פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָאַ סר, די לעצטע רעדנערין אויף דער אונטערגייענדיקער שפּראַך באָ, די שפּראַך פֿון אַדאַמאַן־אינדזלעך אין אינדישן אָקעאַן
באָאַ סר, די לעצטע רעדנערין אויף דער אונטערגייענדיקער שפּראַך באָ, די שפּראַך פֿון אַדאַמאַן־אינדזלעך אין אינדישן אָקעאַן

בײַ לײַטן איז לעצטנס אָנגענומען געוואָרן, אַז גאָר אַ סך לשונות האַלטן אין איין אויסשטאַרבן, ממש במהרה־בימינו, טאַקע פֿאַר אונדזערע אויגן. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָבן טייל געניטע אָבסערוואַטאָרן באַמערקט ווי נײַע לשונות ווערן גאָר געבוירן! אַ באַווײַז האָט איר: די אַגענטור וואָס פֿאַרנעמט זיך יאָר אײַן און יאָר אויס מיט ציילן די לשונות פֿון דער גאָרער וועלט און די צאָלן פֿון זייערע רעדנערס, דהײַנו: די The Summer Institute of Linguistics, האָט במשך דעם איצטיקן יאָרצענדלינג אָפֿט געפֿונען, אַז די צאָל לשונות אויפֿן וועלטקוגל פֿאַרגרעסערט זיך און ווערט גאָר ניט קלענער! ווי קען דאָס גאָר אַפֿילו געמאָלט זײַן אין אַ תּקופֿה ווען די שפּראַכיקע שוואַרצזעערס פֿון דער מאָדערנער וועלט האַלטן נאָר אין איין "קראַקען" זייער אונטערגאַנג־ליד? ווי זינגט זיך איינע פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס באַקאַנטסטע לידער "די שוואַרצע וואָראָנעס זיי ווערן ניט מיד, צו זינגען און קראַקען דאָס אייגענע ליד!" אַזאַ חוצפּה און אַזאַ העזה, צו ווידערשפּעניקן אינעם אָנגענומענעם דעת־הכּל!

אָבער, ווי עס טרעפֿט ניט זעלטן, איז זיך דער דעת־הכּל אין דעם פֿאַל אַ קאַפּעטשקע טועה געווען. די הויפּט־צרה אין אָט דער פֿאַרבינדונג איז, וואָס די לינגוויסטיק קען ניט אײַנשטעלן קיין קלאָרע, פּינקטלעכע עקזאַקטע גרענעץ צווישן לשונות און לשונותלעך, דאָס הייסט, צווישן שפּראַכן און דיאַלעקטן. צי זענען די אַלע גרעסערע, אַזוי־גערופֿענע "דיאַלעקטן" פֿון כינע (וואָס יעדע איינע פֿון זיי ווערט גערעדט פֿון שווערע מיליאָנען מענטשן), טאַקע "בלויז דיאַלעקטן", אָדער צי זענען זיי גאָר ראָוי דערהייבן צו ווערן צו דער מדרגה פֿון שפּראַכן? אין אייראָפּע איז דעניש, אַ לשונדל פֿון ווייניקער ווי 10 מיליאָן רעדנער, אַ פֿולשטענדיק לשון; מיט אַלע לשונות גלײַך. אָבער קאַנטאָנעזיש, להיפּוך, מיט הונדערטער מיליאָנען רעדנער, ווערט בלויז באַטראַכט ווי אַ דיאַלעקט. וווּ איז יושר? וווּ איז אומפּאַרטיייִשקייט? די שפּראַכן פֿון סקאַנדינאַוויע (דעניש, שוועדיש, נאָרוועגיש און איסלאַנדיש) קענען זיך אָפֿט אַ סך גרינגער איינער דעם אַנדערן קעגנזײַטיק פֿאַרשטיין בעל־פּה, ווי די אַזוי־גערופֿענע דיאַלעקטן פֿון כינע, וואָס זענען לחלוטין ניט פֿאַרשטענדלעך בעל־פּה איינער פֿאַר די אַנדערע און זיי זענען אויך ניט פֿאַרשטענדלעך פֿאַר מאַנדאַרין, דאָס הייסט, פֿאַר דער אָפֿיציעלער הויפּטשפּראַך פֿון כינע. פֿאַרקערט, בכּתבֿ איז דער חילוק צווישן די סקאַנדינאַווישע לשונות גאָר אַ סך אָנזעעוודיקער ווי די אונטערשיידן צווישן דעם רובֿ־מנין־ורובֿ־בנין פֿון די כינעזישע דיאַלעקטן (דאָס הייסט, דעמאָלט ווען זיי באַנוצן זיך כּמעט מיט די זעלבע "שרײַב־כאַראַקטערן").


