|
געלע שווייד־פֿישמאַן פֿירט דעם פֿאָרזיץ
בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער", בראָנקס. |
|
אינעם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס, האָט מען דעם 28סטן נאָוועמבער, געפּראַוועט דעם יוביליי פֿון די ייִדישע פֿאָלקשולן אין לאַנד. אין 1910 האָט אַ גרופּע ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן, צווישן זיי יואל ענטין און א. גלאַנץ (גלאַנץ־לעילעס), געשאַפֿן די ערשטע "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע שולן" אין ניו־יאָרק; אינעם זעלבן יאָר, און אין די ווײַטערדיקע עטלעכע יאָר, זענען אויפֿגעקומען נאָך שולן אין מאָנטרעאַל, שיקאַגע און אַנדערע שטעט. פֿון יענער צײַט אָן ביז די 1970ער יאָרן האָבן זיך געלערנט אין די פֿאָלקשולן טויזנטער תּלמידים; אַ טייל פֿון זיי האָבן זיך ווײַטער געלערנט אין די מיטלשולן און אין די "העכערע קורסן", און אַליין געוואָרן לערערס, שרײַבערס און טוערס פֿון דער ייִדישער קולטור.
געלע שווייד־פֿישמאַן, די גרינדערין פֿונעם "אַרכיוו פֿאַר די ייִדישע פֿאָלקשולן אין אַמעריקע", וואָס געפֿינט זיך אין סטאַנפֿאָרדער אוניווערסיטעט, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ, און באַטאָנט די פֿאַרשיידענע עלעמענטן, וואָס האָבן דערמעגלעכט דעם אויפֿבלי פֿון די שולן: געטרײַע טוערס, פֿאַרוואַלטערס און טאַטע־מאַמעס, איבערגעגעבענע און ליבלעכע לערערס און אַוודאי די תּלמידים.
אַמאָליקע תּלמידים פֿון די פֿאַרשיידענע שולנעצן האָבן דערציילט וועגן זייערע יאָרן אין די שולן. דניאל עפּנער האָט רעפּרעזענטירט די "פֿאַרבאַנד"־שולן, וועלכע זענען געוואָרן מיט די יאָרן אַלץ מער געשטימט ציונסיטיש. אַ גרויסער טייל פֿון די "ראַדיקאַל־נאַציאָנאַלע" שולן איז בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה מגולגל געוואָרן אינעם "פֿאַרבאַנד", וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער פּועלי־ציוניסטישער באַוועגונג. עפּנער האָט דערציילט, אַז אַ סך תּלמידים אין די שולן, בפֿרט אין בראָנקס, האָבן אויך געוווינט אין די פֿאַרשיידענע קאָאָפּעראַטיווע הײַזער, ווי די "שלום־עליכם־הײַזער" "די קאָאָפּעראַטיווע הײַזער" ("קופּס"), און די "אַמאַלגעמייטעד־הײַזער". אַזוי אַרום, דאַרף מען געדענקען, אַז די פֿאָלקשולן זענען געווען אַ טייל פֿון אַן אַרומנעמיק לעבן אויף ייִדיש — דערצו האָט מען די וואַקאַציעס פֿאַרבראַכט אין די ייִדישע זומער־קאָלאָניעס פֿון יעדער שול־באַוועגונג.
בערל פֿײַפֿער איז אויפֿגעוואַקסן אין ברוקלין, וווּ ער וווינט עד־היום, און איז געגאַנגען אין אַ "שלום־עליכם־פֿאָלקשול". זײַנע טאַטע־מאַמע זענען געוואָרן וויכטיקע בויערס און שטיצערס פֿון דער שול, און ער אַליין איז געוואָרן אַ לערער אין דער שול בעת ער איז געגאַנגען אין קאָלעדזש. די "שלום־עליכם־שולן" האָבן אויך געשטאַמט פֿון די "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע" שולן, אָבער זענען נישט געוואָרן אַפֿיליִיִרט מיט קיין שום פּאָליטישער אָרגאַניזאַציע. זיי האָבן געלייגט דעם טראָפּ אויף דער ייִדישער קולטור. פֿײַפֿער געדענקט, אַז אין דער ייִדישער שול האָט ער זיך געלערנט ליטעראַטור אַ סך פֿריִער ווי אין די "פּאָבליק־סקולס".
