|
אין דער קאַריקאַטור, מיינט מען צו זאָגן, אַז אַב. קאַהאַן האָט זיך געפֿילט שולדיק נאָך גאָרדינס טויט, וואָס ער האָט אים יאָרן לאַנג אַזוי קריטיקירט. אונטערן בילד האָט מען געשריבן:
"
געוואַלד, גענאָסען, ראַטעוועט! מען זאָגט, אַז ערבֿ גאָרדינס יאָרצײַט איז קאַהאַן אײַנגעשלאָפֿן איבער אַ ׳בינטל בריוו" און אין חלום האָט ער דערזען ווי אַ האַנט שרײַבט גאָרדינס נאָמען אויף דער וואַנד. פֿאַר גרויס שרעק האָט ער, ניט פֿאַר קיין מענטש געדאַכט, פֿאָרלאָרן דאָס לשון.... און ווען אַפֿילו אויף מאָרגן, נאָכן יאָרצײַט, ווען עס האָט אים שוין אַ ביסל אָפּגעלאָזט, האָט ער אַזוי גערעדט, אַז עס האָט זיך ניט געקלעפּט אַ וואָרט צו אַ קוואָרט.... וואָס מיט אַ רעוואָלוציאָנערן רעדאַקטאָר קען פּאָזירן — אַ גרויל!" גרויסער קונדס, יוני 24, 1910. |
|
דער "פֿאָרווערטס" איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין 1897 אין ניו־יאָרק בײַם אָנהייב פֿון דער בלי-תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אין די ווײַטערדיקע יאָרן איז אויך פֿאָרגעקומען די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע, און ביידע קולטור־אינסטיטוציעס זענען געוואָרן געקניפּט און געבונדן.
אַב קאַהאַן, דער ערשטער און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר, האָט געזען דעם ייִדישן און רוסישן טעאַטער אין ווילנע, וווּ ער איז אויפֿגעקוואַקסן און האָט דאָרט שטודירט. דעם רוסישן טעאַטער האָט ער תּמיד געלויבט — "זיי רעדן נאַטירלעך", האָט ער געהאַלטן. פֿונעם ווילנער ייִדישן טעאַטער פֿון יענע יאָרן (דאָס הייסט, די 1870ער יאָרן) האָט ער ווייניקער געהאַלטן — "זיי שרײַען, מאַכן געוואַלדעס, רעדן נישט ווי אמתע מענטשן", אַזוי האָט ער שפּעטער זיך באַקלאָגט פֿאַר זײַנע פֿרײַנד אין ניו־יאָרק.
ווען קאַהאַן איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1882 איז ער אַ צײַט לאַנג אײַנגעשטאַנען בײַ דער באַקאַנטער משפּחה טאָמאַשעווסקי, מיטן אַקטיאָר באָריס טאָמאַשוועסקי, וועלכער איז געווען פֿון די ערשטע בויער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער אין לאַנד. ס׳רוב פֿאָרשטעלונגען צו יענער צײַט זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן פֿון טעאַטראַלע ליבהאָבער־גרופּעס. "פּראָפֿעסיאָנעלע" אַקטיאָרן האָבן ערשט אָנגעגעהויבן קומען סוף־1880ער און 1890ער יאָרן, נאָך דעם ווי דער רוסישער צאַר האָט פֿאַרווערט צו שפּילן ייִדישן טעאַטער אין 1883. קאַהאַן איז נישט געוואָרן נתפּעל פֿון די ייִדישע טרופּעס, און, אַגבֿ, אויך נישט פֿונעם ענגלישן טעאַטער אין ניו־יאָרק צו דער צײַט. "די אַקטיאָרן זינגען אויף דער בינע אַנשטאָט צו רעדן", האָט ער געזאָגט וועגן דער ענגלישער בינע.
ווען קאַהאַן האָט אָנגעהויבן צו דרוקן דערציילונגען און גרעסערע ווערק, האָט דער ייִדישער טעאַטער אויסגענוצט זײַן מאַטעריאַל — אַמאָל געפֿרעגט בײַ אים אַ דערלויבעניש, אַ מאָל נישט, ווי עס האָט זיך דעמאָלט הפֿקרדיק געפֿירט. בעסי טאָמאַשעווסקי דערציילט, ווי מע האָט אויפֿגעפֿירט קאַהאַנס אַ פּיעסע אין 1898, אונטערן נאָמען "דאָס גרינע ווײַבל אָדער יענקי דודל", וואָס איז "אַנטליִען" געוואָרן פֿון קאַהאַנס נאָוועלע "יענקל דער יענקי".
לויטן טעאַטער־היסטאָריקער ב. גאָרין, האָט קאַהאַן אָנגעשריבן אַ פּיעסע אין 1898 פֿאַר דער בינע, נאָר ווען די טרופּעס האָבן אים געגעבן צו פֿאַרשטיין די באַדינגונגען פֿונעם קאַנטראַקט, און ווי אַזוי מע וועט באַאַרבעטן דעם טעקסט, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט.
קאַהאַן און גאָרדין
ערשט ווען יעקבֿ גאָרדין האָט אָנגעהויבן שרײַבן זײַנע פּיעסעס אין די 1890ער יאָרן, האָט קאַהאַן זיך באמת פֿאַראינטערעסירט מיטן טעאַטער אין ניו־יאָרק; אָבער פֿון די אַלע דערמאָנטע פּרטים, פֿאַרשטייט מען, אַז קאַהאַן בײַ דער גרינדונג פֿונעם "פֿאָרווערטס" אין 1897, איז שוין געווען קריטיש געשטימט צו דער ייִדישער בינע. ער האָט פֿאַר זיך געזען דעם מוסטער פֿונעם נאַטוראַליסטישן רוסישן טעאַטער, אָבער דער ייִדישער טעאַטער האָט זיך קיין מאָל נישט געקענט מיט אים פֿאַרמעסטן.
יעקבֿ גאָרדין איז געוואָרן דער ערשטער "שטערן"־דראַמאַטורג אין אַמעריקע; אַ קולט־פֿיגור מיט אַ סך אָנהענגער סײַ פֿון זײַן דראַמאַטורגיע, סײַ פֿון זײַן פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט. ווי עס טרעפֿט אָפֿט אין די ענגע סבֿיבֿות, האָבן די צוויי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן מיט זייערע גרויסע עגאָס, נישט געקענט פֿאַרטראָגן איינער דעם אַנדערן. גאָרדין, דער מער עמאָציאָנעלער און היציקער פֿון די צוויי פּערזאָנען האָט זײַנע געפֿילן אָפֿן אויסגעדריקט אין דרוק און אויף די אונטערנעמונגען; קאַהאַן, אַ מער צוריקגעהאַלטענער טיפּ, האָט יעדעס מאָל דערלאַנגט גאָרדינען דורכן "פֿאָרווערטס", און זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק, הלמאַי מע מאַכט אַזאַ צימעס פֿון זייער קריגערײַ.
לויט קלמן מרמר, האָט די גאַנצע מחלוקת צווישן קאַהאַן און גאָרדין זיך צעפֿלאַקערט נאָך דעם, ווי גאָרדין האָט קריטיש רעצענזירט קאַהאַנס נאָוועלע "יעקל", און קאַהאַן האָט עס אים קיין מאָל נישט געקאָנט מוחל זײַן. נאָך דער פּאָפּולערער דראַמע "מירעלע אפֿרת" האָט גאָרדין אָנגעשריבן "טהרות־המשפּחה", אַ גאַנץ נעגאַטיווע באַשרײַבונג פֿונעם פֿרומען לעבן. די גאַנצע ראַדיקאַלע פּרעסע, פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, האָט די דראַמע געלויבט. אָבער די נישט־ראַדיקאַלע פּרעסע, דאָס הייסט, די קאָנסערוואַטיווע, די רעכטע פֿרומע פּרעסע, האָט זי אַטאַקירט, און גאָרדין האָט אויף דעם זיך געריכט. ער איז אָבער דערשטוינט געוואָרן, ווען דער "פֿאָרווערטס", די וויכטיקסטע סאָציאַליסטשע צײַטונג, האָט אים נישט פֿאַרטיידיקט. גאָרדין האָט פֿון דעם פֿאַרשטאַנען, אַז צווישן אים און קאַהאַן איז נישט אַלץ כּשורה.
די אַנדערע ראַדיקאַלע צײַטונגען האָבן אויך פֿון צײַט צו צײַט קריטיקירט גאָרדינס פּיעסעס, אָבער קאַהאַנס קריטיק האָט אים געקרענקט מער ווי די אַנדערע. אין זײַנע זכרונות שרײַבט קאַהאַן, אַז צווישן אים און גאָרדין איז פֿאָרגעקומען אַ פֿרײַנדלעכע דעבאַטע, נאָר ס׳זעט אויס, אַז די "פֿרײַנדלעכקייט" איז נאָר געווען פֿון איין צד.
גאָרדינס פֿאַרטיידיקער האָבן געענטפֿערט אינעם בריווקאַסטן פֿון "פֿאָרווערטס", און גאָרדינס ענטפֿער האָט מען אויך אָפּגעדרוקט אין דער צײַטונג. אָבער קאַהאַנס תּשובֿות האָבן פֿאַרנומען צוויי מאָל אַזוי פֿיל אָרט ווי די קריטישע בריוו.
גאָרדין האָט שטאַרק אונטערגעשאַצט דעם כּוח און השפּעה פֿון קאַהאַן. ער איז נישט געווען סתּם אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ צײַטונג, נאָר דער קייסער פֿון אַן אימפּעריע, איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע פֿירער אין לאַנד. דער "פֿאָרווערטס" איז לאַנגע יאָרן געווען די איינציקע סאָציאַליסטשע טאָג־צײַטונג אויף ייִדיש, און אויב גאָרדין האָט געמיינט, אַז די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי וועט אים פֿאַרטיידיקן פֿון קאַהאַנס אַטאַקעס, האָט ער געהאַט אַ גרויסן טעות — זי איז נישט געווען מסוגל דאָס צו טאָן.
גאָרדין האָט נישט געהאַלטן פֿון קאָמפּראָמיסן: ער איז געווען "אַ מענטש פֿון פּרינציפּן", און זײַן אומבייגעוודיקייט האָט אים טײַער געקאָסט. ווען די אַנדערע צײַטונגען האָבן געזען, אַז קאַהאַן רײַסט אָראָפּ גאָרדינס פּיעסעס, האָבן זיי מיטגעטאַנצט, און אויך קריטיריט דעם דראַמאַטורג. אין די 1890ער יאָרן איז געווען איין גאָט און איין גאָרדין, אָבער אינעם ערשטן יאָרצענדליק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען, צוליב קאַהאַנס באַמיִונגען, אָנגעהויבן מינימאַליזירן גאָרדינס ווערק.
דער געווינער אין דער קריגערײַ איז געווען דער אַזוי־גערופֿענער שונד־טעאַטער. יעקבֿ גאָרדין האָט געשאַפֿן מער ליטעראַרישע פּיעסעס, "ערנסטע" דראַמעס אײַנגעפֿירט אינעם ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר. יעדן סעזאָן האָבן דרײַ, פֿיר טעאַטערס אָנגעהויבן זייער סעזאָן מיט גאָרדינס ווערק. גאָרדין האָט געהאָפֿט, אַז דער אינטעליגענטער אַרבעטער וואָס לייענט דעם "פֿאָרווערטס", וועט שטיצן זײַן פּראָגראַם פֿון שאַפֿן אַ בעסערן טעאַטער. אָבער זײַן ציל האָט נישט געקענט מקוים ווערן צוליב "דער נײַער טענדעץ" — זיך "אַראָפּצולאָזן צו די מאַסן און האַרמאָניזירן מיט זייערע נידעריקסטע אינסטינקן", ווי ער שרײַבט אין 1904. דאָס אַוועקרוקן גאָרדינס פּיעסעס אין אַ זײַט, האָט געגעבן האַרץ געוויסע אַקטיאָרן פֿונעם אַלטן שניט צוריקצוגיין צום שפּילן וואָדעוויל, "שונד", פּיעסעס וווּ דער ייִדישער אַקטיאָר האָט אַ פֿרײַע האַנט. נאָך גאָרדינס ירידה האָט זיך גיך פֿאַרמערט די צאָל "שונד"־טעאַטערס און די פּראָפֿיטן בײַ די "שונד"־באַלעבאַטים זענען געוואַקסן.
קאַהאַן, נישט געקוקט דערויף, האָט נישט אויפֿגעהערט אַראָפּצורײַסן גאָרדינס פּיעסעס. ער האָט געשריבן, למשל, וועגן "אויף די בערג", אַז ס׳איז גענומען געוואָרן פֿון אַן ענגלישער פּיעסע (גאָרדין האָט דאָס געלייקנט) און די "אָלרײַטניקעס" אין דער פּיעסע זענען צו שוואַרץ געשילדערט. ער האָט אַפֿילו אויסגעלאַכט דעם "טאַליאַ טעאַטער", ווײַל זיי האָבן דאָס פֿאָרגעשטעלט. דאָס האָט געשטערט דעם סוקצעס פֿון דער פֿאָרשטעלונג און די אָנפֿאַלן אויף גאָרדין האָבן גלײַך געהאַט אַן השפּעה אויף גאָרדינס געזונט. מע האָט אַפֿילו געוואָרפֿן דאָס אַחריות פֿאַר גאָרדינס פֿריצײַטיקן טויט אויף קאַהאַנען [זעט דעם קאַריקאַטור]. דער דראַמאַטורג האָט געהאַט אַ גרויסע משפּחה און האָט זי געדאַרפֿט אויסהאַלטן; דאָס איז אים נישט אָנגעקומען גרינג.
עטלעכע פֿון גאָרדינס לעצטע פּיעסעס האָבן קרום געקוקט אויף דער חסידישער וועלט, אָבער קאַהאַן האָט נישט געפֿונען קיין שום פּאָזיטיווע זאַך אין די דראַמעס, כאָטש די סאָציאַליסטן דעמאָלט האָבן כּסדר חוזק געמאַכט פֿון די חסידים. וועגן גאָרדינס פּיעסע "גלות־גאַליציע" האָט קאַהאַן געשריבן, אַז זי איז "פֿאַלש, געבלאָפֿט און לאַנגווײַליק פֿון אָנהייב ביזן סוף." גאָרדינס פֿאַרטיידיקער האָבן נאָך אַ מאָל געשריבן אין דער פּרעסע, אַז אַזוינע ווערטער האָט קאַהאַן אַפֿילו נישט געניצט פֿאַר די ערגטסע שונדישע מאַכערײַקעס. דאָרטן פֿלעגט ער כאָטש צוגעבן, אַז ס׳איז דאָך געשפּאַנט און אינטערעסאַנט.
בײַ אַן ערן-אָוונט לכּבֿוד גאָרדין האָט מען פֿאָרגעשטעלט "גלות־גאַליציע" און גאָרדין האָט גענומען דאָס וואָרט און אַטאַקירט קאַהאַנען פֿאַר זײַן קריטיק. האָט שוין קאַהאַן רעאַגירט אויף דעם פֿיר חדישם לאַנג אויף די שפּאַלטן פֿונעם "פֿאָרווערטס", מיט אַרטיקלען קעגן גאָרדין, און געשריבן, אַז ער איז בכלל נישט קיין דראַמאַטורג, נאָר "אַ ליטעראַרישער גנבֿ". קאַהאַן האָט אין זײַנע לענגערע אַרטיקלען געוואָלט ווײַזן, אַז גאָרדין נעמט בײַ אַנדערע, סײַ פֿאַר זײַנע עסייען, סײַ פֿאַר זײַנע דראַמעס. האָט גאָרדין אים גערופֿן צו אַ ליטעראַרישן מישפּט, אָבער קאַהאַן האָט זיך אָפּגעזאָגט דערפֿון.
אין קאַהאַנס פֿינף־בענדיקע זכרונות "בלעטער פֿון מײַן לעבן" שרײַבט ער פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע זאַכן וועגן גאָרדין, צווישן זיי, אַז גאָרדינס פּיעסעס האָבן געגעבן דעם ייִדישן אַקטיאָר ראָלעס, אין וועלכע מע האָט געקענט טאַקע זען דעם טאַלאַנט פֿונעם אַקטיאָר. קאַהאַן שרײַבט דאָרטן אויך, אַז גאָרדין האָט נישט געקענט פֿאַרטראָגן קיין קריטיק, און ווען קאַהאַן האָט אָנגעשריבן וועגן דעם קלענסטן חסרון, האָט אים גאָרדין אַטאַקירט, נישט בלויז אין דער פּרעסע, נאָר אַפֿילו פֿון דער בינע בײַ די פֿאָרשטעלונגען.
טייל שפּעטערדיקע קריטיקער, האָבן מסכּים געווען מיט קאַהאַנס קריטיק, דער עיקר, מיטן געדאַנק, אַז גאָרדינס דראַמעס זענען געווען ווײַט פֿון "אמתער" ליטעראַטור. צווישן זיי די שרײַבער שלום אַש, נח פּרילוצקי, ד״ר מוקדוני, בעל־מחשובֿות און דוד פּינסקי. אין דער דעבאַטע האָט אָבער גאָרדינען געשטיצט דער אינטעליגענטער ראַדיקאַלער לייענער, וואָס האָט אין אַ געוויסער מאָס אונטערגעריסן די פּאָפּולאַריטעט פֿון אַב. קאַהאַן.
ווען די צוויי ריזן פֿון דער ייִדישער קולטור, יעקבֿ גאָרדין און אַב. קאַהאַן, האָבן זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, איז דער צוזאַמענשטויס צווישן זיי געווען אומפֿאַרמײַדלעך. ביידע האָבן זיי געבראַכט גרויסע בײַטראָגן דעם ייִדישן טעאַטער, יעדער אויף זײַן אייגענעם אופֿן.