קולטור
מיכאל בן־אַבֿרהם
מיכאל בן־אַבֿרהם

די מעלאַנכאָלישע קלאַנגען פֿון דער באַך־מעלאָדיע וואָס וולאַדימיר גייסמאַן האָט געשפּילט אויף זײַן טשעלאָ בײַם דערעפֿענען דעם אָנדענק־פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג" האָט אויך געדינט ווי די פּאַסיקע ראַם צו רבֿקה באַסמאַן בן־חיימס ליד: "לזכר מיכאל":

"אין שטומען קרײַז פֿון פֿאַרגעס

דאָרט איז דײַן נאָמען נישטאָ.

אַזוי ווי פֿון אונדזערע נאָענטסטע.

ווערטער זוכן דיך צו שענקען זייער קלאַנג,

פֿרימאָרגנס זוכן דיך דעם טאָג באַגעגענען,

מיט דײַן קול אַ ציכטיק קלאָרן, ניט פֿאַרמעקט נאָך יאָרן,

אין אונדזער גערייד ביסטו דאָ,

אין אונדזער געשווײַג איז ממשיך דײַן וואָרט־באַגלייטן.

ווי קאָן אַזאַ המשך ניט וויי טאָן?

דײַן קלינגיק קול דערהערן ציכטיק און קלאָר

געדענקען דיך פֿון יאָר צו יאָר, מיכאל."


אַזאַ קורץ ליד, עס זאָגט אָבער אַלץ, וואָס ס’איז נייטיק צו זאָגן וועגן אומעט און בענקשאַפֿט! נישט אומזיסט פֿאַרמאָגט רבֿקה באַסמאַן בן־חיים דעם זעלטענעם געשאַנק אויפֿצוטאָן נסים מיט ווערטער.

דערנאָך זײַנען געקומען די זכרונות־רעדעס; צוויי מיכאלס נאָענטע פֿרײַנד — מרדכי דוניץ, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים, און דער זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר פֿון "לעבנס־פֿראַגן" יצחק לודען, האָבן צעטיילט צווישן זיך די אויסנעמיקע ביאָגראַפֿישע שטריכן פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם, אַזוי אַז בײַם סוף האָט זיך אויסגעפֿורעמט פֿון זייערע ווערטער די געשטאַלט פֿון אַ מענטש, אַ חבֿר, אַן אינטעלעקטואַל, אַ וואָרט־קינסטלער און אַ וואָרט־לערער, דער וואָרטזאָגער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי מ’האָט אים באַטיטלט, אַ נאַשבראַט, ווי שורע טורקאָוו האָט אים אַקוראַט כאַראַקטעריזירט אין איר אַרײַנפֿיר־וואָרט.

די צוויי רעדעס האָבן זיך דערגענצט, כּדי אויסצושטאַלטיקן מיכאל ווײַנאַפּעלס פּערזענלעכקייט, און ביידע זײַנען זיי געקומען צו דעם זעלבן טרויעריקן אויספֿיר: ס’איז געוואָרן קײַלעכדיקע דרײַ יאָר זינט ער איז אַוועק אין דער אייביקייט און ער פֿעלט אונדז זייער אויס.

מיכאל ווײַנאַפּעל איז געבוירן געוואָרן אין 1921 אין שעדלעץ, פּוילן, אַ שטאָט וואָס האָט געווירבלט מיט ייִדישער קולטור. צו 14 יאָר איז ער אַרײַנגעטראָטן — אַזוי ווי זײַן פֿאָטער — אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ער האָט זיך אָבער אַנטוישט און איז שפּעטער געוואָרן אַן איבערצײַגטער בונדיסט ביז זײַן לעצטן אָטעם. ליידער, האָט ער זיך באַקענט מיט פּוילישע און מיט רוסישע תּפֿיסות, ער האָט איבערגעלעבט "שיבֿעת־מדורי־גיהנום", אין 1957 — אָנגעקומען קיין ישׂראל און מיטגעבראַכט מיט זיך זײַן קינסטלערישע דערפֿאַרונג ווי אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און טיפֿער טעאַטער־קענער.

מרדכי דוניץ האָט דערמאָנט דעם פֿאַרווײַלנדיקן עפּיזאָד ווען מיכאל האָט פֿאַרהעברעיִשט זײַן נאָמען און איז געוואָרן פֿון ווײַנאַפּעל — מיכאל בן־אַבֿרהם. דאָס איז פֿאָרגעקומען ווען ער האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין מלוכישן ראַדיאָ "קול־ישׂראל", אין דער ייִדישער ראַדיאָ־שעה. ס’איז דאַן אָנגעקומען אַ באַפֿעל פֿון דער ייִדישער אַגענץ, אַז יעדער מלוכישער אָנגעשטעלטער מוז טראָגן אַ העברעיִשן נאָמען. און אויב נישט בן־גוריון און אויך נישט שרת, ווי מיכאל האָט האַלב־וויצלענדיק זיי פֿאָרגעשלאָגן, ווײַל די דאָזיקע ביידע נעמען זײַנען שוין פֿאַרנומען, זײַנען די צדדים אײַנגעגאַנגען אויף בן־אַבֿרהם און מיטן פֿאָטערס נאָמען און זײַנע אײַנגעבוירענע פֿעיִקייטן קינסטלעריש צו זאָגן אַ ליד צי פֿאָרלייענען פֿראַגמענטן פֿון דער גוטער ייִדישער ליטעראַטור, איז ער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דעם לערער־מײַסטער אין דער ייִדישער דיקציע און אויסגעלערנט פּראָפֿעסיאָנעלע ספּיקערס און אַנדערע וואָרט־קינסטלערס די געזעצן פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

זייער שנעל, ווי יצחק לודען האָט אונטערגעשטראָכן, האָט מיכאל זיך אײַנגעגלידערט אין "אַרבעטער־רינג", וווּ אַלע זײַנע פֿעיִקייטן האָבן באַקומען אַ ממשותדיקן אויסדרוק: אונטער זײַן איניציאַטיוו איז אַקטיוויזירט געוואָרן דער קולטור־קרײַז פֿון דער באַוועגונג. ער האָט געשאַפֿן און אָנגעפֿירט דאָרט מיטן אַמאַטאָרישן טעאַטער־אַנסאַמבל, און אויפֿגעפֿירט מיט זיי אפֿשר 30 פּיעסעס פֿון דער בעסטער ייִדישער דראַמאַטורגיע. אַ וווילערישער ריכטיקער באָהעמיאַן האָט ער ליב געהאַט ענגע חבֿרישע קרײַזן, וווּ מ’קאָן אויסטרינקען אַ גלעזל, זיך פֿאַרווײַלן אינטערעסאַנט אויפֿהאַלטנדיק די קולטורעלע אַטמאָספֿער. און לודען פֿאַרענדיקט זײַנע ווערטער מיט אַן אָפּטימיסטישן אַרויסזאָג: ער פֿעלט אונדז טאַקע אויס, מיכאל בן־אַבֿרהם, נאָר צו אונדזער מזל זעצט פֿאָר זײַן אַרבעט מיט אַזוי פֿיל געשיקטקייט און הצלחה שורע גרינהויז־טורקאָוו, פֿאַר וועמען מיר האָבן בלויז אָפּשײַ און אָנערקענונג.

די פֿרימאָרגנדיקע אַזכּרה צום אָנדענק פֿון אומפֿאַרגעסלעכן מיכאל בן־אַבֿרהם האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט צוויי פֿראַגמענטן פֿון ווידעאָ־פֿילמען, וווּ מ’האָט געקאָנט זען און הערן מיכאלן; איינער — פֿון זײַן יונגער פֿאַרערערין רחל אָכונאָוו און דער אַנדערער פֿון יונגן בונדיסט ערן (אַראַן) טורבינער אין די ראַמען פֿון אַ לאַנגן פֿילם "פּאָרטרעטן פֿון אויסנעמיקע ישׂראלדיקע בונדיסטן".