|
מאַרטין ריינאָר אין דער ראָלע פֿון פֿרויד, און מאַרק ה. דאָלד אין דער ראָלע פֿון סי. עס. לויִס אין דער דראַמע |
Photo: Kevin Sprague |
איך קען גאָרנישט געדענקען ווען איך בין געווען אַזוי אַנטציקט פֿון אַ פּיעסע ווי "פֿרוידס לעצטע סעסיע," אָבער מען טאָר נישט פֿאַרלירן די האָפֿענונג, ווײַל עס איז נאָך פֿאַראַן אין דעם ניו־יאָרק אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם. דער זאַל איז טאַקע געווען געפּאַקט מיט זיי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס׳רובֿ צושויער זײַנען געווען פּסיכיאַטערס, פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָ־טעראַפּיסטן.
מיר האָבן געהאַט די זכיה צו זען ווי צוויי אינטעלעקטואַלן באָרען זיך גײַסטיק, און קענען נישט באַקעמפֿן איינער דעם אַנדערן. זייער חילוקי־דעות האָט זיך צעשפּליטערט ווען עס איז געקומען צו גאָט, מיטאָלאָגיע, רעליגיע, מענטשלעכקייט און מאָראַל. איינער פֿון זיי איז דער 83־יאָריקער זיגמונד פֿרויד, דער פֿאָטער פֿון פּסיכאָ־אַנאַליז, און זײַן קעגנער — זײַן אייגענער אַמאָליקער סטודענט, וועלכער איז שוין איצט 41 — האַרוואַרדער פּראָפֿעסאָר. האָט פּראָפֿעסאָר לויִס אָנגעשריבן אַ בוך קעגן זײַן אַמאָליקן פּראָפֿעסאָר פֿרויד, וווּ ער שילדערט אים ווי איינעם וואָס איז אײַנגעגלייבט אין זיך, אַ גרויסהאַלטער, אַ רודף־כּבֿוד, מיט איין וואָרט: אַן אַלטער איגנאָראַמוס.
דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט פֿרוידס לעצטע וואָכן אָדער טעג. ער איז אָנגעגריפֿן פֿון ראַק אין מויל, און מוז פֿון צײַט צו צײַט אָפּשטעלן דעם וויכּוח און אויסשפּײַען די בלוטן וואָס וואַרגן אים. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון ווין ווען דער דײַטש האָט אַרײַנמאַרשירט קיין עסטרײַך אין 1938. דעמאָלט האָט ער זיך באַזעצט אין לאָנדאָן. זײַן עלעגאַנטער אויפֿנאַם־קאַבינעט איז אַ קאָפּיע פֿון זײַן קאַבינעט אין ווין, פֿול מיט ביכער־פּאָליצעס, אַריסטאָקראַטיש, אָנגעפּיקעוועט מיט סטאַטועס און סטאַטועטקעס פֿון קלאַסישע און קאָסמישע אויסגעשניצטע געטער. לויט פֿרוידן, דאַרף מען זיי באַוווּנדערן. ערשטנס, די אַרבעט פֿון די קינסטלער און צווייטנס, ווי אַ באַווײַז אין וואָס מענטשן האָבן אַמאָל געגלייבט.
ווען זײַן אַמאָליקער סטודענט, קלײַוו סטייפּלס לויִס, באַווײַזט זיך אין פֿרוידס קאַבינעט, איז נאָך די באַגריסונגען און גלאַט פּוסטע רייד, זײַנען זיי אַריבער צו ערנסטע וויכּוחים. איך וואָלט געשוווירן, אַז איך הער גאַנצע טראַקטאַטן פֿון אונדזער אייגענעם חיים גראַדע אין זײַן עסיי "מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער." דער פֿילאָסאָפֿישער געדאַנקען־גאַנג האָט פּונקט אַזוי צו טאָן מיט דער נישט־עקזיסטענץ פֿון גאָט און פֿאַרקערט, די אָנוועזנקייט פֿון השגחה־פּרטית (personal God). דער וויכּוח, סײַ פֿרוידס און סײַ חיים גראַדעס, האָבן צו טאָן מיט ספֿקות אין דעם גאַנצן אײַנשטעל פֿון רעליגיע בײַ ייִדן און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז פֿרויד האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ פֿרומער, ייִדישער היים, פֿון וועלכער ער האָט זיך אָפּגעשאָקלט. אָבער סימנים זײַנען פֿאַרבליבן. יעדעס מאָל וואָס ער ענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן, טוט ער עס מיט אַ ייִדישן ניגון. זיגמונד פֿרויד איז געווען אַן אינאָוואַטאָר אינעם שטח פֿון פּסיכאָ־אַנאַליזע, און מיט דער צײַט האָט ער גענומען פֿירן טישן, וואָס איך וואָלט קוואַליפֿיצירט ווי אַ נײַע רעליגיע וואָס מען רופֿט עס "פּסיכאָ־אַנאַליזע."
