|
צוויי אַליין־פּאָרטרעטן, "כּוונה" (רעכטס) און "קבֿע" |
|
מיט אַ חודש צוריק האָט די גרעסטע ייִדישע בילדונג־אַגענטור אין ניו־יאָרק, Board of Education of New York, געביטן איר נאָמען אויף The Jewish Education Project (דער ייִדישער דערציִונג־פּראָיעקט), און באַשלאָסן צו שילדערן איר נײַע אידענטיטעט דורך אַ פֿאַרכאַפּנדיקער אויסשטעלונג פֿון אַ יונגער ייִדישער קינסטלערין און קונסט־פּעדאַגאָג.
די אויסשטעלונג, The Art of Seeing (די קונסט פֿון זען), וואָס געפֿינט זיך אינעם גרויסן ביוראָ פֿון דער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוציע אין מאַנהעטן, שטעלט אַרויס די ווערק פֿון טאַניאַ פֿרעדמאַן, אַ 25־יאָריקע געבוירענע אין סיינט־לויִס, וואָס אירע אייל־בילדער, פּאָרטרעטן און קאָלאַזשן שילדערן אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון פֿאַרשידענע קולטורן און גמרא־טעקסט.
"דער ׳ייִדישער דערציִונג־פּראָיעקט׳ האָט איצט אַ ברייטערע וויזיע, און דאָס איז צו אַנטפּלעקן נײַע צוגאַנגען אין ייִדישער דערציִונג פֿאַר יעדן עלטער," האָט איבערגעגעבן דעבי סײַדען, די פּראָיעקט־פֿאַרוואַלטערין. "דורכן אויסשטעלן טאַניאַ פֿרעדמאַנס ווערק, וועלן אַ סך מער מענטשן זיך באַקענען מיט איר, און ס׳וועט אונדז אויך העלפֿן לאָזן צו וויסן די מענטשן וועגן אונדזער נײַער ריכטונג."
דער "ייִדישער דערציִונג־פּראָיעקט" באַדינט די פּעדאַגאָגישע באַדערפֿענישן פֿון מער ווי 700 ייִדישע טאָגשולן, נאָכמיטאָג־שולן און פֿאָרשולן פֿון אַלע רעליגיעזע שאַטירונגען אין ניו־יאָרק און אומגעגנט.
|
די מאָלערין, טאַניאַ פֿרעדמאַן, בײַ דער אַרבעט אין אַטעליע |
|
בײַ דער עפֿענונג דעם 9טן דעצעמבער, האָט טאַניאַ פֿרעדמאַן דערקלערט פֿאַרן עולם, אַז איר גרעסטע הנאה איז אָנצופֿירן מיט קאָמונאַלע פּראָיעקטן, ניצנדיק דעם כּוח פֿון קונסט צונויפֿצוברענגען יחידים פֿון פֿאַרשידענע קולטורן.
אין 2008 האָט איר אינטערעס אין צווישן־קולטורעלער דערציִונג זי געבראַכט אינעם ישׂראלדיקן יוגנט־ייִשובֿ "קהילת ימין אורד" — אַן אַמאָליקער מקום־מיקלט פֿאַר די יתומים פֿונעם חורבן, וואָס העלפֿט הײַנט יונגע לײַט, וועלכע האָבן מיטגעמאַכט טראַוומאַטישע איבערלעבונגען. דאָרט האָט פֿרעדמאַן באַוויזן צונויפֿצוברענגען דרײַסיק ייִנגלעך פֿון עטיאָפּיע, אוקראַיִנע, סודאַן און כינע צו שאַפֿן אַ פֿיל־פֿאַרביק וואַנטבילד, וואָס שילדערט זייערע פֿאַרשידענע קולטורן.
"די קינדער זענען נישט תּמיד גוט אויסגעקומען צווישן זיך — האָט זי געזאָגט — אָבער דאָס האָט געמאַכט דעם פּראָיעקט נאָך חשובֿער, ווײַל, נישט געקוקט אויף די קריגערײַען, האָבן זיי זיך אויסגעלערנט ווי אַזוי צו אַרבעטן צוזאַמען."
עטלעכע חדשים נאָך דעם איז פֿרעדמאַן אַוועק קיין רוואַנדע, וווּ זי האָט אָנגעפֿירט מיט אַ קונסט־פּראָיעקט בײַ אַ צווייטן יוגנט־ייִשובֿ, "אַגאַהאָזאַ־שלום", וואָס איז געבויט געוואָרן אויפֿן מוסטער פֿון "ימין־אורד". "אַגאַהאָזאָ־שלום", אַ פּראָיעקט פֿונעם "דזשוינט", איז געצילט פֿאַר 125 יונגע לײַט, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן פֿאַרלוירן טאַטע־מאַמע אינעם אָרטיקן גענאָציד פֿון 1994. פֿרעדמאַנס איבערלעבונג מיט די אײַנוווינער פֿון רוואַנדע באַטרעפֿן דעם קערן פֿון דער איצטיקער אויסשטעלונג.
|
"מאַמע אַני 1" און "מאַמע אַני 2" |
|
"כ׳האָב געהאַט גרויס דרך־ארץ פֿאַר די פֿרויען, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם גענאָציד," האָט פֿרעדמאַן איבערגעגעבן בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "און זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז זיי פֿילן אַ נאָענטקייט מיט מיר אויך, צוליב דעם חורבן, אַפֿילו אויב איך אַליין האָב עס נישט איבערגעלעבט."
אינעם איילבילד Mama Anny 2 (די מאַמע אַני 2), אַ פּאָרטרעט פֿון אַ רוואַנדער מאַמען, קאָן מען זען דאָס געמיש פֿון קולטורן: אויף איר פֿאַטשיילע געפֿינען זיך עטלעכע שורות פֿונעם פּיוט "אשת־חיל", וואָס ייִדישע מענער זינגען פֿאַר זייערע פֿרויען יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס; און איבער איר קאָפּ קאָן מען לייענען די ווערטער פֿונעם נאַציאָנאַלן הימען פֿון רוואַנדע.
פֿרעדמאַנס קאָלאַזש, Closer Look (אַ קוק נעענטער), מישט צונויף די העל־פֿאַרביקע אַפֿריקאַנער וואַרעס מיט טראַדיציאָנעלע מאָל־טעכניקן, און שפּיגלט דערבײַ אָפּ די אומגעריכטע באַציִונגען, וואָס אַנטוויקלען זיך צווישן מענטשן, ווען קולטורן שטויסן זיך צונויף.
נישט אַלע אירע בילדער האָבן אַ שײַכות צו רוואַנדע. צוויי פֿאַסצינירנדיקע אַליין־פּאָרטרעטן, "קבֿע" און "כּוונה", האָט זי געשאַפֿן בעת זי האָט שטודירט בײַ "דרישה", אַ ייִדישער לערן־אַנשטאַלט פֿאַר פֿרויען אין מאַנהעטן, פֿאַראַיאָרן. געוויינטלעך, ניצט מען די צוויי ווערטער ווי אַ באַשרײַבונג פֿון צוויי מינים דאַווענען: "קבֿע" איז טײַטש די פֿאָרמעלע, אומבײַטעוודיקע תּפֿילות, וואָס געפֿינען זיך אין סידור אָדער אין מחזור, און "כּוונה" מיינט די מער ספּאָנטאַנע מין תּפֿילה, וואָס קומט פֿון האַרצן.
די אינספּיראַציע פֿאַר דעם בילד איז געקומען בעת אַ תּלמודישער דיסקוסיע אין איינעם פֿון אירע קלאַסן אין "דרישה", וואָס שייך דער שפּאַנונג צווישן טאָן אַ מיצווה מיט כּוונה (מיט קאָנצענטראַציע און רעליגיזן ברען), אָדער אָן כּוונה. חז״ל האָבן דעבאַטירט צי מע דאַרף טאַקע האָבן כּוונה ווען מע זאָגט "שמע ישׂראל" אָדער ווען מע הערט דעם שופֿר־בלאָזן אין די ימים־נראים.
