פֿאַרשײדנס
יצחק (דזשעק) ראַץ
יצחק (דזשעק) ראַץ

פֿונעם 30סטן נאָוועמבער ביזן 8טן דעצעמבער 1941, האָבן די דײַטשן אומגעבאַכט די 30,000 ייִדן וואָס זענען געבליבן אין דער ריגער געטאָ. נאָר עטלעכע הונדערט ריגער ייִדן האָבן איבערלעבט דעם חורבן. די טויזנטער ייִדן אין דער פּראָווינץ פֿון לעטלאַנד האָט מען נאָך פֿריִער אומגעבראַכט. יעדעס יאָר אין דער צײַט קומען זיך צונויף די לעטישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה צו דערמאָנען די טויטע, זייערע משפּחות און נאָענטע. צווישן די אַקטיווסטע אָנטיילנעמער אין די יזכּור־פּראָגראַמען, נישט נאָר אין נאָוועמבער, נאָר אַ גאַנץ יאָר איז דזשעק ראַץ. זײַן אויטאָביאָגראַפֿיש בוך אויף ענגליש "Endless Miracles" [נסים אָן אַ סוף] האָט ער שוין עטלעכע מאָל געדאַרפֿט איבערדרוקן. פֿאַר צענדליקער שולן און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס איז ער תּמיד גרייט צו רעדן וועגן חורבן, וועגן דעם אומקום פֿון די לעטישע ייִדן, וועגן דעם אומקום פֿון זײַן משפּחה און ווי ער האָט זיך געראַטעוועט. לויט די אָפּרופֿן זענען זײַנע אויפֿטריטן פֿאַרן עולם אומפֿאַרגעסלעך.

פֿרײַנד ראַץ האָט אונדז באַזוכט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע און דערציילט וועגן זײַן לעבן און הײַנטיקן שליחות. ער איז געבוירן געוואָרן אין ריגע אין 1927 און געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה אונטערן סאָוועטישן רעזשים, הינטער די פֿאַרמאַכטע טירן. די דײַטשן זענען אַרײַן אין שטאָט דעם 1טן יולי. זײַן מאַמע און אַנדערע ברידער זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין דעם רומומבולי וואַלד דעם 8טן דעצעמבער 1941. דעם טאַטן האָט מען צוגענומען און פֿאַרשיקט אין אַן אַרבעטס־לאַגער אין לענטאַ; ראַץ האָט זיך פֿאַראייניקט מיט אים דאָרטן אין אויגוטס, 1942. ער האָט דורכגעלעבט עטלעכע טויט־מאַרשן און איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער רוסישער אַרמיי אין מאַרץ 1945. קיין אַמעריקע איז ער געקומען אין נאָוועמבער 1947.

ראַץ פֿילט, אַז נאָר די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿונעם חורבן קענען איבערגעבן די טראַגישע געשיכטע — "מיר זענען די דערמאָנערס פֿון די רעגירונגען וואָס האָבן זיך נישט אויפֿגעפֿירט ווי מענטשלעכע לענדער; וועלכע האָבן געשלאָסן די גרענעצן ווען פֿעלקער זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם טויט... דערמאָנערס פֿון דאָקטוירים וואָס האָבן אָנטיילגענומען און אויספּלאַנירט דעם אומקום פֿון ייִדן, ציגײַנער און געליימטע. דערמאָנערס פֿון די טויזנטער מענטשן, וועלכע שכנים האָבן פֿאַרראַטן צו דער געסטאַפּאָ פֿאַר עטלעכע פּעניס אָדער אַ בײַטל צוקער... דער אמת איז אויף אונדזער צד; אָבער מיר מוזן קיין מאָל נישט שווײַגן אין אַ וועלט פֿון שׂינאה און דיסקרימינאַציע. איך גלייב, אַז אַלע פֿעלקער זענען גלײַך אין די אויגן פֿון גאָט און פֿאַר אַלע רעליגיעס דאַרף מען האָבן דרך־ארץ, כּדי צו העלפֿן דער וועלט ווערן אַ וועלט פֿון שלום".

אויסצודריקן זײַן פּײַן און ווייטיק שרײַבט דזשעק ראַץ פּאָעזיע וועגן די אַמאָליקע יאָרן; וועגן זײַנע טאַטע־מאַמע און פֿינף ברידער, וועגן לעבן אין געטאָ, וועגן דעם חורבן בכלל, און אַ ווידעאָ־קאָמפּאַקטל האָט ער אויך אַרויסגעגעבן וועגן זײַנע חורבן־איבערלעבונגען. לאָמיר האָפֿן, אַז יצחק דזשעק ראַץ וועט ווײַטער אָנגיין מיט זײַן ניצלעכער און וויכטיקער אַרבעט.