פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
"אַ באַזוך האַלבע נאַכט אין בית־עולם"מאָלערײַ פֿון מאיר קירשענבלאַט

די שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט, במשך פֿון 150 יאָר, זיך גאָר אַ סך אַנטוויקלט. אויב מע פֿאַרגלײַכט פּראָפֿ׳ דבֿ נויס אַרטיקל אין דער "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" פֿון 1971, וואָס מיר האָבן באַטראַכט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל אין אונדזער פֿאָלקלאָר־רובריק, מיט די אַרטיקלען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון דער "Jewish Encyclopedia" פֿון 1903, זעט מען ווי ווײַט דער באַנעם פֿון פֿאָלקלאָר צווישן די אַקאַדעמיקער און פֿאָרשער האָט זיך געביטן.

ייִדיש־וועלט, געזעלשאַפֿט, קולטור
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שוין דאָס זעקסטע מאָל, ווי עס קומען פֿאָר אין דער אָפֿיציעלער רעזידענץ פֿון פּרעזידענט פֿון דער מדינה, שמעון פּערעס אין ירושלים, באַגעגענישן אין דער סעריע "ספֿרות ותרבות בבֿית־הנשׂיא" — ליטעראַטור און קולטור אין בית־הנשׂיא. מיטוואָך, דעם 23סטן יוני, איז די באַגעגעניש געווען געווידמעט דער טעמע: "היידיש — תּרבותה והתעוררותה" — ייִדיש, איר קולטור און איר אויפֿוואַכונג.

עס איז געווען אַ הייסער זומער־נאָכמיטאָג. הונדערטער מענטשן, יונג און אַלט, האָבן געשטראָמט צו בית־הנשׂיא, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער דאָזיקער אָנזעעוודיקער און חשובֿער באַגעגעניש. יעדער איינער פֿון זיי, וואָס ייִדיש איז אים ליב און טײַער, אָדער וועלכער האָט אַ באַזונדערס וואַרעמען געפֿיל צו ייִדיש, צוזאַמען מיט דער גרויסער צאָל "ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ייִדיש־לערער און ייִדישע קולטור־טוער האָבן געפֿילט אַ דערהייבונג זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט דעם פּרעזידענט פֿון דער מדינה

געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אָקטאָבער 1930 האָט זיך אין מאָסקווע באַוויזן אַ צײַטונג אויף ענגליש "מאָסקאַו ניוס". די רעדאַקטאָרין, אַנאַ-לויִז סטראָנג, איז געווען אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע מיט גאַנץ עקסצענטרישע אידעאָלאָגישע איבערצײַגונגען; איינע פֿון די פּען-מענטשן וואָס פֿלעגן באַשרײַבן די וועלט ניט אַזוי, ווי זיי האָבן זי געזען, נאָר אַזוי, ווי זיי האָבן זי געוואָלט זען. די ענגלישע צײַטונג האָט זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, ווײַל צו יענער צײַט האָט מאָסקווע און אַנדערע גרויסע שטעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גענומען זיך אָנפֿילן מיט ענגליש-רעדנדיקע מיגראַנטן. אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען, דער עיקר, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעלאָדן מיט אידעען פֿון בויען אַ נײַע סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט;

קולטור, געשיכטע
אין דער קאַריקאַטור, מיינט מען צו זאָגן, אַז אַב. קאַהאַן האָט זיך געפֿילט שולדיק נאָך גאָרדינס טויט, וואָס ער האָט אים יאָרן לאַנג אַזוי קריטיקירט. אונטערן בילד האָט מען געשריבן: 
"
געוואַלד, גענאָסען, ראַטעוועט! מען זאָגט, אַז ערבֿ גאָרדינס יאָרצײַט איז קאַהאַן אײַנגעשלאָפֿן איבער אַ ׳בינטל בריוו" און אין חלום האָט ער דערזען ווי אַ האַנט שרײַבט גאָרדינס נאָמען אויף דער וואַנד. פֿאַר גרויס שרעק האָט ער, ניט פֿאַר קיין מענטש געדאַכט, פֿאָרלאָרן דאָס לשון.... און ווען אַפֿילו אויף מאָרגן, נאָכן יאָרצײַט, ווען עס האָט אים שוין אַ ביסל אָפּגעלאָזט, האָט ער אַזוי גערעדט, אַז עס האָט זיך ניט געקלעפּט אַ וואָרט צו אַ קוואָרט.... וואָס מיט אַ רעוואָלוציאָנערן רעדאַקטאָר קען פּאָזירן — אַ גרויל!" גרויסער קונדס, יוני 24, 1910.

