פֿאַרשײדנס

(אַן אויסצוג פֿונעם בוך צוואַות אָן יורשים: פּסעוודאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן פֿון כוליאָ בן־שמואל)

11טער סעפּטעמבער 2001 — דער טאָג וועט זײַן באַוווּסט אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט, ווי דער טאָג פֿון דעם אָנגריף פֿון די ראַדיקאַלע מוסולמענער אויף די צווילינג־טורעמס אין מאַנהעטן, ניו־יאָרק. אַ וואָך איז אַריבער זינט דער געשעעניש און מיר האָבן כּמעט גאָרנישט אויפֿגעטאָן אַחוץ זיך צוטוליען צום ראַדיאָ, צו דער טעלעוויזיע און די צײַטונגען דאָ, אין ניו־יאָרק, וווּ מיר געפֿינען זיך, טובֿה און איך, צײַטווײַליק. גאַנצענע טעג פֿאָלגן מיר נאָך די אַנטוויקלונגען פֿון אַ היסטאָרישער געשעעניש וואָס שטײַגט איבער יעדע פֿאַנטאַזיע. דאָס איז געשען כּמעט מיט אַ וואָך צוריק. די רוטינע פֿון טאָג טעגלעכן לעבן האָט זיך אָפּגעשטעלט אין ניו־יאָרק און אין גאַנץ אַמעריקע, און האָט פֿאַרשניטן אויך אונדזער דאָ זײַן.

ס׳האָט נישט קיין זין צו באַשרײַבן אַלץ וואָס ס׳איז געשען, ווײַל ממילא וועט דאָס אַלץ ווערן אין גיכן אַ טייל פֿונעם היסטאָרישן רעקאָרד, און וועט דאָקומענטירט ווערן אין דער ברייט און אין דער לענג ביזן סוף פֿון אַלע דורות. איך וועל נאָר דערמאָנען, אַז אין מיטן פֿון מײַנעם אַ געמיטלעכן פֿאַרנאָטירן מײַנע זכרונות האָט זיך פּלוצעם אַרײַנגעריסן, אָן קיין שום וואָרעניש, אַן איבערלעבעניש וואָס האָט געפּלעפֿט די גאַנצע וועלט; אַ פּאַסירונג, וואָס האָט אַנטבלויזט די שׂינאה פֿון ראַדיקאַלן איסלאַם, אַראַבער נישט דווקא פֿון איין איינציק לאַנד, מענטשן וואָס זענען ווערבירט געוואָרן דורך טעראָר־אָרגאַניזאַציעס מיטן צוועק צו הרגענען און צעשטערן לשם מאָרד און פֿאַרניכטונג, מיטן צוועק צו פּאַראַליזירן גאַנץ אַמעריקע.

דאָ וועלן מיר פֿאַרשרײַבן נאָר דאָס וואָס איז געשען מיט אונדז, אָדער נישט געשען מיט אונדז, בלויז אַ פּאָר צענדליק בלאָקן פֿון אויפֿרײַס־אָרט אין אונטערשטן מאַנהעטן. דעם 11טן סעפּטעמבער, פֿאַרן צוזאַמענשטויס פֿון ערשטן עראָפּלאַן מיט דעם צווילינג־טורעם, בין איך געשטאַנען און זיך ראַזירט; 8:40 איז טובֿה געזעסן און געלייענט אַ בוך, און מיט אַ מאָל האָבן מיר ביידע דערהערט נישט קיין געוויינטלעכן גערויש פֿון אַן עראָפּלאַן איבער ניו־יאָרק, וואָס פֿליט זייער נידעריק. מיר ביידע הערן און זעען אַן עראָפּלאַן וואָס פֿליט אַדורך נישט ווײַט פֿון אונדז, אין דער הייך פֿון אונדזער פֿענצטער. טובֿה זאָגט: "אָט דער עראָפּלאַן האַלט בײַם אַראָפּפֿאַלן." איידער איך האָב באַוויזן זיך אויסדרייען און פֿרעגן אַ פֿראַגע האָבן מיר ביידע דערהערט דעם טעמפּן אויפֿרײַס פֿון אַ צוזאַמענשטויס.

