- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"געוויינטלעכע שיל"׃ אויסשטעלונג אינעם געשיכטע־מוזיי פֿון רעליגיע, סאַנקט־פּעטערבורג, פֿונעם 20סטן סעפּטעמבער ביזן 5טן דעצעמבער. קוראַטאָרן: אַלאַ סאָקאָלאָוואַ און וואַלערי דימשיץ, אַקאַדעמישער צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקע" אין סאַנקט־פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט דעם צענטראַלן עלעמענט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער "וועלט, וואָס איז מער נישטאָ"׃ די אַלטע שילן פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ. מיט הונדערט יאָר צוריק זײַנען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע געשטאַנען צענדליקער טויזנט גרויסע און קליינע שילן, קלויזן, בתּי־מדרשים, שטיבלעך. הײַנט איז פֿון זיי כּמעט גאָרניט ניט געבליבן, בלויז די סאַמע פֿעסטע געמויערטע געבײַדעס האָבן אויסגעהאַלטן די קאַטאַסטראָפֿאַלע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. צו ספּראַווען זיך מיטן אַנטיסעמיטיזם אויף דער בינע, האָט דער דראַמאַטורג רענדי כּהן אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָטאַגאָניסט אַ מיטליעריקן קאַלעדזש־פּראָפֿעסאָר (סעטה דוער), וועלכער שטייט איינער אַליין אויף דער בינע נאָענט צו צוויי שעה צײַט, און דערלאַנגט אַ לעקציע וואָס האָט צו טאָן — דער עיקר, מיט ייִדן. ער האָט דערצו צוגעגרייט אַ ליסטע פֿון פּראָמינענטע בני־ישׂראלניקעס אויף דער וועלט, וועלכע האָבן באַרײַכערט די וועלט מיט זייערע פֿעיִקייטן און חכמה די לעצטע הונדערט יאָר. און דערמאָנענדיק באַזונדער זייערע נעמען, פּראַוועט ער אַן אָרגיע פֿון אָפֿענעם ייִדנהאַס. די לעקציע איז אָנגעזאַפּט מיט "אַמוזירנדיקע" אָבסערוואַציעס, היסטאָרישע הערות און פֿילאָסאָפֿישע אַרײַנבליקן אין יעדן ווינקל פֿון זײַן לײַב און לעבן.
Natan Meir. דאָס בוך פֿון פּראָפֿעסאָר נתן מאיר געהערט צו דער רעלאַטיוו נײַער און אין אַ געוויסן זין רעוויזיאָניסטישער שיטה פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג וועגן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. אַנשטאָט צו פֿאַרפֿאַסן אַרומנעמיקע היסטאָרישע נאַראַטיוון וועגן דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן כּלל, וואָס ראַנגלט זיך קעגן אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, גיט מען זיך אָפּ מיט קלענערע ענינים, אַזעלכע ווי געשיכטעס פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות, אינסטיטוציעס, גרופּעס אָדער יחידים. דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן (1881—1937) איז געווען אַ גרינדער פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק און האָט בעסער געקענט די ייִדישע פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן ווי אַלע אַנדערע. אָבער אַ חסרון האָט ער געהאַט, וואָס איז פֿאַרשפּרייט צווישן אַקאַדעמיקער — דאָס דרוקן אַן אַרטיקל אָדער אַ זאַמלונג איז אים אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם באַנד "שטודיעס וועגן ייִדישער פֿאָלקשאַפֿונג" וואָס דער ייִוואָ אונטער מאַקס ווײַנרײַכס רעדאַקציע, האָט אַרויסגעגעבן נאָך כּהנס טויט אין 1952, זעט מען אַ סך פֿראַגמענטאַרישע אַרבעטן, נישט פֿאַרענדיקטע, וואָס וואָלטן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ וויכטיקן צושטײַער צו דער פֿאָלקלאָריסטיק ווען כּהן וואָלט זיי געהאַט פֿאַרענדיקט. אָבער אַפֿילו אין זייער איצטיקן פֿראַגמענטאַרישן מצבֿ האָבן זיי אונדז וואָס צו לערנען. וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי איז שוין נישט קיין יונגער מענטש (געבוירן אין 1928, אין מאָסקווע), און גאָר אַ באַשיידענער, וואָס האָט געמאַכט אים — אַ פּאָפּולערער שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — שוין גיכער אַן אויסנאַם אין דער חבֿרה שרײַבער פֿון יענע צײַטן. זײַן פֿאָטער, אַ באַקאַנטער דאָקטער־גענעקאָלאָג אין מאָסקווע, האָט באַוואָרנט זײַן זון אויף לאַנגע יאָר צו פֿירן אַ זאַט, רויִק לעבן און נישט וויסן פֿון קיין נויט און שווערער האָרעוואַניע. ערשט נישט לאַנג איז מיר אויסגעקומען צו זען אַ פֿאָרשטעלונג וועלכע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין דער "שיל פֿאַר קינסטלער," אין טרײַבעקאַ, ניו־יאָרק. די טעאַטראַלע טרופּע רופֿט זיך "קאַבאָש־טעאַטער־קאָמפּאַני," און ס׳איז אַ טייל פֿון אירלענדישן פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר די טעג אין ניו־יאָרק. איך דערוויס זיך דערבײַ, אַז די גאָר קליינינקע ייִדישע קהילה אין אירלאַנד איז אָנגעקומען אַהין נאָך אין די 1850ער יאָרן, ווען אַ מיעוט פֿון זיי איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד.
דמיטרי פֿעלדמאַן, דמיטיר פּאַנאָוו. די פּאָליטיק פֿון דער צאַרישער רעגירונג און דער סאָוועטישער מאַכט לגבי די ייִדן איז געווען ביז גאָר פֿאַרשיידן, אָבער ביידע האָבן זיי געהאַט איין בשותּפֿותדיקן אַספּעקט: זיי האָבן געשטיצט ייִדישע קאָלאָניזאַציע און אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשידענע פּראָיעקטן ריזיקע געלטער, הגם קיין ממשותדיקן רעזולטאַט האָט מען דערפֿון ניט באַקומען. די מעלאַנכאָלישע קלאַנגען פֿון דער באַך־מעלאָדיע וואָס וולאַדימיר גייסמאַן האָט געשפּילט אויף זײַן טשעלאָ בײַם דערעפֿענען דעם אָנדענק־פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג" האָט אויך געדינט ווי די פּאַסיקע ראַם צו רבֿקה באַסמאַן בן־חיימס ליד: "לזכר מיכאל": "אין שטומען קרײַז פֿון פֿאַרגעס דאָרט איז דײַן נאָמען נישטאָ. איך קען גאָרנישט געדענקען ווען איך בין געווען אַזוי אַנטציקט פֿון אַ פּיעסע ווי "פֿרוידס לעצטע סעסיע," אָבער מען טאָר נישט פֿאַרלירן די האָפֿענונג, ווײַל עס איז נאָך פֿאַראַן אין דעם ניו־יאָרק אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם. דער זאַל איז טאַקע געווען געפּאַקט מיט זיי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס׳רובֿ צושויער זײַנען געווען פּסיכיאַטערס, פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָ־טעראַפּיסטן. ווען איך האָב געקויפֿט נאַטאַליאַ גראָמאָוואַס בוך "דער צעפֿאַל: די דאָליע פֿון אַ סאָוועטישן קריטיקער, 1940ער און 1950ער יאָרן", האָב איך אַפֿילו ניט געטראַכט, אַז די דאָזיקע פֿאָרשונג האָט אַ "ייִדישע דימענסיע". מיך אינטערעסירט בכלל די דאָזיקע תּקופֿה און די דאָזיקע סבֿיבֿה. איך לייען וועגן דעם אַלץ וואָס עס פֿאַלט אַרײַן אין מײַנע הענט, אָבער סײַ-ווי-סײַ בלײַבן מיר ניט קלאָר אַ סך זײַטן פֿון דעם סאָוועטיש-ליטעראַרישן לעבן; וועגן די זייער גוט-באַצאָלטע און זייער גוט-באַזאָרגטע מענטשן, וועלכע האָבן געשאַפֿן די סמעטענע פֿון די מאָסקווער ליטעראַרישע קרײַזן, אָבער זײַנען אין דער אמתן געווען שיִער ניט די סאַמע אומגליקלעכע נפֿשות אין גאַנצן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. געשטאָרבן, באַגראָבן, אויף יענער וועלט — ווי געפֿונען! — אַ ווערטל פֿונעם קברן אין מײַן באָבעס שטעטל אין דער רובריק האָבן מיר שוין אַרויסגעהויבן עטלעכע מאָל דוגמאות ווען די "פֿאָלק־רעליגיע" אָדער פּאָפּולערע רעליגיע פֿונעם פּשוטן ייִד האָט נישט געשטימט מיט דער "אָפֿיציעלער" רעליגיע. אָפֿט האָבן די רבנים געקעמפֿט קעגן די "פֿאָלקישע" פֿירעכצן און זיי טאַקע אָפּגעשטעלט. וועלוול טשערנין. שלאָס־סמ״ך׃ לידער דער סוף פֿון אַ יאָרצענדליק לויטן ייִדישן לוח ווערט געוויינטלעך קוים באַמערקט דורך די מענטשן, וואָס זייער לעבן לויפֿט לויט דעם גוייִשן קאַלענדאַר. ניט אַזוי וועלוול טשערנין, אַ ייִדישער דיכטער פֿון ישׂראל, וועלכער לעבט "צווישן צוויי וועלטן," ארץ־ישׂראל און גלות. זײַן נײַ זאַמלבוך איז אַ מין טאָגבוך, וועלכער פֿאַרפֿיקסירט זײַנע געדאַנקען, אײַנדרוקן, איבערלעבונגען. אַלע לידער זײַנען באַזאָרגט מיט דאַטעס און נעמען פֿון די ערטער, וווּ זיי זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן. |