דער "פֿאָרווערטס" איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין 1897 אין ניו־יאָרק בײַם אָנהייב פֿון דער בלי-תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אין די ווײַטערדיקע יאָרן איז אויך פֿאָרגעקומען די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע, און ביידע קולטור־אינסטיטוציעס זענען געוואָרן געקניפּט און געבונדן.

אַב קאַהאַן, דער ערשטער און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר, האָט געזען דעם ייִדישן און רוסישן טעאַטער אין ווילנע, וווּ ער איז אויפֿגעקוואַקסן און האָט דאָרט שטודירט. דעם רוסישן טעאַטער האָט ער תּמיד געלויבט — "זיי רעדן נאַטירלעך", האָט ער געהאַלטן. פֿונעם ווילנער ייִדישן טעאַטער פֿון יענע יאָרן (דאָס הייסט, די 1870ער יאָרן) האָט ער ווייניקער געהאַלטן — "זיי שרײַען, מאַכן געוואַלדעס, רעדן נישט ווי אמתע מענטשן", אַזוי האָט ער שפּעטער זיך באַקלאָגט פֿאַר זײַנע פֿרײַנד אין ניו־יאָרק.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט, קולטור
פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

במשך פֿון מײַ און יוני האָב איך באַקומען צוויי ערשט־דערשינענע קאָמפּאַקטלעך, וואָס זיי וואַרפֿן זיך אין די אויגן מיט זייער אַנדערשקייט; ביידע קלינגען זיי אַנדערש פֿון דער געוויינטלעכער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק, און אַנדערש איין קאָמפּאַקטל פֿונעם אַנדערן. איין גרופּע באַציט זיך צו דער מוזיק מיט אַ ביסל איראָניע, די אַנדערע מיט אַן אינטענסיווער נײַגעריקייט.

די זינגערין פֿון דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" איז שׂרה־מינע גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער באַקאַנטער זינגערין און געזאַנג־לערערין חנה (אַדריאַן) קופּער. יענע וואָך האָט די ענגלישע צײַטונג "דזשויִש וויק" [Jewish Week] זי אַרויפֿגעשטעלט אויף זייער יערלעכער רשימה פֿון "36 ייִדן ייִנגער פֿון 36" וועלכע וועלן מאַכן, ווי מע האָפֿט, אַ רושם אין דער צוקונפֿט. דאָס הייסט, אַז די וועלט האַלט שוין אַן אויג אויף שׂרה־מינע גאָרדאָן און איר קאַריערע.

טעאַטער
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "די גליקן־זוכער"
אין ניו־יאָרק ווערט איצט דורכגעפֿירט דער פֿעסטיוואַל פֿון רוסישער קולטור, אָרגאַניזירט דורכן "רוסיש־אַמעריקאַנער פֿאָנד", אין שפּיץ מיט מאַרינאַ קאָוואַליאָוו. אינעם טעאַטער "מילעניום", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון ברײַטאָן, איז אין די ראַמען פֿון דעם פֿעסטיוואַל, געוויזן געוואָרן די פֿאָרשטעלונג פֿונעם געגנטלעכן רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער "גליקן־זוכער". דאָס איז איינער פֿון די עלטסטע רוסישע טעאַטערס, געגרינדעט אין יאָר 1883 אין דער שטאָט בלאַגאָוועשטשענסק, אויפֿן ווײַט־מיזרחדיקן טײַך אַמור.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

K. E. Fleming.
Greece: 
A Jewish History.
Princeton University Press, 2008

די געשיכטע פֿון ייִדן אין גריכנלאַנד געהערט ניט צו דעם הויפּטשטראָם פֿון דער ייִדישער געשיכטע, הגם אייניקע ייִדישע קהילות אין הײַנטיקן גריכנלאַנד זײַנען די סאַמע אַלטע אין אייראָפּע. און הגם ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין גריכנלאַנד נאָך פֿאַרן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המקדש, איז דער באַגריף פֿון "גריכישע ייִדן" גאָר אַ נײַע דערשײַנונג. דאָס רובֿ ייִדן, וואָס האָבן אַ מאָל געלעבט אויף דער טעריטאָריע, וואָס געהערט הײַנט צו גריכנלאַנד, האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט גריכן.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּראָפֿ׳ דבֿ נוי

