- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די לידער אין מײַן באָבעס רעפּערטואַר האָט זי געזונגען אַזאַ קורץ לידל:
די געשיכטע פֿון ייִדיש און דײַטש האָט איר פֿאָרבילד אין ספֿר "בראשית" וווּ עס ווערט דערציילט וועגן הבֿל און קין. די צוויי לשונות האָבן געלעבט איינער לעבן דעם אַנדערן אין משך פֿון אַ טויזנט יאָר, ביז איין "ברודער" האָט דערהרגנעט דעם אַנדערן. עס איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער הײַנטיקער דײַטשישער אינטעליגענץ, וואָס וויל זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון וועגן דעם עבֿר, פֿאַרנעמט ייִדיש אַ גאָר באַזונדער אָרט. פֿאַר אַ צאָל דײַטשן פֿאַרקערפּערט ייִדיש אַן "אַלטערנאַטיוון" דײַטשלאַנד, אַ ווירטועלן בימקום פֿון דעם ווירקלעכן מערדערישן גאַנג פֿון דער דײַטשישער געשיכטע. "געטאָ" איז שוין געווען בײַ אונדז אויפֿגעפֿירט פֿריִער מיט 26 יאָר צוריק; נאָך יענער פּרעמיערע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין חיפֿה, אונטער דער רעזשי פֿון גדליה בעסער, האָט מען אָנגעהויבן אויפֿצופֿירן "געטאָ" איבער דער גאָרער וועלט. די פּרעסטיזשפֿולסטע רעזשיסאָרן פֿון באַוווּסטע אייראָפּעיִשע טעאַטערס האָבן געשטעלט "געטאָ" אויף זייערע בינעס; יעדע פֿאָרשטעלונג מיט איר באַזונדערער אויפֿפֿאַסונג לויטן רעזשיסאָרס פֿאַרשטאַנד און צוגאַנג, איז בדרך־כּלל געווען אַ געשעעניש אינעם טעאַטער־לעבן. דער באַגריף פֿון אַ "ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע טעאָרעטישע פּראָבלעם. צי נעמט דער דאָזיקער באַגריף אַרײַן אַלץ, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון ייִדישע מחברים? אָדער מוז אַזאַ ליטעראַטור אומבאַדינגט באַהאַנדלען ייִדישע טעמעס? צי דאַרף זי זײַן ספּעציפֿיש געצילט אויף דעם ייִדישן עולם? אָדער אפֿשר איז דאָס גאָר ניט מעגלעך; און אַ ייִדישע ליטעראַטור קאָן עקזיסטירן נאָר אויף אַ ייִדישער שפּראַך? אָט די און אַנדערע קשיאות געפֿינען זיך אינעם צענטער פֿון הײַנטיקע ליטעראַריש־קריטישע וויכּוחים. אַמאָל איז אין אַ שטעטל געווען אַ גרויסער מכניס־אורח. ער פֿלעגט נישט גיין עסן, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אורח צום טיש, און טאָמער האָט ער נישט געהאַט קיין אורח, פֿלעגט ער אַרויסשיקן דעם שמשׂ אויסזוכן אַן אורח. איין מאָל, ווען ער איז אין דער היים נישט געווען, קומט אַרײַן אַן אָרעמאַן און בעט אַ נדבֿה. גיט אים דאָס ווײַב אַ קאָפּיקע, וויל ער נישט נעמען. גיט זי אים צוויי קאָפּיקעס, וויל ער אויך נישט נעמען. הכּלל, בקיצור, זי איז אַרויפֿגעקומען ביז אַ האַלב קערבל, און ער וויל אַלץ נישט נעמען, האָט זי געזאָגט: "מער איז נישט אין מײַן רשות צו געבן. איך וועל גיין אין בית־המדרש אַרײַן נאָך מײַן מאַן". מײַן מאַמע פֿלעגט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך!", ווען זי האָט דערהערט אָדער דערזען עפּעס אַ חידוש. אין דער אמתן איז די וועלט טאַקע אַזאַ: פֿול מיט ניט־פֿאָרויסגעזעענעם וווּנדער, קליין און גרויס. ווויל איז יענעם, וואָס קען יעדן טאָג אַנטדעקן נײַעסן אין דער אייגענער סבֿיבֿה. און דאָס איז וואָס ציט מיך צו פֿאָרשונג: דאָס שפּאָגל נײַע וואָס איז אָפֿט אומדערוואַרט באַהאַלטן אינעם אַלטן און גוט־באַקאַנטן. די פֿון אונדז וואָס זענען טיף אַרײַנגעטאָן אין שפּראַך־פֿאָרשונג, דער עיקר מיט פּרוּוון אויפֿצוהיטן לפֿי־ערך קליינע און שוואַכע לשונות, האָבן מיט רעכט געקענט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך" בשײַכות מיט דער אַרבעט פֿון אַ קליינער גרופּע קאָלעגעס, איך מיין, אַז אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, דערצויגן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געהערט וועגן דער באַקאַנטער מוזיקאַלישער משפּחה גנעסין — מיכאַיִל און זײַנע