סײַ פֿרויד און סײַ זײַן סטודענט, פּראָפֿ׳ לויִס, ביידע ריזן אין פֿירן דיספּוטאַציעס, ביידע דיאַלעקטיקער, אַרײַנגעטאָן אין סאָפֿיזם. זייערע חילוקי־דעותן און ראַנגלענישן אין וועלן דערגיין דעם סוד פֿון לעבן, פֿון גײַסטיקער אַנטוויקלונג דורך די דורות. דער עיקר, ראַנגלען זיך די צוויי אינטעלעקטואַלן קנאָיש (zealot) וועגן דער גאָטהייט און קעגן דער גאָטהייט. עס איז אַ קאַמף פֿון חכמות, געדאַנקען־פּראָוואָקאַציע, צערייצטקייט און צו מאָל כּעס.
זײַן סטודענט, פּראָפֿ׳ לויִס האָט צו 33 יאָר באַשלאָסן אַריבערצוגיין פֿון קריסטלעכן אַטעיִזם אויף קריסטלעכן טעיִזם, און צו 41 גייט אים אין לעבן איבערצוצײַגן פֿרוידן, אַז דער מענטש קען נישט לעבן אָן אַ גלויבן. פּראָפֿ׳ לויִס איז אַ לאָגישער מענטש און שטעלט זיך אײַן פֿאַר זײַנע איבערצײַגונגען. ביידנס אַרגומענטאַציעס זײַנען אײַזן שטאַרק, מיטן אויסנאַם, אַז ביידנס קולטור און דערציִונג זײַנען איבערגעלאָדענע מיט היים און גאַס. ביידע שעפּן פֿון אייגענע ברונעמער. איינער לאָגלט אמונה, דער צווייטער דערטרינקט אַ יעדן געטלעכן געדאַנק, צוקוקנדיק זיך צו דער גלײַכגילטיקייט פֿון דער נאַטור. ס׳הייסט, די נאַטור איז נישט אָפּהענגיק אין גאָט צו קאָנוווּלסירן אַן ערד־ציטערניש, אַ מגפֿה, אָדער אַ פֿאַרגיסונג.
אין חיים גראַדעס "קריג מיט הערש ראַסײַנער," טענהט אײַן חיים ווילנער מיט זײַן פֿרומען חבֿר:
"איר מיינט, ר׳ הערש, אַז נאָר איר האָט אַ מאָנאָפּאָל אויף חסד און אמת. איר האָט אויסגעטראַכט אַ וועלט און זײַט זי מבֿטל. איר האָט אויסגעטראַכט אַ מענטשן און איר הייסט אים זיך שטעלן אויפֿן קאָפּ. אַפֿילו די לאַגערן האָבן נישט געמאַכט דעם מענטשן אַנדערש."
פֿרוידס תּלמיד, פּראָפֿ׳ לויִס האָט אויסגעביטן דאָס רענדל און אָנגענומען דעם קאַטוילישן גלויבן האַק־פּאַק און פֿערדבײַטשל, אַרײַנגערעכנט די הייליקע בתולה מיט איר גאָטס זון.
פֿרויד שרײַבט:
"די וועלט איז גאָטלאָז. רעד זיך נישט אײַן, אַז דײַן גאָט וועט דיך ראַטעווען פֿון קאַטאַקליזמען, אָנשיקענישן און ספֿקות."
אין מיטן, לאָזט פֿרויד וויסן זײַן תּלמיד, אַז ער וואַרט אויף זײַן דאָקטער און אַז ער האָט אָפּגעמאַכט מיט אים, ער זאָל אים העלפֿן מאַכן אַ סוף צו זײַן לעבן. דערווײַל הערט מען ווי די דײַטשע עראָפּלאַנען באָמבאַרדירן לאָנדאָן. די ראַדיאָ זאָגט אָן מען זאָל אָנטאָן גאַזמאַסקעס. אין דעם מאָמענט כאַפּן ביידע דיספּוטאַנטן די גאַזמאַסקעס און ווען די סכּנה ענדיקט זיך, ברעכן זיי אויס אין אַ העליש געלעכטער.
"ערשט האָט איר, פּראָפֿ׳ פֿרויד, אָנגעזאָגט מיר די בשׂורה אַז איר גייט מאַכן אַ סוף צו אײַער לעבן. ס׳הייסט, איר ווילט באַגיין זעלבסטמאָרד, און דאָ בײַ דער ערשטער געלעגנהייט פֿון פֿאַרלירן דאָס לעבן האָט איר אָנגעטאָן די גאַזמאַסקע מיטן געדאַנק, אַז איר ווילט יאָ בלײַבן לעבן."
