ליטעראַטור

דמיטרי פֿעלדמאַן, דמיטיר פּאַנאָוו.
שטורמישע יאָרן פֿונעם "שטילן פֿעלד" אין נײַ־רוסלאַנד׃ צוויי יאָרהונדערט פֿון דער ייִדישער קאָלאָניע "סיידעמענוכע".
מאָסקווע׃ דרעוולעכראַנילישטשע, 2009


די פּאָליטיק פֿון דער צאַרישער רעגירונג און דער סאָוועטישער מאַכט לגבי די ייִדן איז געווען ביז גאָר פֿאַרשיידן, אָבער ביידע האָבן זיי געהאַט איין בשותּפֿותדיקן אַספּעקט: זיי האָבן געשטיצט ייִדישע קאָלאָניזאַציע און אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשידענע פּראָיעקטן ריזיקע געלטער, הגם קיין ממשותדיקן רעזולטאַט האָט מען דערפֿון ניט באַקומען. דער סאַמע לעצטער פּרוּוו איז געמאַכט געוואָרן שוין נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט אַריבערגעפֿירט קיין ביראָבידזשאַן אַ צאָל ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.

דאָס בוך פֿון צוויי רוסישע היסטאָריקער דערציילט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אויפֿן סמך פֿון איין קאָלאָניע, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען "סיידעמענוכע" — דאָס הייסט, שׂדה־מנוחה. דאָס בוך איז אַ פֿײַנער מוסטער פֿון מיקראָ־היסטאָרישער פֿאָרשונג, וואָס אילוסטרירט און דערקלערט דעם ברייטערן היסטאָרישן גאַנג מיט דער הילף פֿון אַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון איין באַזונדער אָרט.

דער פּלאַן צו מאַכן פּויערים פֿון ייִדן איז אַרײַן אין די קעפּ פֿון דער רוסישער אַדמיניסטראַציע גלײַך נאָך דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, אין 1773. איינצײַטיק מיט מיזרח־פּוילן האָט רוסלאַנד דעמאָלט פֿאַרכאַפּט אַ ריזיקן שטח לאַנד אויף דעם דרומדיקן ראַנד, ביזן שוואַרצן ים. די ערד איז געווען רוי און ניט באַוווינט, און די קלימאַטישע באַדינגונגען זײַנען געווען ניט זייער גינסטיק פֿאַר לאַנדווירטשאַפֿט. די ווינטערס זײַנען דאָרט געווען ווינטיק און קאַלט, די זומערן הייס און טרוקן. די קײַזערין יעקאַטערינע די צווייטע האָט פֿאַרבעטן קיין "נײַ־רוסלאַנד" קאָלאָניסטן פֿון פֿאַרשידענע אייראָפּעיִשע לענדער — דײַטשן, סערבן, רומענער, גריכן — און געשאַפֿן פֿאַר זיי גינסטיקע עקאָנאָמישע און לעגאַלע באַדינגונגען.

די ערשטע פּראַקטישע טריט אַראָפּצוברענגען ייִדן פֿון ווײַסרוסלאַנד אין די נײַ־רוסישע סטעפּן האָט די רוסישע רעגירונג אונטערגענומען אין 1807, ווען מען האָט פֿאַרלייגט די יסודות פֿון די ערשטע ייִדישע קאָלאָניעס אין כערסאָנער גובערניע. צווישן זיי זײַנען געווען די גרויסע און די קליינע "סיידעמענוכע". ווי עס דערקלערן די מחברים, "דער קאַטאַליזאַטאָר פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס איז געווען דער אָנהייב פֿונעם מאַסן־גירוש פֿון ייִדן פֿון די דערפֿער, וווּ אַ סך פֿון זיי האָבן געלעבט. די דאָזיקע פּאָליטיק האָט צוגענומען פּרנסה בײַ אַ היפּשער צאָל ייִדן, און זיי האָבן ניט געהאַט קיין אַנדער ברירה ווי נאָר צו זוכן גליקן אין די ווײַטע מקומות."

