַ פּוטש. דעריבער קען ער זיך אין דער צוקונפֿט אויפֿוועקן ווי אַ געפֿאַר פֿאַר דער דעמאָקראַטיע. דער טומל אַרום דער פּאָליציייִשער פּרשה וועט זיכער פֿאַרגעסן ווערן אפֿשר אָן אַ שפּור ווי אַ שפּאַנענדיקע לעבעדיקע טעלע־נאָוועלע.
תּל־אָבֿיבֿ, נאָוועמבער 30, 2010