ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


ווען איך האָב געקויפֿט נאַטאַליאַ גראָמאָוואַס בוך "דער צעפֿאַל: די דאָליע פֿון אַ סאָוועטישן קריטיקער, 1940ער און 1950ער יאָרן", האָב איך אַפֿילו ניט געטראַכט, אַז די דאָזיקע פֿאָרשונג האָט אַ "ייִדישע דימענסיע". מיך אינטערעסירט בכלל די דאָזיקע תּקופֿה און די דאָזיקע סבֿיבֿה. איך לייען וועגן דעם אַלץ וואָס עס פֿאַלט אַרײַן אין מײַנע הענט, אָבער סײַ-ווי-סײַ בלײַבן מיר ניט קלאָר אַ סך זײַטן פֿון דעם סאָוועטיש-ליטעראַרישן לעבן; וועגן די זייער גוט-באַצאָלטע און זייער גוט-באַזאָרגטע מענטשן, וועלכע האָבן געשאַפֿן די סמעטענע פֿון די מאָסקווער ליטעראַרישע קרײַזן, אָבער זײַנען אין דער אמתן געווען שיִער ניט די סאַמע אומגליקלעכע נפֿשות אין גאַנצן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אידעאָלאָגישע שקלאַפֿן פֿון דעם רעזשים, האָבן זיי אים, דעם רעזשים און דעם אָפּגאָט סטאַלין, געדאַרפֿט — און אָפֿט מאָל געוואָלט — זינגען מה-יפֿית־לידער.
די סכּנה צו זײַן באַזײַטיקט צי אַפֿילו אַרעסטירט האָט געלאָקערט אויף זיי פֿון אַלע זײַטן, גלײַך ווי די ליטעראַטן זײַנען געווען ניט קיין איבערגעגעבענע סאָוועטישע מענטשן, קאָמוניסטן, נאָר אַרײַנגעשיקטע פֿון אויסלאַנד אַגענטן. קיין חידוש ניט, אַז אין אַזאַ מיאוסן קלימאַט האָבן זיי געשאַפֿן אַזאַ ליטעראַרישע סחורה, וועלכע איז הײַנט בדרך-כּלל אין גאַנצן פֿאַרגעסן מחוץ דעם קליינטשיקן וועלטל פֿון ליטעראַטור-היסטאָריקער. ס׳רובֿ ווערק, געשאַפֿן אין יענע יאָרן, זײַנען טאַקע פֿאַרזעענישן.
די שקיעה-יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה זײַנען צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער צײַט, ווען סאָוועטישע אינטעלעקטואַלן האָבן געהאָפֿט, אַז דער נצחון איבער די נאַציס וועט ראַדיקאַל בײַטן דעם מצבֿ אין זייער געזעלשאַפֿט. זיי (לכל-הפּחות אַ סך פֿון זיי) האָבן דאָך געגלייבט באמונה-שלמה, אַז די רדיפֿות פֿון די 1930ער יאָרן האָבן געהאַט עפּעס אַ באַרעכטיקונג, ווײַל די מלוכה איז געווען פֿון אַלע זײַטן אַרומגערינגלט דורך ביטערע שׂונאים פֿון קאָמוניזם. אָבער פֿון דער מלחמה איז דאָס לאַנד אַרויס ניט צו פֿאַרגלײַכן שטאַרקער, פֿאַרפֿעסטיקט דורך אַ צאָל לענדער-סאַטעליטן, און האָט שוין ניט געמוזט אַזוי ציטערן פֿאַר דער פּגירה. מע האָט שוין, דאַכט זיך, געקענט אָפּלאָזן די לייצעס.
אַזוי האָבן זיי, די אינטעליגענטן, געטראַכט. סטאַלין און זײַן אַרום האָבן געטראַכט לחלוטין אַנדערש. די האָפֿערדיקייט פֿון די אינטעלעקטואַלן, וואָס זײַנען אַרויס פֿאַרהאַרטעוועטע פֿון דעם פֿײַער פֿון דער מלחמה, האָט די פּאַרטיייִשע פֿירער געשרעקט. אַזוי האָבן דאָך שוין אַ מאָל די רוסישע אָפֿיצירן זיך אומגעקערט נאָך צעקלאַפּן נאַפּאָלעאָנען און געפּרוּווט דערנאָך אַראָפּוואַרפֿן די רוסישע זעלבסט-הערשונג, מאָדערניזירן דאָס לאַנד לויטן מערבֿ-אייראָפּעיִשן שניט. סטאַלין האָט אַזאַ קער ניט געוואָלט דערלאָזן און געשאַפֿן אַן אידעאָלאָגיש דערשטיקנדיקע אַטמאָספֿער, אין וועלכער יעדער קולטור-פּראָדוקט איז באַטראַכט געוואָרן דורך מעכטיקע מיקראָסקאָפּן, קיין פֿרעמדע אָרגאַניזמען זאָלן ניט קענען, חס-וחלילה, זיך אַרײַנגנבֿענען אין דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער ציכטיקייט.
אַזאַ שעדלעכן ווירוס האָט באַמערקט, אַ שטייגער, ניקאָלײַ טיכאָנאָוו, איינער פֿון די סאָוועטישע הויפּט-קלאַסיקער. דעם 9טן מײַ 1947 איז אַרויס זײַן אַרטיקל מיט אַ ביטערער קריטיק פֿון יצחק נוסינאָווס בוך "פּושקין און די וועלט-ליטעראַטור". טיכאָנאָוו האָט ניט געקענט מוחל זײַן נוסינאָוון יענעמס זוכענישן פֿון מערבֿ-אייראָפּעיִשע השפּעות אין דער שאַפֿונג פֿון דעם גרויסן רוסישן דיכטער. נוסינאָוו האָט קאָמבינירט צוויי קאַריערעס: פֿון אַן אָנגעזעענעם אַלגעמיין-סאָוועטישן ליטעראַטור-קענער און אַ מומחה אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איצט האָט מען צו אים צוגעטשעפּעט דעם נאָמען "קאָסמאָפּאָליט". דעמאָלט האָט זיך באַוויזן אַזאַ עפּיגראַמע:

(מע זאָל דיך ניט האַלטן פֿאַר אַן אַנטיסעמיט,
רוף דעם זשיד קאָסמאָפּאָליט.)

אין דרײַ יאָר אַרום וועט יצחק נוסינאָוו שטאַרבן אין תּפֿיסה. אַגבֿ, טיכאָנאָוו וועט נאָך לעבן אַ דרײַ יאָרצענדליק, פֿאַרנעמען הויכע שטעלעס און זײַן באַלוינט מיט כּלערליי אויסצייכענונגען.
נאַטאַליאַ גראָמאָוואַ דערציילט, ווי אַלעקסאַנדר פֿאַדעעוו, דער אָנפֿירער פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין, האָט געפּרוּווט ראַטעווען לייב קוויטקאָ, וואָס איז געווען זייער ברייט באַקאַנט און באַליבט אי ווי אַ וווילער מענטש אי ווי אַ טאַלאַנטירטער קינדער-דיכטער. קוויטקאָס לידער פֿלעגט מען איבערזעצן פֿון ייִדיש און דרוקן פֿאַר מאַסן-לייענער אין רוסיש, אוקראַיִניש און אַנדערע שפּראַכן. פֿאַדעעווס אידעע איז געווען צו מאַכן פֿאַר קוויטקאָ אַ גרויסן יוביליי-אָוונט (דעם יוביליי גופֿא האָט מען, אין תּוך אַרײַן, צוגעטראַכט). צום יוביליי האָט מען אַרויסגעגעבן דעם דיכטערס אַ בוך. מע האָט אויך אַרויסגערוקט קוויטקאָן אויף צו באַקומען אַ סטאַלין-פּרעמיע אין פֿרילינג 1949. אָבער גאָרנישט האָט שוין ניט געקענט פֿאַרטיידיקן דעם ייִדישן דיכטער פֿון דער מערדערישער האַנט. אין קורצן וועט מען אים אַרעסטירן. צום באַדויערן, איז אין בוך ניט ריכטיק אָנגעוויזן געוואָרן די דאַטע, ווען מע האָט קוויטקאָן דערשאָסן. ער איז אומגעקומען דעם 12טן אויגוסט 1952, ניט דעם 15טן אָקטאָבער 1952.
אַ שרעקלעכע געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור דערציילט נאַטאַליאַ גראָמאָוואַ. גאָר ניט אַלע אירע העלדן זײַנען שלעכטע מענטשן. אָבער אַפֿילו די ניט-שלעכטע — ניט אַלע, אָבער אַ היפּשער טייל פֿון זיי — האָבן געמוזט זיך אויפֿפֿירן ניט שיין צי אַפֿילו געמיין. אַזוי האָט געפֿאָדערט די לאָגיק פֿון לעבן אין דער סטאַליניסטישער געזעלשאַפֿט; די לאָגיק פֿון זײַן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, אין דעם שרײַבער-פֿאַראיין, צי אין ביידע סטאַדעס.