אין 2011 וועט מען קענען אָפּמערקן דאָס 30סטע יאָר זינט ס׳איז דערשינען דאָס קלאַסישע רעפֿערענץ־ווערק אויף ענגליש "ענציקלאָפּעדיאַ יודאַיִקאַ". אַ צווייטע אויסגאַבע האָט מען אַרויסגעגעבן אין 2006, וווּ אַ סך פֿון די פּאָזיציעס זענען באַאַרבעט, אָבער אין תּוך איז דאָס ווערק געבליבן דאָס זעלבע. די פּאָזיציע "פֿאָלקלאָר" האָט אָנגעשריבן פּראָפֿ׳ דבֿ נוי פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, וועלכער איז מער ווי אַ האַלב יאָרהונדערט צווישן די חשובֿסטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אויף דער וועלט. ער איז געבוירן געוואָרן אין קאָלאָמיי, מיזרח־גאַליציע, אין 1922, און עולה געווען קיין ישׂראל אין 1938. נוי האָט מחבר געווען אָדער רעדאַקטירט צענדליקער ביכער און האָט באַקומען דעם "פּרס ישׂראל" אין 2004.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ליִאַ קעניג

געדאַרפֿט האָט מען אפֿשר אַ פֿוטבאָל־סטאַדיאָן, כּדי אַרײַנצונעמען דעם ריזיקן עולם וואָס איז געקומען יענעם פֿרימאָרגן צו דער אונטערנעמונג לכּבֿוד ליִאַ קעניג. ס’האָט נאָך נישט געהאַט באַוויזן צו פֿאַרלאָזן דעם זאַל דער עולם פֿון דער פֿאָרשטעלונג אויף עלף אַ זייגער בײַ טאָג, ווען ס’זײַנען שוין אָנגעקומען די יעניקע וואָס האָבן געהאַט בילעטן אויף צוויי אַ זייגער; דער קעגנזײַטיקער מענטשן־שטראָם האָט בלאָקירט יעדן דורכגאַנג און ס’האָט נאָך גענומען אַ היפּש שטיקל צײַט ביז די מענטשן וואָס האָבן זיך געריסן אַרײַנצוגיין, האָבן דערגרייכט זייער ציל און די וואָס האָבן געזוכט דעם אַרויסגאַנג, האָבן סוף־כּל־סוף דערזען די גאַס.

ליטעראַטור
אַנ־סקי, 1914

ב׳

ווי נאָר דער רוסישער חייל, כּמעט נאָך גאָר אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט אָנגעהויבן פֿאַרנעמען גאַליציע, — אַזוי אַז אין משך פֿון צוויי־דרײַ חדשים איז עס דערגאַנגען אויף מערבֿ ביז פּראָג און אויף דרום ביז אונגאַרן, — האָבן אָנגעהויבן אָנקומען נישט קלאָרע, ווי פֿאַרשטיקטע, ידיעות וועגן גרויזאַמע גוואַלדטאַטן, וואָס דאָס רוסישע מיליטער, דערהויפּט קאָזאַקן און טשערקעסן, באַגייען אַנטקעגן דער דאָרטיקער, אומבאַשיצטער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

קינאָ
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לייבאָוויטש־זאַנד און דער אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן

"שונד", דער פֿילם פֿון יעל לייבאָוויטש־זאַנד און עידאָ זאַנד, איז געוויזן געוואָרן אין דער "סינעמאַטעק" פֿון תּל־אָבֿיבֿ כּמעט בײַם סוף פֿון דעם אָקאָרשט דורכגעפֿירטן אינטערנאַציאָנאַלן דאָקומענטאַרן פֿילם־פֿעסטיוואַל.

"וואָס מיינט עס, דאָס דאָזיקע וואָרט?" — האָט זיך געהערט פֿון אַלע זײַטן פֿון זאַל, וווּ מ׳האָט געוויזן דעם פֿילם. דער פֿילם גיט נישט קיין שום אויפֿקלערונג לגבי דעם דערמאָנטן וואָרט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Abigail Green.
Moses Montefiore: Jewish Liberator, Imperial Hero.
Harvard University Press, 2010.

סיר משה־חיים מאָנטעפֿיאָרע (1784—1885) איז געווען דער ערשטער ייִדישער "סעלעבריטי" פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. דער דאָזיקער טעזיס ווערט אַנטוויקלט אין דער נײַער ביאָגראַפֿיע פֿון דעם דאָזיקן סאַמע באַרימטן ייִד פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. דאָס בוך איז אָנגעשריבן פֿון זײַנער אַ קרובֿה, פּראָפֿעסאָרין פֿון געשיכטע אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, אַביגיל גרין. די פֿאָרשערין און אירע באַהעלפֿער האָבן דורכגעאַקערט טויזנטער אַרכיוואַלע מקורים אויף נײַן שפּראַכן אין עלף לענדער, הגם דער וויכטיקסטער מקור, מאָנטעפֿיאָרעס פּריוואַטער אַרכיוו, איז פֿאַרניכטעט געוואָרן אין עטלעכע יאָר אַרום נאָך זײַן טויט, צוליב אַ סיבה, וואָס בלײַבט עד־היום ניט קלאָר.