ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, טראָגט די פֿאָריקע פּרשה דעם נאָמען "וישבֿ", "און ער האָט זיך באַזעצט", הגם דאָרטן גייט אַ רייד נישט וועגן יוספֿס סכּנותדיקע פּאַסירונגען ווי אַ מיצרישער שקלאַף און וועגן יעקבֿס עגמת־נפֿש צוליב דעם פֿאַרלוסט פֿון זײַן זון.
פֿונדעסטוועגן, האָבן די דאָזיקע אומרויִקע געשעענישן געבראַכט, בײַם סוף, רו און כּבֿוד צו יעקבֿס משפּחה. ווען יוסף וואָלט נישט פֿאַרקויפֿט געוואָרן קיין מצרים, וואָלט זײַן משפּחה געליטן פֿון הונגער אין ארץ־כּנען. פּאַראַדאָקסיש, איז יוספֿס שקלאַפֿערײַ און זײַנע מעשׂיות מיט חלומות געווען דער אָנהייב פֿון יעקבֿס שפּעטערדיקער מנוחה און זײַן ייִשובֿ־הדעת — דערפֿאַר איז דער נאָמען פֿון דער פֿאָריקער פּרשה טאַקע באַרעכטיקט.
די הײַנטיקע פּרשה, וואָס הייסט "מקץ" — "בײַם סוף" — דערציילט אונדז, ווי אַזוי דאָס איז געשען. ווען יוסף האָט זיך געמאַטערט אין תּפֿיסה, האָט פּרעה דערזען אַ חלום וועגן זיבן דאַרע קי, וועלכע האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, און וועגן זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען, וועלכע האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען.
דער שׂר-המשקים, וועלכער איז נישט לאַנג צוריק אַרויס פֿון תּפֿיסה, האָט דערציילט פּרעהן, אַז ער האָט זיך באַקענט בעת זײַן אַרעסט מיט אַ יונגערמאַן, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן אַ וווּנדערלעכע פֿעיִקייט אָפּצוטײַטשן חלומות. יוסף האָט דערקלערט, אַז די פֿעטע קי און די געראָטענע זאַנגען סימבאָליזירן די קומענדיקע זיבן גערעטעניש-יאָרן, נאָך וועלכער עס וועט קומען אַ שטאַרקער זיבן־יאָריקער הונגער.
יוסף האָט געוואָרנט פּרעהן, אַז מע דאַרף אָנהייבן זאַמלען די תּבֿואה, כּדי איבערצולעבן דעם צוקונפֿטיקן הונגער. צוליב דער דאָזיקער נבֿיאיִשער עצה, איז מצרים געראַטעוועט געוואָרן, און יוסף איז געוואָרן דער מיצרישער שני־למלך — פּרעהס פֿאַרטרעטער און ראַטגעבער.
יוספֿס משפּחה האָט געליטן פֿונעם הונגער אין ארץ־כּנען; יעקבֿ האָט געשיקט אַלע זײַנע זין, אַחוץ בנימין, קיין מצרים, צו קויפֿן דאָרטן תּבֿואה. יוסף האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן מיצרישן באַאַמטן און אַרעסטירט זײַן ברודער, שמעון, וועלכער איז געווען באַטייליקט אינעם פֿאַרקויפֿן אים אין שקלאַפֿערײַ, מיט אַ באַשולדיקונג אין שפּיאָנאַזש.
כּלומרשט כּדי אויסצוקלאָרן, די מעשׂה מיט שמעונס שפּיאָנאַזש־פֿאַרדאַכט, האָט יוסף אויך געפֿאָדערט צו ברענגען קיין מצרים, זײַן באַליבטן ייִנגערן ברודער, בנימין — צו מאַכן זיכער, אַז ער איז אין אָרדענונג. ווי עס ווערט דערציילט אין דער קומענדיקער פּרשה, האָט יוסף זיך איבערגעבעטן מיט זײַנע ברידער און יעקבֿס גאַנצע משפּחה איז שפּעטער אָנגעקומען קיין מצרים, וווּ זיי האָבן דאָרטן רויִק און בכּבֿודיק באַזעצט.
ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, איז די הײַנטיקע פּרשה גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט חנוכּה. דער קליינער אַרמיי פֿון די ייִדישע אויפֿשטענדלער האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿון דער גריכיש־סירישער אימפּערישער מאַכט. יוספֿס מעשׂה ווײַזט אָן, אַז חלומות און אַ שטאַרקע אמונה קאָן אַמאָל אַרויספֿירן אַ שקלאַף פֿון תּפֿיסה, קעגן אַלע שׂכלדיקע חשבונות, און פֿאַרוואַנדלען אים אין אַן אויסלייזער פֿון זײַן גאַנץ פֿאָלק.
ווי מע זאָגט, איז "דער ערשטער כּלל פֿון אַן אַרעסטאַנט — צו אַנטלויפֿן". אַפֿילו אינעם שווערסטן מצבֿ טאָר מען זיך נישט מיאש זײַן, ווײַל די גאולה קאָן קומען אינגאַנצן אומגעריכט, ווי אין אַ חלום. דער נס־חנוכּה איז געווען אויך אַזוי "חלומדיק". די ייִדן האָבן, אַפּנים, בלויז געחלומט בײַם אָנהייב, אַז אַ קליינע גרופּע פֿון אַנטשלאָסענע ייִדישע קעמפֿער וועט פּלוצעם אויפֿקומען און אַראָפּוואַרפֿן די אַנטי־ייִדישע מאַכט.
דאָס וואָרט "קץ" אָדער "קץ־הימים" ווערט אָפֿט אויסגענוצט ווי אַ סינאָנים פֿון משיחס צײַטן — ווי אַ סוף פֿון דער הײַנטיקער היסטאָרישער תּקופֿה און אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער. די מפֿרשים דערקלערן, אַז סײַ יוספֿס באַפֿרײַונג פֿון תּפֿיסה און ווערן אַ שני־למלך, סײַ דער נס-חנוכּה, איז געווען אַ "שטיקל גאולה", דערפֿאַר זענען זיי ביידע פֿאַרבונדן מיט דער סדרה, וואָס טראָגט אַזאַ נאָמען.
דאָס "שטיקל גאולה" האָט אָבער, אין ביידע פֿאַלן, נישט געדויערט לאַנג. דער נײַער פּרעה, וועלכער האָט נישט געקענט יוספֿן, האָט אָנגעהויבן רודפֿן און פֿאַרשקלאַפֿן די ייִדן. הגם יעקבֿ האָט טאַקע אָפּגעלעבט אַ רויִק לעבן אין מצרים, האָבן זײַנע אייניקלעך געליטן פֿונעם ביטערן גלות.
די ייִדישע מלוכה פֿון די חשמונאָים, וועלכע איז אויפֿגעקומען נאָך דעם אויפֿשטאַנד פֿון די מכּבים, האָט זיך אויך באַלד פֿאַרוואַנדלט אין אַ בפֿירושער דיקטאַטור, און אויך כּסדר גערודפֿט געוויסע גרופּעס ייִדן. אינעם תּלמוד ווערן אַלכּסנדר ינאַי און מלכּי־חשמונאָים דערמאָנט ווי אַכזריותדיקע טיראַנען און אינטריגאַנטן.
דאָס וואָרט "חנוכּה" קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי די צוויי ווערטער "חנו כּה" — "זיי האָבן אַזוי אָפּגעריט" אָדער "זיי האָבן אָפּגעריט אין דעם מאָמענט". דער הײַנטיקער יום־טובֿ איז געווידמעט נישט דעם מיליטערישן נצחון, נאָר דעם קורצן "שטיקל גאולה" — דער פֿאַרבײַיִקער דערפֿאַרונג פֿון פֿרײַהייט. אין דעם קורצן היסטאָרישן מאָמענט, האָט דאָס ג־טלעכע ליכט זיך אַנטפּלעקט דורך דער מנוחה, אַחדות און פֿרײַהייט.
די אַכט ליכט פֿונעם חנוכּה־לאָמפּ סימבאָליזירן דעם ציקלישן גאַנג פֿון דער צײַט. נאָך יעדער וואָך, וואָס באַשטייט פֿון זיבן טעג, קומט דער אַכטער טאָג; נאָך זונטיק קומט ווידער זונטיק, און נאָך שבת קומט ווידער שבת. די צײַט דרייט זיך ווי אַ ראָד. די צאָל אַכט סימבאָליזירט אָבער דעם שטענדיקן חידוש־העולם, דעם ג־טלעכן "פּולס", וואָס באַלעבט די גאַנצע וועלט. הגם דער ערשטער און דער אַכטער טאָג פֿון דער וואָך טראָגן דעם זעלבן נאָמען, זענען זיי פֿאָרט נישט די זעלבע. אַזוי ווי אין די מוזיקאַלישע נאָטן, קלינגט די זעלבע נאָט אין איין אָקטאַווע אַנדערש, ווי אין אַ צווייטער.
דער נס־חנוכּה — סײַ דער נס פֿון דער באַפֿרײַונג, סײַ דער נס מיט די ליכט אינעם בית־המקדש — ווײַזט, ווי דאָס ג־טלעכע ליכט אַנטפּלעקט זיך דורך די זוכענישן פֿון ג־טלעכקייט אינעם מענטשלעכן אַחדות און פֿרײַהייט. דאָס וואָרט "קץ" שטאַמט פֿונעם שורש, וואָס מיינט "שנײַדן", און קאָן אויך אָפּגעטײַטש ווערן ווי "אַ מאָמענט".
על־פּי־קבלה, שטעקט אין די חנוכּה־ליכט דאָס באַהאַלטענע ג־טלעכע גאולה־ליכט. ווען מע שטרעבט צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט דורך דער שטרעבונג צום סאָציאַלן יושר, אַחדות און ברידערלעכע באַציִונגען צווישן מענטשן, ווערט יעדער טאָג באַלויכטן מיט אַזעלכע "ליכט־מאָמענטן", מיט נײַע פֿינקלעך פֿון נס־חנוכּה, וואָס ברענגען די גאולה אין דער וועלט.