|
פֿרעדמאַנס קאָלאַזש, "אַ קוק נעענטער" |
|
אין ביידע אַליין־פּאָרטרעטן דעקט פֿרעדמאַן צו די אויגן, אַ פּנים, זאָגנדיק "שמע־ישׂראל". אָבער אין פֿאַרגלײַך מיטן בילד "כּוונה", וווּ זי דעקט אין גאַנצן צו די אויגן, רעפּרעזענטירנדיק ריינע אמונה, איז עס גאָר אַנדערש בײַם צווייטן בילד, "קבֿע". דאָרט קוקט זי שפּילעוודיק אַרויס פֿון די צערוקטע פֿינגער (און דערצו פֿאַרדעקט זי די אויגן מיט דער לינקער האַנט אַנשטאָט דער רעכטער, ווי מע דאַרף), אָנווײַזנדיק אַז זי איז מקיים די מיצווה אָן דער געהעריקער קאָנצענטראַציע. די מאָזאַיִק אין צענטער פֿון פּאָרטרעט באַשטייט פֿון די אותיות פֿונעם טעקסט אין דער גמרא, וואָס באַהאַנדלט דעם ענין.
"דורך שאַפֿן אַ נעץ פֿון רעכטס אויף לינקס, און פֿון אויבן אַראָפּ, האָב איך געוויזן, אַז איך טראַכט זיך טאַקע אַרײַן אין די פּרטים, אָבער נעם נישט אין באַטראַכט דאָס בילד ווי אַ גאַנצקייט," האָט פֿרעדמאַן דערקלערט. "דאָס זעלבע געשעט ווען מע טוט אויטאָמאַטיש די מיצוות, אָבער מע פֿאַרשטייט נישט פֿאַר וואָס מע טוט עס."
קינדווײַז האָט טאַניאַ פֿרעדמאַן זיך געלערנט אין אַן אָרטאָדאָקסישער ייִדישער טאָגשול און מיטלשול אין סיינט־לויִס. "כ׳האָב תּמיד ליב געהאַט צו צייכענען, אָבער כ׳בין געוואָרן מער ערנסט וועגן קונסט בעת אַ פֿרײַוויליקן קונסטקלאַס אין מיטלשול," האָט זי געזאָגט.
זי איז אויך באַגײַסטערט געוואָרן פֿון איר באָבע, וואָס האָט שטאַרק ליב געהאַט קונסט און האָט אַפֿילו פֿאַרמאָגט אַ ישׂראלדיקע קונסט־גאַלעריע. די באָבע פֿלעג פֿאָרן קיין ישׂראל מיטן זיידן, זיך טרעפֿן מיט קינסטלער, קויפֿן זייערע ווערק און זיי צוריקברענגען קיין אַמעריקע. דערנאָך איז זי געפֿאָרן איבער אַמעריקע און פֿאַרקויפֿט די קונסטווערק.
ווען טאַניאַ האָט געענדיקט די מיטלשול אין 2002, האָט זי זיך געלערנט אַ יאָר אין ישׂראל, אין דעם ציוניסטישן פֿרויען־סעמינאַר, "מדרשת הרובֿע". נאָך דעם האָט זי שטודירט אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט — דער עיקר, קלאַסן פֿון קונסט, ייִדישע שטודיעס, אַנטראָפּאָלאָגיע און גלאָבאַלע שטודיעס.
דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט האָט דער "ייִדישער בילדונג־פּראָיעקט" זיך געוואָנדן צו פֿרעדמאַן, אין שײַכות מיט פֿאַרעפֿנטלעכן אירע ווערק, און זי האָט מסכּים געווען. זי פּלאַנירט אויך צו אָרגאַניזירן קונסט־וואַרשטאַטן פֿאַרן פּערסאָנאַל פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס קאָן זיי צו ניץ קומען, ווען זיי פֿירן אָן מיט די לערער־וואַרשטאַטן.
"אַ סך מענטשן קומען צו אונדזערע פּעדאַגאָגישע וואַרשטאַטן," האָט סײַדען געזאָגט. "אויב מיר זעען, אַז די אויסשטעלונג וועט בײַ זיי אויסנעמען, וועלן מיר יעדע זעקס חדשים ברענגען די קונסטווערק פֿון אַ קינסטלער מיט אַן אַנדערן פֿרישן צוגאַנג."
די אויסשטעלונג דויערט ביזן 23סטן מײַ 2011.