מיר האָבן אָנגעשטעלט די טעלעוויזיע און זיך צוגעהערט צו די נײַעס. 9 אַזייגער מיט 3 מינוט האָבן מיר געזען אויפֿן עקראַן וואָס עס קומט פֿאָר. מיר האָבן געמיינט, אַז מיר זײַנען עדות פֿון אַן אַקצידענט, אַז אַן עראָפּלאַן האָט אָפּגעווײַכט פֿון זײַן מאַרשרוט און האָט זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אָן די צווילינג־טורעמס. דער גאַנצער פֿאַל האָט אויסגעזען ווי אַ פֿולקאָמער צופֿאַל... ווי קען דאָס זײַן אַנדערש... אַז אַן עראָפּלאַן וואָס פֿליט אין הימל פֿאַרטשעפּעט זיך פּונקט אַקוראַט אין אַ טורעם וואָס פֿון אויבן זעט אויס ווי אַ ציינשטעכער וואָס שטייט אין דער לופֿטן... דער עראָפּלאַן פֿליט דאָך ראַפּטום גיך און דער צווילינג־טורעם שטייט אויסער זײַן מאַרשרוט... און באַלד האָבן מיר געזען אויפֿן עקראַן ווי דער צווייטער עראָפּלאַן דערנענטערט זיך צום דרומדיקן צווילינג־טורעם... און אין דער רגע ווען אויך ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין צווייטן טורעם, האָבן מיר דערהערט אַ מין עקספּלאָזיע, און פֿון דעם מאָמענט און ווײַטער זײַנען מיר געבליבן זיצן צוגעשמידט צו דער טעלעוויזיע און זיך פֿון איר נישט אָפּגענייגט כּמעט במשך פֿון צוויי מעת־לעתן, און אין דער זעלבער צײַט געהערט ראַדיאָ.

אין יענעם טאָג זענען מיר שוין נישט געגאַנגען אין ייִוואָ, פֿאַקטיש איז דאָרט קיינער נישט געווען, און אויף צו מאָרגנס, מיטוואָך, איז ייִוואָ געווען פֿאַרמאַכט, ס׳האָט נישט געהאַט קיין זין צו גיין אַהין. מיר זײַנען געבליבן אין האָטעל, אַראָפּ אין דרויסן, אַרומגעגאַנגען אויף די גאַסן, געפּרוווּט אָנהאַלטן עפּעס אַ לעבנס־רוטינע. אָבער דעם צווייטן טאָג האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין דער לופֿטן אַ ריח פֿון פֿאַרברענטע עלעקטרישע דראָטן, צוזאַמען מיט אַ ריח ווי פֿון אָפּגעברענטע גומענע רייפֿן פֿון אויטאָמאָבילן; אַ שרעקלעכער געשטאַנק פֿאַרמישט מיט ברענענדיקן נאַפֿט. דער ריח האָט געשוועבט אויף די פֿליגלען פֿון אַ וואָלקן, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער אונדזערע קעפּ. בעתן ערשטן טאָג האָבן מיר געהאַט מזל, ווײַל עס האָט געהערשט אַ צפֿון־ווינט, וואָס האָט געבלאָזן פֿון צפֿון צו דרום אין דער ריכטונג פֿון האָדסאָן־טײַך, און דער רויך פֿון די שׂרפֿות האָט אונדז אויסגעמיטן. אָבער צו מאָרגנס האָט זיך געביטן די ריכטונג פֿון ווינט און זיך פֿאַרקליבן אין אונדזער ריכטונג. אין יענער צווייטער נאַכט זײַנען מיר געשלאָפֿן מיט פֿאַרמאַכטע פֿענצטער. אַ מזל וואָס אין אונדזער האָטעל איז געווען אַ לופֿטקילונג־סיסטעם.