נאָך דעם ווי ער האָט גראַדויִרט פֿון דער פֿאָלקשול האָט ער ווײַטער זיך געלערנט אין דער "שלום־עליכם־מיטלשול" און זיך דאָרטן באַקענט מיט זײַנע נאָענטסטע חבֿרים. אַמאָל אין אַ זונטיק, זענען די תּלמידים געגאַנגען אינעם ייִדישן טעאַטער אויף דער "סעקאָנד־עוועניו".
מאַדי סײַמאָן פֿון די לינקע "אָרדן"־שולן איז שוין באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס ווי אַ מוזיק־לערערין, און געוועזענע דיריגענטין פֿון דעם "ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאלקסכאָר" אין ניו־יאָרק. היסטאָריש, האָבן די "אָרדן"־שולן זיך אָפּגעטיילט פֿון די "אַרבעטער־רינג"־שולן אין 1927 און געוואָרן אומאָפּהענגיק. דערנאָך זענען זיי אָפֿיציעל געוואָרן אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין אַמעריקע ביז די רעגירונג האָט פֿאַרווערט די פּאַרטיי נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. סײַמאָן האָט אויסגעדריקט די ליבע צו די לערערס מצד די תּלמידים; אַ ליבשאַפֿט וואָס איז געבליבן אַזוי שטאַרק במשך פֿון די יאָרן, אַז ווען די אַמאָליקע תּלמידים האָבן געשאַפֿן מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער אַ לייענקרײַז, האָבן זיי אים אַ נאָמען געגעבן נאָך דער באַליבטער לערערין פֿון דער פֿאָלקשול.
אין די "אָרדן"־פֿאָלקשולן, האָט זי דערציילט, האָט מען אײַנגעוואָרצלט אַ "קלאַסן־באַוווּסטזיניקייט" אין די תּלמידים. מע האָט געלייענט די ייִדישע ליטעראַטור נישט בלויז ווי קינסטלערישע ווערק, נאָר אויך פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעך. למשל, בשעתן לייענען "מאָטל פּייסי דעם חזנס" האָט מען געשמועסט וועגן די שווערע באַדינגונען פֿון די אַרבעטער אין שטעטל און אין אַמעריקע; אין "מאָטקע גנבֿ" האָט מען אַרומגערעדט דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט און די סיבות וואָס האָבן דערפֿירט דערצו.
רבֿקה פּאַט, אַ טאָכטער פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿירער ד״ר עמנואל פּאַט און דאָס אייניקל פֿונעם באַקאַנטן שרײַבער און בונדישן פֿירער יעקבֿ פּאַט, האָט באַשריבן אירע יאָרן אין די "אַרבעטער־רינג"־שולן. אין איר באַשרײַבונג האָט זי איבערגעגעבן ווי שווער ס'איז געווען אָנצוהאַלטן דעם אינטערעס בײַ די תּלמידים, וואָס וואָלטן מיט מער חשק געלייענט די ענגלישע זשורנאַלן אונטערן שרײַבטיש... רבֿקה פּאַט האָט אויך פֿאַרגליכן אירע איבערלעבונגען אין דער פֿאָלקשול מיט די איבערלעבונגען פֿון אירע קינדער, וואָס זענען אויך געגאַנגען אין אַן "אַרבעטער־רינג" ייִדישער פֿאָלקשול.
די אונטערנעמונג האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געלעגנהייט פֿאַר אַלטע חבֿרים פֿון אַמאָליקע שולן זיך ווידער צו טרעפֿן און זיך דערמאָנען אין די שול־יאָרן. צווישן די ייִנגערע אינעם עולם האָט משה פּאַלעווסקי זיך דערמאָנט, אַז דער אויסדרוק "הערט זיך אײַן!" וועט אים תּמיד בלײַבן אין זכּרון. מאַדי סײַמאָן האָט אָנגעפֿירט מיט געזאַנג צו שליסן דעם נאָכמיטאָג, און אַלע האָבן מיטגעזונגען דאָס ליד וואָס איז פֿאַרשפּרייט געווען אין אַלע פֿאָלקשולן, אָן אַן אויסנאַם:
לאָמיר זינגען, לאָמיר זינגען,
לאָמיר זיגנען אַ ליד צו דער ייִדישער שול,
וואָס איז אַלעמען , וואָס איז אַלעמען,
וואָס איז אַלעמען אונדז אַזוי טײַער.
(ווערטער פֿון נחום י.)