וואָס זשע הייסט עס?

ס׳הייסט, אַז ווען עס גייט אין דער צאָל לשונות אויף דער גאַנצער וועלט, קען מען זיך ניט פֿאַרלאָזן ניט אויף דער ענלעכקייט צווישן די וואַריאַנטן בעל־פּה, ניט אויף דער ענלעכקייט צווישן די וואַריאַנטן בכּתבֿ. וואָס זשע בלײַבט אונדז איבער כּדי פֿאָרט צו דערגיין צי די צאָל לשונות שטײַגט, צי פֿאַלט? אייניקע מבֿינים לייגן פֿאָר, אַז מען זאָל אַרײַננעמען אין קאָן די עטנישע אידענטיטעטן (די באַגריפֿן וועגן זייער אייגענער פֿאָלק־"צוגעהעריקייט") פֿון די מענטשן אין וועמענס שפּראַכן עס גייט די רייד. איז דאָס אפֿשר ניט קיין שלעכטע עצה.

דער גרויסער לינגוויסט שלמה בירנבוים האָט אויך געטענהט, אַז ייִדיש קען מען ניט באַטראַכטן ווי אַ מין דײַטש, ווײַל די צוויי באַפֿעלקערונגען האַלטן זיך בײַ גאָר באַזונדערע באַגריפֿן וועגן זייער פֿאָלקס־"אָנגעהעריקייט". אָבער, ווי אונדזערע כינעזישע בײַשפּילן האָבן שוין באַוויזן, קען מען זיך ניט פֿאַרלאָזן אויפֿן ערשטן (פֿאָלקס־אָנגעהעריקייט) כּדי צו באַווײַזן דאָס צווייטע (שפּראַך/דיאַלעקט־סטאַטוס). צווייטנס, זענען זיי ביידע גלײַך "פּערספּעקטיוואַל", דאָס הייסט, זיי פֿאַרלאָזן זיך אויף די מיינונגען און אויף די קולטור־געוווינהייטן און איבערצײַגונגען פֿון די וועמען מען פֿרעגט אויס. דער גרויסער ראָמאַנטישער פֿילאָסאָף יאָהאַן הערדער (פֿון אָנהייב 19טן יאָרהונדערט) האָט אויך געהאַלטן, אַז דאָס לשון באַשטימט "פֿאָלק־צוגעהעריקייט". איצט ווייסן מיר גאַנץ קלאָר, אַז לכל־הפּחות הײַנט־צו־טאָג קענען מיר אַזאַ צוגאַנג ניט אָננעמען. אויב יאָ, וואָלטן דאָך אַלע איבער דער וועלט וואָס נעמען אָן ענגליש ווי זייער ריידשפּראַך ("אומגאַנגשפּראַך") געדאַרפֿט באַטראַכט ווערן ווי "ענגלענדער" און דאָס איז דאָך קלאָר אַן אַבסורד! פּונקט אַזוי זענען די אַלע, וואָס רעדן הײַנט רוסיש ווי אַ פּועל־יוצא פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — ניט קיין רוסן; פּונקט ווי די אַלע, וואָס רעדן הײַנט העברעיִש אין ישׂראל זענען דערמיט ניט קיין ייִדן, אָדער ישׂראלים. אפֿשר ווען די הלכה וואָלט זיך געווען פֿאַרנומען מיט שפּראַכצענזוסן און ניט מיט פֿאָלקס־ציילונגען וואָלט אָט דער ענין איצט אַנדערש אויסגעזען.


"אָביעקטיוו גערעדט"

דערווײַל מוזן מיר זיך מודה זײַן, אַז ס׳איז ניט פֿאַראַן קיין באמת אָביעקטיווער און פֿאַרלאָזלעכער ענטפֿער אויף דער אויבנאויפֿיק פּשוטער פֿראַגע: וויפֿל שפּראַכן רעדט מען הײַנט אויף דער וועלט? און, דעריבער, אויך ניט אויף אַנדערע פֿראַגעס; למשל, וועגן דעם צי מער לשונות שטאַרבן הײַנט ווי אַ מאָל, אָדער מער וויפֿל עס ווערן הײַנט געבוירן. אייגנטלעך, ליגט דער איינציקער מער־ווייניקער סטאַבילער ענטפֿער אויף אַזעלכע פֿראַגעס גאָר ניט אין אונדזערע הענט, נאָר אין די הענט פֿון די כינעזער, די הינדוסן און די אַראַבער.