ביידע לאַכן... אַז אָך און וויי צו זייער געלעכטער. דער ייִד וואָס פֿאַרלייקנט זײַן גאָט און דער גוי לאַכט פֿון זײַן אייגענעם גלויבן. ביידע ווייסן גאַנץ גוט, אַז ס׳וועט זיי העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס אין צײַט פֿון אַ באָמבאַרדירונג; דער עיקר, מיט גאַז.
אַז ס׳איז געקומען צו רייד, האָט מען זיך גענומען גריבלען אין די קליינע אותיותלעך. ס׳הייסט, אַז לויט די ביבל־קריטיקער קומט אויס אַז משה רבינו האָט בכלל נישט עקזיסטירט. ער איז געווען אַן עגיפּטער. און אַז ס׳איז געקומען צו רייד, האָבן די ביבל־קריטיקער אויך זיך באַנוצט מיט דער זעלבער טעאָריע און אויפֿגעוויזן, אַז יעזוס האָט אויך קיין מאָל נישט עקזיסטירט; אַז אַלע רעליגיעס באַשטייען פֿון מיטאָלאָגיעס, לעגענדעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פֿעלקער; פֿון צעפֿלאַקערטע פֿאַנטאַזיעס, פֿאָלקס־מעשׂיות, און פֿון דעם האָט יעדעס פֿאָלק צוגעשניטן פֿאַר זיך זייער גאָט און זייער רעליגיע.
סיינט מאַרק דזשערמיינס בריליאַנטענער סצענאַר האָט זיך באַזירט אויף אַרמאַנד מ. ניקאָלי דזשוניאָרס בוך "די פֿראַגע פֿון גאָט (The Question of God).
חיים גראַדע, ווידער, וועלכער האָט זיך געגריבלט אין די זעלבע מפּלות און גאָט־פֿאַרלייקענונג ווי פֿרויד, איז אָבער נאָך דער היטלעריסטישער מלחמה געקומען צום אויספֿיר, אַז מיר טראָגן נישט אַרויס אונדזערע ספֿקות און גאָט־ראַנגלענישן אין דער דרויסנדיקער וועלט. בײַ אונדז, ייִדן, פֿירט מען די שלאַכט צווישן אייגענע.
פֿרויד איז אָבער לגמרי אַן אַטעיִסט, און פֿירט טיש מיט זײַנע פֿאַרמעגלעכע קליענטן, דליביעט אַרײַן אין זייערע מוח־מאַשינעריעס צו דערגיין פֿון וואָס זיי לײַדן און פֿאַרוואָס זיי פּײַניקן זיך אַזוי. אין דער אמתן שפּילט ער דאָך אַליין די ראָלע פֿון גאָט, און זײַן תּלמיד, פּראָפֿ׳ לויִס וויל מיט גוטן און מיט שלעכטן דערווײַזן, אַז דער מענטש נייטיקט זיך אין אַ פּערזענלעכן גאָט. ער ווייסט, ווײַל ער האָט געפֿונען יעזוסן, אין וועלכן ער גלייבט.
די פּסיכאָ־פֿילאָסאָפֿישע פּיעסע איז טאַקע געשריבן מיט גרויס טאַלאַנט און שעפֿערישן גײַסט. ווי געזאָגט, איך בין געווען אַנטציקט. אָבער ווען איך האָב אַרײַנגעקוקט אין חיים גראַדעס "וויכּוח" האָט עס מיך אויסגעטשוכעט. חיים גראַדע איז אַ מוח־שרויף, אַ פֿילאָסאָף, בײַ וועמענס פֿיס מען דאַרף זיצן און שלינגען אַ יעדע חכמהלע וואָס האָט צו טאָן מיט וועלט, רישעות, גוטסקייט, חורבן, ייִדישקייט, גאָט און אַפּיקורסות. אַפֿילו פֿרויד איז פֿאַראָרעמט אַנטקעגן אונדזער קלאַסישן שריפֿטשטעלער, חיים גראַדע.
די פּיעסע שפּילט מען אין "Little Theater," סענטראַל פּאַרק וועסט און 64סטע גאַס. עס נעמען אָנטייל מאַרק ה. דאַלד (פֿרויד) און מאַרטין ריינאָר (לויִס). די פּרעכטיקע דעקאָראַציעס האָט צוגעשטעלט ברײַען פּראַטהער און די קאָסטיומען — מאַרק מאַריאַני. די אויסערגעוויינטלעכע רעזשי געהערט צו טײַלער מאַרטשאַנט. פֿאַרפֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג.