שוין דאָס זעקסטע מאָל, ווי עס קומען פֿאָר אין דער אָפֿיציעלער רעזידענץ פֿון פּרעזידענט פֿון דער מדינה, שמעון פּערעס אין ירושלים, באַגעגענישן אין דער סעריע "ספֿרות ותרבות בבֿית־הנשׂיא" — ליטעראַטור און קולטור אין בית־הנשׂיא. מיטוואָך, דעם 23סטן יוני, איז די באַגעגעניש געווען געווידמעט דער טעמע: "היידיש — תּרבותה והתעוררותה" — ייִדיש, איר קולטור און איר אויפֿוואַכונג.
עס איז געווען אַ הייסער זומער־נאָכמיטאָג. הונדערטער מענטשן, יונג און אַלט, האָבן געשטראָמט צו בית־הנשׂיא, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער דאָזיקער אָנזעעוודיקער און חשובֿער באַגעגעניש. יעדער איינער פֿון זיי, וואָס ייִדיש איז אים ליב און טײַער, אָדער וועלכער האָט אַ באַזונדערס וואַרעמען געפֿיל צו ייִדיש, צוזאַמען מיט דער גרויסער צאָל "ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ייִדיש־לערער און ייִדישע קולטור־טוער האָבן געפֿילט אַ דערהייבונג זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט דעם פּרעזידענט פֿון דער מדינה
שמעון פּערעס אין זײַן רעזידענץ, און הערן פֿון אים, וואָס ער האָט צו זאָגן וועגן דער ייִדישער שפּראַך, איר ליטעראַטור און ייִדישער קולטור.
נאָכן בטעמטן כּיבוד אין דעם גאָרטן, וווּ עס זענען אויסגעשטעלט אין אַ ריי, די סקולפּטור־ביוסטן פֿון אַלע געוועזענע פּרעזידענטן, בראָש מיט דער מאַיעסטעטישער סקולפּטור פֿון דעם חוזה — פֿאָרזעער פֿון דער ייִדישער מדינה ד״ר בנימין־זאבֿ הערצל, געשאַפֿן פֿון דעם באַרימטן פּאַריזער סקולפּטאָר מיכאל מילבערגער, זײַנען די געסט אויפֿגענומען געוואָרן אין דעם גערוימען זאַל. די שטימונג איז געווען ממש אַ יום־טובֿדיקע. אָנגעפֿירט מיט דער פּראָגראַם פֿון דער באַגעגעניש האָט פּראָפֿ׳ חוה טורניאַנסקי פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. ווען זי האָט אויסגערופֿן דעם אָנקום פֿון דעם נשׂיא, האָט דער גאַנצער עולם זיך אויפֿגעשטעלט און אים וואַרעם אַפּלאָדירט.
נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרנומען זײַן פּלאַץ אויף דעם פּאָדיום, האָט פּראָפֿ’ חוה טורניאַנסקי דערעפֿנט די באַגעגעניש מיט אַ קורצן, באַלערנדיקן איבערזיכט פֿון דעם ייִדישן קולטור־אוצר פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום פֿאַרן חורבן און פֿון דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור הײַנט צו טאָג.
אין אָנהייב פֿון זײַן לענגערן פֿאָרטראָג דערמאָנט שמעון פּערעס דעם טרויעריקן אינצידענט, ווען רוזשקע קאָרטשאַק, איינע פֿון די אָנפֿירער פֿון דער אונטערערדישער באַוועגונג אין ווילנער געטאָ, און העלדישע פּאַרטיזאַנערין, איז אויפֿגעטראָטן אין יאָר 1945, בײַ דער הסתּדרות־קאָנפֿערענץ אין ישׂראל און האָט געבראַכט דעם שוידערלעכן באַריכט וועגן דער פֿאַּרניכטונג פֿון ליטווישן ייִדנטום. זי האָט דערציילט עס אין ייִדיש.
דוד בן־גוריון האָט דאַן פּראָטעסטירט וואָס זי האָט גערעדט אין ייִדיש, אין דער "פֿרעמדער, גרילצנדיקער שפּראַך". דער עולם אין זאַל איז געוואָרן אויפֿגערודערט פֿון בן־גוריונס שאַרפֿן אויסדרוק און איינער פֿון די פֿאַרזאַמלטע האָט אויסגערופֿן אין פּראָטעסט, אַז "ייִדיש איז די שפּראַך פֿון אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק אין די לעצטע דורות!" אָבער בן־גוריון האָט ניט מוותּר געווען און ווײַטער אַרויסגערופֿן זײַנע שענדלעכע ווערטער "אַ פֿרעמדע, גרילצנדיקע שפּראַך" — "יידיש — שׂפֿה זרה וצורמת, זרה וצורמת".
פּערעס האָט אויך דערציילט, אַז בן־גוריון איז ניט געווען אַליין אין זײַן קעגנערשאַפֿט צו ייִדיש. אַזוי איז אויך געשען, ווען מען האָט געגרינדעט דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און עס איז געווען אַ פֿאָרשלאָג צו עטאַבלירן אויך אַ ייִדישע קאַטעדרע, האָט די גרופּע "גדוד־מגיני־השׂפֿה העבֿרית", בראָש מיט מנחם אוסישקין, דוד יעלין און פּראָפֿ’ יוסף קלויזנער, געוואָרנט, אַז אויב עס וועט אויפֿקומען בײַם אוניווערסיטעט אַ ייִדישע קאַטעדרע, וועלן זיי אויסהאַקן די שויבן פֿון דעם בנין.
"די דאָזיקע קעגנערשאַפֿט", דערציילט פּערעס, "איז געווען אין דער תּקופֿה ווען מען האָט געטראַכט, אַז ייִדיש שטעלט אין געפֿאַר עבֿרית אין לאַנד. "העבֿרית ניצחה. היידיש גוועת, אַבֿל היא מפֿכּה עדיין במסתורי ליבנו" — עבֿרית האָט געזיגט, אָבער ייִדיש שפּרודלט נאָך אַלץ אין די באַהעלטענישן פֿון אונדזערע הערצער. זי איז באַהאַלטן אין די וווּנדערלעכע בלעטער פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק", האָט שמעון פּערעס עמפּאַטיש באַטאָנט.
און ער האָט ווײַטער דערקלערט אין עבֿרית, אַז "ייִדיש איז הײַנט אַ בענקשאַפֿט, מער ווי אַ שפּראַך. זי איז אַן אויסנעמלעכע קולטור־דערשײַנונג! איר שיינקייט איז ניט פֿאַרטונקלט געוואָרן. איר ריח איז ניט אויסגעוועפּט געוואָרן. צו איר שאַרפֿקייט איז ניטאָ קיין קאָנקורענט!" — האָט ער אונטערגעשטראָכן.
דער עולם אין זאַל איז ממש פֿאַרכאַפּט געוואָרן, הערנדיק די דאָזיקע שבֿחים און בילדערישע שילדערונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, פֿון מויל פֿון דעם איצטיקן נשׂיא־המדינה, פֿון דעם פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל. זיי האָבן אים אָפּגעדאַנקט מיט הויכע, וואַרעמע אַפּלאָדיסמענטן, זיי האָבן זיך צוגעהערט צו זײַנע רייד מיט גרויס באַוווּנדערונג.
צוליבן מאַנגל אין פּלאַץ, קען איך ניט איבערגעבן אין דעם באַריכט דעם פֿולן אינהאַלט פֿון זײַן עלאָקווענטן און אויסדריקפֿולן פֿאָרטראָג. אָט זענען אייניקע פֿון זײַנע דערקלערונגען: "מען קען ניט בלײַבן גלײַכגילטיק צו ייִדיש. איך אַליין, וועלכער האָט אײַנגעזויגן אין מײַנע ערשטע יאָרן דעם וווּנדער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איר געזאַנג און קולטור, היט אָפּ אַ וואַרעם־באַהאַלטן ווינקל טיף אין מײַן האַרץ."
פּערעס ציטירט פֿון דעם דיכטער יעקבֿ גלאַטשטיין, וועלכער האָט אַמאָל געזאָגט: "רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד, און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית ממילא".
און צום סוף, פֿאַּרגעסט ער אויך ניט צו דערמאָנען דעם דאָזיקן פּערזענלעכן, פּיקאַנטן עפּיזאָד:
"באַשעוויס־זינגער האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז ער איז זיכער, אַז זײַנע ביכער וועלן זײַן אַ 'בעסטסעלער’ אויף אייביק".
"ווי אַזוי?", האָב איך אים געפֿרעגט.
האָט ער מיר געענטפֿערט אָט אַזוי:
"לויט דער ייִדישער טראַדיציע, וועט דאָך זײַן תּחית־המתים. די ערשטע וואָס וועלן אויפֿלעבן, וועלן זײַן די ירושלימער ייִדן. פֿרעג איך דיך", האָט באַשעוויס געזאָגט, "וועלכע ביכער וועלן זיי דאַן אָנהייבן צו קויפֿן ווען זיי וועלן אַרויסקומען פֿון די קבֿרים. אַוודאי ייִדישע ביכער..."
אָט אַזוי האָט פּערעס פֿאַרענדיקט זײַן אינטערעסאַנטן און פּיקאַנטן פֿאָרטראָג, צו די הויכע, וואַרעמע אַפּלאָדיסמענטן פֿון דעם ענטוזיאַסטישן עולם אין זאַל.
נאָך דעם פֿאָרטראָג פֿון דעם נשׂיא, שטעלט פֿאָר פּראָפֿ׳ חוה טורניאַנסקי די באַקאַנטע אַקטריסע ליִאַ קעניג, וואָס דערציילט עטלעכע עפּיזאָדן פֿון איר לאַנגער, דערפֿאָלגרײַכער קאַריערע אויף ביידע בינעס, סײַ אויף דער ייִדישער און סײַ אויף דער העברעיִשער.
גלי דרוקער־בר־עם, סטודענטין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און מתּן חרמוני, סטודענט פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע, — ביידע געבוירענע אין ישׂראל, זענען שוין דאָקטאָראַנטן. זיי דערציילן מיט פֿיל יוגנטלעכן חן, וועגן זייערע ייִדישע פֿאָרש־אַרבעטן צו באַקומען זייער דאָקטאָר־טיטולן אין ייִדישער שפּראַך און קולטור.
אויך וועלוול טשערנין, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, וועלכער איז עולה געווען קיין ישׂראל מיט 20 יאָר צוריק, דערציילט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש ווי אַזוי ער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש, געוואָרן אַ ייִדישער דיכטער און ווי אַזוי ער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָר־טיטול פֿון בר־אילנער אוניווערסיטעט.
אין דעם אַרטיסטיש־מוזיקאַלישן טייל פֿון דער באַגעגעניש זענען אויפֿגעטראָטן מיט אַן אײַנדרוקספֿולער, פֿאַרווײַלערישער פּראָגראַם, פֿול מיט הומאָר און געזאַנג די אַרטיסטן פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, בראָש מיט זײַן דירעקטאָר שמואל עצמון־ווירצער: יעקבֿ באָדאָ, ישׂראל טרייסטמאַן, ענת עצמון, שׂשׂי קשת, יהונתן ראָזען, באַגלייט אויף דער פּיאַנע דורך מישאַ בלעכעראָוויטש.
פֿאַרענדיקט די רײַכע פּראָגראַם האָט ליִאַ קעניג פֿון "הבימה"־טעאַטער מיט אַ הומאָרעסקע פֿון שלום־עליכם.
נאָך דער באַגעגעניש אין דעם גרויסן זאַל האָט שמעון פּערעס אײַנגעלאַדן דעם אַנסאַמבל פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין זײַן פּריוואַטן אויפֿנעם־צימער, כּדי זיי צו באַדאַנקען פֿאַר זייער אָנטייל אין דער דאָזיקער פֿײַערלעכער באַגעגעניש.
בײַ דער געלעגנהייט האָבן צוויי יונגע אַקטריסעס פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער פּרעזענטירט דעם נשׂיא מיט אַ קאָפּיע, אין פֿאָרעם פֿון אַ מגילה, די באַקאַנטע מאַקאַמע פֿון חיים חפֿר (כעפֿער), איבערגעזעצט פֿון עבֿרית אויף ייִדיש פֿון יצחק לודען, וואָס הייסט "ביד הלשון".
שמואל עצמון האָט אויך ציטירט עטלעכע רירנדיקע פֿראַגמענטן פֿון דער מאַקאַמע, וואָס האָבן געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויף דעם נשׂיא שמעון פּערעס. עס איז כּדאַי צו באַצייכענען, אַז די דאָזיקע באַגעגעניש האָט, סוף־כּל־סוף, אויסגעדריקט אַ מלוכישע אָנערקענונג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור בכלל, און אַ באַזונדערן לויב און אָנערקענונג צו דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין לאַנד בפֿרט.
עס איז איבעריק צוצוגעבן, אַז דער גאַנצער פֿאַרזאַמלטער עולם האָט געהאַט אַ גײַסטיקן גענוס, אַ נחת־רוח און פֿאַּרגעניגן פֿון דער דאָזיקער אויסנעמלעכער באַגעגעניש, מיט דער באַטייליקונג פֿון דעם נשׂיא פֿון ישׂראל שמעון פּערעס אין זײַן רעזידענץ אין ירושלים.