טויזנטער ייִדן פֿון רײַסן, וואָלין און פּאָדאָליע האָבן זיך אַרײַנגעלאָזט אינעם ווײַטן וועג אַרײַן, ניט וויסנדיק וואָס ס׳וואַרט אויף זיי אויף דעם נײַעם אָרט. זיי האָבן געחלומט וועגן "געבענטשטן נײַ־רוסלאַנד" מיט פֿרוכטבאַרער ערד און וועגן ברייטהאַרציקער שטיצע מצד דער מלוכה. אָבער די ווירקלעכקייט האָט זיך אַרויסגעוויזן גאָר אַנדערש. די פֿינאַנציעלע הילף, וואָס מען האָט באַקומען, איז געווען גאָר אַ קליינע, הגם די רעגירונג האָט אויסגעטיילט אויף דעם פּראָיעקט אַ ריזיקן בודזשעט. נאָכן לאַנגן וועג, וואָס האָט געדויערט עטלעכע חדשים, זײַנען די מענטשן געווען אויסגעמאַטערט, קראַנק און אָפּגעריסן. דערצו נאָך האָבן די שטעטלדיקע ייִדן ניט געהאַט קיין דערפֿאַרונג צו אַרבעטן אויף דער ערד — בפֿרט, אין אַזעלכע שווערע באַדינגונגען.

די רעגירונג־אינספּעקציע פֿון יענער צײַט האָט פֿעסטגעשטעלט׃ "די ייִדן זײַנען אינעם שרעקלעכן מצבֿ און בעטן אין איין קול מיט טרערן מען זאָל זיי ראַטעווען פֿון טויט. אין צעפֿאַלענע חורבֿות אָן דעכער, אָן קיין שום דערנערונג און הייצוואַרג, וואָס מען קאָן ניט קריגן הינטער די ריזיקע שנייען, גייען זיי אויס פֿון הונגער און קעלט אין מיטן דעם סטעפּ!"

די ייִדישע קאָלאָניזאַציע אין דרום־רוסלאַנד איז געווען אַ "שווערער און פּײַנלעכער פּראָצעס מיט אַ סך מפּלות", האַלטן די מחברים. די סיבות דערפֿון זײַנען געווען סײַ סוביעקטיווע, סײַ אָביעקטיווע. אין פֿאַרגלײַך מיט די דײַטשישע קאָלאָניסטן, זײַנען די ייִדן געווען פֿיזיש שוואַכער און אָרעמער, און ניט געניט פֿאַר ערד־אַרבעט. חוץ דעם, האָבן די ייִדישע קאָלאָניעס ניט באַקומען די זעלביקע רעכט און פּריווילעגיעס, ווי זייערע קריסטלעכע שכנים. די איינציקע ממשותדיקע מעלה פֿון דעם קאָלאָניסטישן שטאַנד איז געווען דאָס, וואָס זייערע קינדער זײַנען געווען באַפֿרײַט פֿון דער מיליטער־דינסט אין דער צאַרישער אַרמיי.

איינער פֿון די מחברים, דמיטרי פֿעלדמאַן, איז אַ מומחה אין די עלטערע אַרכיוואַלע מקורים פֿון דער רוסישער געשיכטע. דער צווייטער, דמיטרי פּאַנאָוו, איז אַ פֿאָרשער פֿון גענעאַלאָגיע. בשותּפֿות זײַנען זיי געווען ביכולת צו באַהאַנדלען דעם היסטאָרישן ענין פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע פֿון אַ טאָפּלדיקן שטאַנדפּונקט, נעמענדיק אין באַטראַכט סײַ די אָפֿיציעלע, מלוכישע פּאָזיציע, סײַ די פּריוואַטע לעבנס־געשיכטעס פֿון יחידים און זייערע משפּחות.