אויפֿן דריטן טאָג, דאָנערשטיק, זענען מיר געגאַנגען צו פֿוס 14 בלאָקן, ווײַל זינט דעם אומגליק מיט די צווילינג־טורעמס זענען פֿאַרבאָטן געוואָרן פֿאַרקער־מיטלען צו פֿאָרן אין אונדזער ראַיאָן אויף דער פֿינפֿטער אַוועניו, אין דרום־טייל נאָך דער 16טער גאַס, וווּ ייִוואָ איז געשטאַנען. נישט קיין סאָבוויי, נישט קיין אויטאָבוסן, נישט קיין טאַקסי — אַלע האָבן זיך גערירט צו פֿוס. מענטשן זײַנען געווען געצוווּנגען זיך צו באַשיצן פֿון שווערן נעפּלדיקן קויטיקן אָפּפֿאַל אין דער לופֿטן. אין די גאַסן האָבן מיר באַמערקט אייניקע מענטשן מיט מאַסקעס אויף זייערע פּנימער, אָדער אַזוינע וואָס שיצן זיך מיט טיכלעך פֿאַרוואָרפֿן איבער דער נאָז.

אין יענע ערשטע טעג זײַנען מיר אַרומגעגאַנגען אין די גאַסן, און געפֿילט ווי מיר וואָלטן געווען אין ירושלים יום־כּיפּור, גייענדיק נישט דווקא אויפֿן טראָטואַר נאָר אין מיטן גאַס, אָן אויטאָמאָבילן, מיט זייער ווינציק מענטשן, און אַ מאָדנע אומגעוויינטלעכע שטילקייט וואָס האָט געוועלטיקט איבעראַל. פֿאַר די ניו־יאָרקער איז עס געווען ממש אַן אומגלייבלעכע סצענע נישט פֿון דער וועלט, צו זען עראָפּלאַנען F-16 און אַנדערע קריגס־עראָפּלאַנען — די איי־וואַקסן — פֿליִען אין די הייכן, צוזאַמען מיט העליקאָפּטערן איבער זייער שטאָט. די גאַנצע אַמעריקאַנער פֿאַרטיידיקונגס־קראַפֿט מיט איר לופֿטוואָפֿן איז געקומען צו באַשיצן ניו־יאָרק, נאָך אַלעמען. מענטשן האָבן אויפֿגעהויבן זייער בליק צום הימל, דאָס אַלץ באַטראַכט און נישט געקענט גלייבן זייערע אייגענע אויגן.

מיר זײַנען נישט געווען פֿאַרדאגהט, אָבער מיר האָבן אָנגעהויבן אויסרעכענען ווי אַזוי ס׳וועט מעגלעך זײַן אַוועקצופֿליִען קיין קאַליפֿאָרניע, פֿרײַטיק דעם 14טן סעפּטעמבער, ווי פּלאַנירט. מיר האָבן געהאַט געפּלאַנט פֿאָרן באַזוכן פֿרידל און מײַקל באַומאַן, אונדזערע חבֿרים פֿון קאַליפֿאָרניע, און דאָ — גלײַך נאָך דעם אָנגריף — האָט מען פֿאַרשלאָסן אַלע אַמעריקאַנער פֿליפּלעצער און יענעם פֿרײַטיק זענען זיי נאָך אַלץ געווען פֿאַרמאַכט. אַלע אונדזערע פּלענער האָבן זיך אָנגעהויבן ענדערן פֿון יענעם מאָמענט אָן.