אָט די דרײַ אָקאָרשט אויסגערעכנטע פֿעלקער דאַרפֿן בײַ קיינעם קיין רשות און קיין עצה ניט פֿרעגן. זיי קענען זייער גרינג אַליין באַשליסן (בהסכּם מיט זייערע אייגענע אָנגענומענע פּרינציפּן פֿון דערגיין צו פּאָליטיש־קולטורעלע באַשלוסן) אַז די אַלע ביז־איצטיקע דיאַלעקטן פֿון כינע, אינדיע און איסלאַם זענען גאָר סאַמעראָדנע לשונות. וואָס דען האָבן לעצטנס געטאָן די צעקריגטע קראָאַטן און סערבן (וואָס האָבן אַמאָל, אַמאָל, אַלע געגאָלטן ווי רעדנערס פֿון סערבישע דיאַלעקטן), דער עיקר, אין שײַכות מיט די באָסניער און די מאָנטאָנעגרער? אין משך פֿון אַ האַלבן יאָרהונדערט זענען פֿון איין לשון געוואָרן צוויי, און דערנאָך פֿיר, און אויב קאָסאָוואָ וועט בקרובֿ ווערן אַ פֿאַרזיכיק מלוכהלע, וועט נאָך זײַן פֿינף! ווען דאָס זעלבע זאָל ווען עס איז געשען אין כינע, אינדיע און אין דער אַראַבישער וועלט, וואָלט די צאָל פֿאַרשיידענע לשונות מיט אַ מאָל זיך פֿאַרמערט כאָטש מיט עטלעכע הונדערט מער ווי די צאָל וואָס ווערן אָנגענומען איצט (ווען מען שאַצט אַן ערך 7,300 לשונות אַרום און אַרום). דער פּאָליטישער באַשלוס איז אָפֿט דער דעצידירנדיקער, ניט געקוקט אויף קולטורעלע היסטאָריעס און איבערצײַגונגען.


דער פֿאַרכּישופֿטער קרײַז פֿון אויפֿגאַנג און אונטערגאַנג

דאָס אונטערגיין פֿון אַ לשון קען ניט סתּם אויטאָמאַטיש צוגערעכנט ווערן צו דער וואַקסנדיקער גלאָבאַליזירונג און אורבאַניזירונג פֿון ווײַטע פֿעלקער אויף יענער זײַט פֿון די הרי־חושך. דערווײַל, אין משך פֿונעם לעצטן יאָרהונדערט, זענען מסתּמא אונטערגעגאַנגען מער לשונות ווי עס זענען אין דער זעלבער צײַט אויפֿגעקומען. אָבער מאָרגן קען זיך דאָס גאַנצע בילד ראַדיקאַל בײַטן, און בײַטן מיט דעם מאַך פֿון אַ האַנט (צי פֿון אַ שרײַבפֿעדער, צי מיטן קאָמפּיוטער). דערווײַל קען מען שוין באַמערקן, אַז די גרויסע לשונות ווערן גרעסער און אַז די קליינע ווערן ניט נאָר קלענער, נאָר אַז זיי האַלטן זיך קליינערהייט אַ סך לענגער ווי מען וואָלט אַ מאָל געווען געמיינט.

מען קען אַפֿילו טענהן, אַז דאָס קומען אויף פֿון הונדערטער ברייט־אָנערקענטע און געשטיצטע אינדישע, כינעזישע און אַראַבישע לשונות (לויטן פּרינציפּ פֿון "שרײַבן ווי מען רעדט" — דאָס הייסט, ניט לויט די קלאַסישע, נאָר לויט די מערבֿדיקע, מער דעמאָקראַטישע פּרינציפּן) וואָלט יענעם טייל פֿון דער וועלט צוגעקומען אַ היפּש שטיקל פּאָליטישן און עקאָנאָמישן געזונט אויך. אָרעמע קינדער און אַלטע לײַט וואָלטן זיך דעמאָלט מערער, שנעלער און גרינגער אויסגעלערנט שרײַבן און לייענען, זיי וואָלטן זיך געקענט טיפֿער און פֿאָרזיכטיקער באַקענען מיט זייערע אייגענע פֿאָלקס־ליטעראַטורן און געשריבענע קולטורן. יענע געגנטן וואָלטן מער ניט געווען קיין משכּונות אין די קעשענעס פֿון אַן אַלטער און אַליין־געקרוינטער אָליגאַרכיע.

אָבער ניט איך און ניט איר קאָנען באַשליסן, צי דאָס וועט און דאַרף אַלץ פֿאָרקומען. נאָר אויב עס וועט, וועט עס מיטברענגען מיט זיך נײַע כוואַליעס פֿון קאַמפֿן און פֿון באַפֿרײַונגען.

דאָס ציילן לשונות איז ווײַט ניט אַזאַ אומשולדיקער פּראָצעס ווי מען שטעלט זיך דאָס אַ מאָל פֿאָר!