די פֿאַראַנענע אַרכיוואַלע מקורים און פֿאַרשידענע געדרוקטע מאַטעריאַלן דערמעגלעכן צו פֿאָלגן די געשיכטע פֿון דער קאָלאָניע "סיידעמענוכע" פֿון דעם מאָמענט אָן, ווען די רעגירונג האָט באַשלאָסן אויסצוטיילן אַ שטיק לאַנד פֿאַר דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע. בהדרגה האָט די קאָלאָניע געהאַלטן אין איין וואַקסן; מיט דער צײַט האָט זיך געעפֿנט אַ מיטל־שול. אין 1885 האָט די קאָלאָניע געהאַט אַרום 1,500 ייִדישע תּושבֿים און 18 משפּחות פֿון דײַטשישע "מוסטער־ווירטן", וועלכע האָבן געדאַרפֿט לערנען די ייִדן, ווי אַזוי צו פֿירן לאַנדווירטשאַפֿט. די סטאַטיסטישע אינפֿאָרמאַציע פֿונעם סוף 19טן — אָנהייב 20סטן — יאָרהונדערט ווײַזט, אַז דאָס לעבן אין דער קאָלאָניע איז געווען סטאַביל, און דאָס רובֿ קאָלאָניסטן זײַנען געווען גאַנץ פֿאַרמעגלעך; בפֿרט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אָרעמע ייִדן אין די שטעטלעך.

די קאָלאָניעס האָבן שטאַרק געליטן פֿון די פּאָגראָמען בעתן רוסישן בירגער־קריג. אין די צוואַנציקער יאָרן פֿונעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָרהונדערט, מיט דער הילף פֿונעם אַמעריקאַנער "דזשוינט", האָט מען פּאַמעלעך צוריק אויפֿגעבויט די באַלעבאַטישקייט. מען האָט אויפֿגעבויט אַ שפּיטאָל, אַן עלעקטרישע סטאַנציע און אַ דרוקערײַ, וואָס האָט געדרוקט די ייִדישע צײַטונט "קאָלווירטער עמעס"; אָבער די שיל איז געוואָרן פֿאַרמאַכט. די סאָוועטישע מאַכט האָט אויך געפֿירט אַן אַקטיוון "קלאַסן־קאַמף" קעגן די אָרטיקע ציוניסטן און קולאַקעס (בעלי־גופֿים). אין 1924 איז "סיידעמענוכע" געוואָרן דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פֿונעם ערשטן ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און באַקומען אַ נײַעם נאָמען, קאַלינינדאָרף.

ווען די דײַטשישע אַרמיי האָט אָקופּירט די געגנט סוף זומער 1941, האָבן זיי גלײַך צעשאָסן די גאַנצע פֿאַרבליבענע ייִדישע באַפֿעלקערונג — 1,875 מענטשן. אַ פּאָר הונדערט ייִדן האָבן זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה אינעם דאָרף "קאַלינינסקאָיע" און אויפֿגעשטעלט דאָרטן אַ קאָלווירט, וואָס האָט אין משך פֿון צוואַנציק יאָר געהאַט אַ ייִדישן פֿאָרזיצער. וועגן דעם ייִדישן עבֿר דערמאָנט אַ נײַער מעמאָריאַלער דענקמאָל, וואָס מען האָט דאָרט אויפֿגעשטעלט אין 1991.

דאָס בוך ענדיקט זיך מיט עטלעכע פּרטים וועגן די ייִדישע משפּחות פֿון "סיידעמענוכע" און דאָקומענטן פֿון דער צאַרישער און סאָוועטישער רעגירונג, וועלכע באַשטימען די וויכטיקסטע מאָמענטן אין דער געשיכטע פֿון דער קאָלאָניע. די ייִדישע קאָלאָניזאַציע איז פֿאַרבליבן ניט מער ווי אַ טשיקאַווער עפּיזאָד, וואָס הענגט עד־היום ערגעץ אין דער לופֿטן צווישן פֿאַרשידענע "גרויסע" היסטאָרישע נאַראַטיוון.