מאָרגן איז ראָש־השנה און מיר האָבן געפֿילט, אַז דאָ, אין ניו־יאָרק, ענדיקט זיך אונדזער מיסיע. מאָרגן גייען מיר צו די שטריגלערינס, צו דעם שרײַבערס אַלמנה און זײַן טאָכטער, און ימים־נוראָים וועלן מיר זײַן בײַ בנימין מלמד און זײַן פֿרוי אַנאַ (אַנעטאַ פֿאַר די היימישע), מיט זייער זון איתן און טאָכטער יעל מיט וועמען מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין ירושלים מיט אַ יאָר צוריק. דאָ אין ניו־יאָרק האָבן מיר זיך שוין געטראָפֿן אַ פּאָר טעג פֿאַרן אומגליק. בנימין און זײַן משפּחה זײַנען אונדזערע קרובֿים, ער און איך זײַנען מיר שוועסטער־קינדער שלישי בשלישי. אַ טאָג פֿאַר אונדזער צוריקפֿאָרן קיין ירושלים האָבן מיר געפּלאַנט זיך צו טרעפֿן מיט אַלאַן (אַבֿרהם) מענדעלסאָן, מײַן גוטער חבֿר זינט די לעצטע 40 יאָר, פֿון דער צײַט, ווען מיר האָבן געוווינט אין איין צימער אין סטודענטן־היים פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין גבֿעת־רם. אַבֿרהם מענדעלסאָן איז פּראָפֿעסאָר פֿון פילאָסאָפֿיע אין מעק־מאַסטער־אוניווערסיטעט פֿון האַמילטאָן (אָנטאַריאָ), אין קאַנאַדע, וועט ער טאַקע קומען קיין ניו־יאָרק ווי געפּלאַנט, אַפֿילו ווען אַ טאָג שפּעטער וועלן מיר שוין אַוועקפֿאָרן צוריק, פֿריִער ווי פֿאָרויסגעזען.

וועגן "סעפּטעמבער אילעווען" וויל איך נישט דערציילן קיין געשעענישן וועלכע וועלן זיכער באַשריבן ווערן אין די צײַטונגען אַ סך בעסער און מיט מער פּרטים. אָבער פֿון מײַן קוקווינקל איז דאָ וואָס צו דערציילן וועגן דעם וואָס איז אפֿשר נישט גענוג בולט באַמערקט געוואָרן דאָ אין אַמעריקע, אָפּשאַצונגען און איין מעשׂה וואָס איך האָב געהערט צוויי פֿאַר טאָג אין ראַדיאָ, מיט צוויי טעג צוריק.

בעת די עראָפּלאַנען זײַנען געפֿלויגן מיט זייערע פּאַסאַזשירן צום טויט, איז געשען עפּעס אין פֿערטן עראָפּלאַן, וואָס איז ראוי צו דערציילן. אין דעם פֿערטן עראָפּלאַן וואָס האָט, ווי עס ווײַזט אויס, געדאַרפֿט קראַכן אינעם "ווײַסן הויז" אַרײַן, האָבן די פּאַסאַזשירן באַקומען אַ געלעגנהייט אָנצוקלינגען צו זייערע נאָענטע און זיך געזעגענען מיט זיי, לויט ווי די טעראָריסטן האָבן זיי באַפֿוילן. איך בין זיכער, אַז אָט די טעלעפֿאָנישע לעצטע געשפּרעכן וועלן נאָך אויפֿטויכן אין דער פֿאָרעם פֿון מעשׂיות און לעגענדעס און די שמועסן מיט אַלע זייערע פּרטים וועלן צונויפֿגעזאַמלט און עווענטועל אָפּגעדרוקט ווערן. איך בין זיכער, אַז מע וועט דרייען פֿילמען און ביכער וועלן געדרוקט ווערן, אין וועלכע מע וועט פּרוּוון מיט אַ גרעסערן אָדער קלענערן טאַלאַנט צו דאָקומענטירן אַלץ וואָס ס׳איז געשען. אָבער די מעשׂה וואָס איך האָב געהערט אין ראַדיאָ איז נישט קיין מעשׂה נאָר אַ הוילער אמת; אַן עדותשאַפֿט בנוגע איין משפּחה, וואָס האָט זיך געזעגנט דורכן טעלעפֿאָן מיט איינעם פֿון אירע מיטגלידער, וואָס איז געווען אויפֿן פֿערטן עראָפּלאַן. דאָס איז די דערציילונג פֿון דזשערעמי גליק, אָדער בעסער געזאָגט ירמיהו גליק, און דאָס וועל איך דערציילן ווי איך אַליין האָב עס געהערט.

אָבער פֿריִער וויל איך מקדים זײַן און ברענגען אַ זאָג וואָס רעזומירט דעם מהות פֿון שרעקלעכן קאָנפֿליקט, אין וועלכן די אַמעריקאַנער און די גאַנצע וועלט (אונדז ייִדן, וואָס וווינען אין ישׂראל, אַרײַנגערעכנט) איז פֿאַרקניפּט און פֿאַרבונדן מיט דעם אַראַבישן טעראָר; דער עיקר, דער טעראָר פֿון ראַדיקאַלן איסלאַם, וועלכער טענהט אַז נאָר די ליידן פֿון די מוסולמענער אויף דער וועלט, צוזאַמען מיט זייער געפֿיל ווי אַ גערודפֿטע קולטור — בלויז דאָס איז גענוג צו באַרעכטיקן די טעראָר־מעשׂים וואָס ווערן געטאָן אין נאָמען פֿון זייער גאָט און זייער רעליגיע. מע זאָגט, אַז די פּראָבלעמאַטישע באַציִונג צו דער אַראַבישער און מוסולמענישער וועלט, נאָך דעם וואָס עס איז געשען, ווערט פֿאָרמולירט אין דער קומענדיקער לאָגישער פּראָפּאָזיציע: "עס איז אמת, אַז נישט אַלע מוסולמענער זײַנען טעראָריסטן, פֿאַרכאַפּער פֿון עראָפּלאַנען און רוצחים — אָבער עס איז אויך אמת, אַז אַלע טעראָריסטן, די פֿאַרכאַפּער און מערדער אויף די פֿיר עראָפּלאַנען זײַנען געווען מוסולמענישע אַראַבער."

אַרום 5 מינוט פֿאַר 10 אין דער פֿרי, דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, האָט געקראַכט דער פֿערטער עראָפּלאַן אין דער אומגעגנט פֿון פּענסילוועניאַ, און נישט דערגאַנגען צו זײַן ציל. מע מיינט, אַז אויך אָט דער עראָפּלאַן, וועלכער איז ענדגילטיק נישט אַרויפֿגעפֿאַלן אויף אַ בנין אָדער אַן אַנדער סימבאָל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז געווען געקירעוועט מיטן ציל וואָס די טעראָריסטן האָבן באַשטימט — אַרײַנצוקראַכן אים אינעם "ווײַסן הויז".

דער דאָזיקער פֿערטער עראָפּלאַן וואָס האָט געקראַכט אויף אַן אומבאַוווינטן שטח, אין אַ לאַנדווירטשאַפֿטלעכן געביט, האָט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך און שטעלט מיט זיך פֿאָר ביז הײַנט אַ רעטעניש. אַלע פֿרעגן פֿאַר וואָס ער האָט געקראַכט אין מיטן אַ פֿעלד און נישט אַטאַקירט דעם געפּלאַנטן ציל זײַנעם. מע האָט אָנגעהויבן צונויפֿזאַמלען די רעקאָרדירונגען פֿון די שמועסן פֿון די פּאַסאַזשירן אויפֿן פֿערטן עראָפּלאַן מיט זייערע קרובֿים און מען האָט אָנגעהויבן פֿאַרקניפּן און פֿאַרבינדן איין פּרט מיטן צווייטן, איין געשפּרעך מיטן אַנדערן, כּדי צו פּרוּוון פֿאַרשטיין וואָס עס איז געשען. איך וועל דאָ ברענגען דאָס וואָס איז געשען מיט דזשערעמי גליק, אַ יונגער טאַטע, 31 יאָר אַלט, און זײַן פֿרוי ליזאַ אויך 31 יאָר אַלט, וועלכע האָט זיך דורכגערעדט מיט אים אין טעלעפֿאָן בעת דעם פֿלי פֿונעם עראָפּלאַן. זי האָט זיך געפֿונען אין דער צײַט בײַ אירע עלטערן אין שטוב, צוזאַמען מיט זייער ערשט געבוירן עופֿעלע. ער איז געפֿלויגן מיט דעם פֿלי נומער 93 פֿון "יונײַטעד ערלײַנס". צוויי פֿאַר טאָג האָב איך מיט צוויי טעג צוריק זיך צוגעהערט צום ראַדיאָ ווי אַ רעפּאָרטערין אינטערוויויִרט ליזאַן, וועלכע דערציילט וועגן דעם לעצטן געשפּרעך אירן מיט איר מאַן דזשערעמי גליק, אַ שמועס וואָס האָט אָנגעהאַלטן אַרום 20 מינוט, לויט ווי ליזאַ דערציילט. איך וועל פּרוּוון איבערחזרן און איבערגעבן די פּרטים פֿון דעם ראַדיאָ־שמועס אַקוראַט ווי איך האָב אים געהערט.

דזשערעמי גליק מיט זײַן קינד
דזשערעמי גליק מיט זײַן קינד

ליזאַ זאָגט: איך בין געווען בײַ מײַנע עלטערן אין שטוב בעת מיר האָבן געהערט וועגן אָנגריף אויפֿן פּענטאַגאָן, אויף די צווילינג־טורעמס אין ניו־יאָרק. מיר האָבן געוווּסט, אַז דזשערעמי געפֿינט זיך אויפֿן פֿלי נומער 93 וואָס פֿאָרט בכלל קיין סאַן־פֿראַנציסקאָ. אין דער זעלבער צײַט, ווי מיר הערן זיך צו צו אַלץ וואָס עס געשעט צווישן 8:45 און 9:30 אין דער פֿרי, האָבן מיר זיך געטרייסט קלערנדיק, אַז דזשערעמי געפֿינט זיך אויף אַ זיכערן עראָפּלאַן, וואָס פֿליט קיין סאַן־פֿראַנציסקאָ; ער איז שוין זיכער אָפּגעפֿלויגן און זיך דערווײַטערט פֿון דער סכּנה. דווקא דעמאָלט, אַ פֿערטל צו צען, אַ קלונג פֿונעם טעלעפֿאָן. דזשערעמי געפֿינט זיך פֿון דער אַנדערער זײַט ליניע און שמועסט מיט מיר פֿון זײַן עראָפּלאַן. מיר האָבן אָנגעהויבן רעדן צווישן זיך, און ער האָט מיך געפֿרעגט — זאָגט ליזאַ — צי איז עס אמת אַז צוויי עראָפּלאַנען האָבן זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די צווילינג־טורעמס? און ליזאַ דערקלערט דער רעפּאָרטערין, אַז זי האָט אויף אַ רגע זיך געקווענקלט וואָס צו ענטפֿערן. זי האָט געטראַכט בײַ זיך, אַז אויב זי וועט זאָגן דעם אמת, וועט איר מאַן דאָס אפֿשר אָננעמען מיט אַ שווערן געמיט, און וועט אָנהייבן אַרויסדרינגען דערפֿון מסקנות וועגן אַלץ וואָס עס געשעט. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זי נישט געוואָלט אים זאָגן אַ ליגן, און זי האָט געענטפֿערט אַז — יאָ, עס איז אַן אמת.

ווי עס זעט אויס האָט דזשערעמי אָנגעהויבן פּאַמעלעך צו פֿאַרשטיין אַז מיט אים און זײַן עראָפּלאַן געשעט עפּעס ענלעכס. ער האָט דערציילט ליזאַן, אַז די טעראָריסטן האָבן אים און די אַנדערע פּאַסאַזשירן דערלויבט רעדן דורכן טעלעפֿאָן און אַז אין זײַן עראָפּלאַן געפֿינט זיך איינער פֿון די טעראָריסטן מיט עפּעס אַ רויטער פּושקע (פֿון אַן אַנדער קוואַל האָב איך געהערט אין ראַדיאָ, אַז דאָס איז געווען אַ טעראָריסט וואָס איז געשטאַנען מיט אַן אויפֿרײַס־גאַרטל און באַוואַכט די פּאַסאַזשירן, בעת צוויי אַנדערע טעראָריסטן האָבן באַזײַטיקט דעם פּילאָט און פֿאַרנומען זײַן אָרט). דזשערעמי גליק האָט גענומען צונויפֿבינדן צו ביסלעך איין פּרט מיטן אַנדערן, אָבער ער האָט גערעדט רויִק, ווי אַרום אים וואָלט גאָרנישט געשען, און ליזאַ, זײַן ווײַב, דערציילט דער רעפּאָרטערין אַז אויך זי האָט רויִק גערעדט, אָן אַרײַנפֿאַלן אין קיין שום היסטעריע, ווײַל זי האָט נישט געוואָלט פֿאַרערגערן איר מאַנס געמיט, און ער פֿון זײַן זײַט האָט זיך צוריקגעהאַלטן כּדי איר נישט אַרײַנצופֿירן אין אַ פּאַניק־שטימונג... און אַזוי זײַנען זיי ביידע געזעסן, ער אין עראָפּלאַן און זי אין אַ שטוב, און גערעדט צווישן זיך...

און ווײַטער זאָגט ליזאַ צו דער רעפּאָרטערין, אַז אין דעם מאָמענט ווען דער שמועס צווישן איר און איר מאַן האָט זיך אָנגעהויבן, איז איר מאַמע אַוועקגעלאָפֿן צו אַן אַנדער טעלעפֿאָן און אָפּגערופֿן דעם נומער 911, דאָס איז דער טעלעפֿאָן־נומער צו קלינגען אין אַ נויטפֿאַל; זי רעדט מיטן זיכערקייטס־דינסט און דעם געהיימדינסט — זי דערציילט זיי וואָס עס קומט פֿאָר. זיי האָבן תּיכּף־ומיד זיך צוגעלאָנטשעט, כּדי אונטערצוהערן דעם געשפּרעך צווישן דזשערעמי און ליזאַן — זיי זײַנען נישט געווען מסוגל צו רעדן מיט זיי, אָבער זיי זײַנען געווען אימשטאַנד צו הערן וואָס זיי רעדן צווישן זיך.

דזשערעמי באַשרײַבט דעם מצבֿ אויף זײַן עראָפּלאַן און זאָגט, אַז דער איינציקער וואָפֿן וואָס ער פֿאַרמאָגט איז אַ טעמפּער מעסער צו שמירן פּוטער אויפֿן ברויט פֿונעם פֿרישטיק. ער האָט איר אויך דערציילט, אַז אַ פּאָר פּאַסאַזשירן אין עראָפּלאַן האַלטן בײַם אָפּשטימען, צי מע זאָל זיך אַרויפֿוואַרפֿן אויף די פֿאַרכאַפּער, צי נישט. ווי עס זעט אויס, האָבן דזשערעמי און די אַנדערע פּאַסאַזשירן פֿאַרשטאַנען, אַז דרײַ עראָפּלאַנען האָבן שוין געטראָפֿן אין זייער ציל, און אַז ער און די אַנדערע פּאַסאַזשירן געפֿינען זיך אין אַ פֿערטן עראָפּלאַן וואָס דאַרף אויך דינען ווי אַ טויט־וואָפֿן, און זיי האָבן באַשלאָסן אָפּצוגעבן זייער לעבן פֿאַר אַ טײַערן פּרײַז. דאַן זאָגט דזשערעמי צו ליזאַן, זײַן ווײַב, ווי ער וואָלט זיך געזעגנט מיט איר: "זיי האַלטן בײַם אָפּשטימען, וואַרט אַ רגע, איך קום באַלד צוריק..." ליזאַ זײַן ווײַב האָט עס נישט געקענט אויסהאַלטן און האָט איבערגעגעבן דאָס טרײַבל איר טאַטן.

דאָ ווערן די געשעענישן ווײַטער דערציילט פֿון איר טאַטן, וועלכער באַטאָנט, אַז מיט אַ מאָל איז געוואָרן שטיל אויף דער ליניע אין פֿאַרלויף פֿון אַ דרײַ מינוט, און דעמאָלט האָט ער דערהערט דאָרט אינעווייניק געשרײַען און געוואַלדן, אַ ליאַרעם און ווידער אַ שטילקייט, און נאָך איין מינוט — ווי אַ וווּלקאַן וואָלט אויפֿגעריסן... ער האָט נאָך אַ מאָל דערהערט געשרײַען און געוואַלדן, ווי אַ מין אַטאַקירנדיקע כוואַליע וואָס צעשטערט אַלץ וואָס זי טרעפֿט אויף איר וועג, און אַ לענגערע שטילקייט האָט זיך באַזעצט אויף דער ליניע און מער האָט ער גאָרנישט געהערט...