שוועסטער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ דורכגעטראַכטע סיסטעם פֿון אַ מוזיקאַלישער דערציִונג, אָנהייבנדיק פֿון די מוזיק־שולן פֿאַר קינדער ביז דער העכסטער קאָנסערוואַטאָריע־בילדונג. זייער מעטאָדיק, אויך הײַנט צווישן די בעסטע אין דער וועלט, האָט זיך רעאַליזירט אין מאָסקווע, וווּ זיי האָבן געעפֿנט די מוזיקאַלישע לערן־אַנשטאַלטן: צען־יאָריקע שול, טעכניקום, אינסטיטוט, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון מיכאַיִל גנעסין. אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט געבילדעטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווערן פֿאַרחידושט, ווען זיי דערוויסן זיך וועגן דער אוניקאַלער אַרכיטעקטור־ און מאָלערײַ־טראַדיציע פֿון הילצערנע שילן, וועלכע איז אַמאָל אָנגענומען געוואָרן אין גאַנץ ליטע און פּוילן, ווי אויך אין אַ טייל אַנדערע ראַיאָנען פֿון מיזרח־אייראָפּע. פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד האָבן די אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע בתּי־תּפֿילות אַ כּמו־מיזרחדיקן טעם, ווי זיי וואָלטן געשטאַנען נישט אין די ליטווישע שטעטלעך, נאָר ערגעץ אין כינע אָדער טיבעט. פּלוצעם, אָן שום צוגרייטונג איז אַראָפּגעפֿאַלן אויף אונדז אַ גאַנצע וואָך פֿון פּאָעזיע. איך זאָג אויף אונדז, און כ׳בין אויסן — אויף תּל־אָבֿיבֿ. ס׳איז אַזוי אויסגעקומען, אַז אין דער זעלבער וואָך האָט מען אָפּגעמערקט די שלושים פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וווּ באַוווּסטע ייִדיש־שאַפֿער אין איינעם מיט יונגע ישׂראלדיקע קינסטלער, האָבן דורכגעפֿירט אַן אייגנאַרטיקן טרויער־צערעמאָניאַל אויף ייִדיש און אויף העברעיִש. נישט ווײַט פֿון דאָרט, אין מוזיי ארץ־ישׂראל אין תּל־אָבֿיבֿ, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ ברייט־פֿאַרנעמיקע אויסשטעלונג "נתן אַלטערמאַן — דער דיכטער אין זײַן שטאָט — 100 יאָר פֿון זײַן געבורט". די ייִדישע קינדער־זשורנאַלן, פֿאַרבונדן מיט די וועלטלעכע שולן, פֿאַרמאָגן אוצרות — אָריגינעלע שאַפֿונגען, סײַ פּראָזע, סײַ פּאָעזיע, ווי אויך קינדער־שפּילן, קאַריקאַטורן, און רעטענישן. די פֿרי־פֿאַרשטאָרבענע פֿאָרשערין נעמי פּראַווער־כּדר האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע אויף דער טעמע, און צו אירע שלושים, ווידמען מיר די זײַט דער דאָזיקער טעמע. ש. ניגער האָט געשריבן, אַז בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז "אויף ייִדיש ניט געווען וואָס צו לייענען פֿאַר קינדער, און נאָך ערגער איז, וואָס עס איז נישט געווען ווער עס זאָל לייענען. דער זשאַנער פֿון ליטעראַרישן "פּאָרטרעט" איז געווען פּאָפּולער אין דער רוסישער און אין דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט. דעם דאָזיקן זשאַנער האָט באַנײַט דער באַקאַנטער היסטאָריקער פֿונעם רוסישן ייִדנטום ברײַען האָראָוויץ, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אינעם טוליין־אוניווערסיטעט אין ניו־אָרלעאַן. די העלדן פֿון זײַן נײַעם בוך זײַנען די חשובֿע פֿיגורן פֿונעם ייִדישן קולטורעלן און עפֿנטלעכן לעבן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿונעם סוף 19טן — אָנהייב 20סטן — יאָרהונדערט. אייניקע נעמען זײַנען הײַנט באַקאַנט נאָר די מומחים פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. אייניקע פֿון זיי האָבן קיין מאָל ניט זוכה געווען צו באַקומען כאָטש איין פֿאָרשערישן אַרטיקל. האָראָוויצעס בוך איז, קודם־כּל, אַן אויפֿטו פֿון היסטאָרישער יושרדיקייט. אָט דער געלונגענער טיטל פֿאַררופֿט זיך פֿאַרשטענדלעך אויפֿן אויפֿטריט אין ישׂראל פֿון אַן אייגנאַרטיקן געזאַנג־אַנסאַמבל: בנימין שעכטער און זײַנע צוויי יונגע טעכטער, וואָס פֿירן אויס אַ פֿילפֿאַרביקע פּראָגראַם פֿון ייִדישע קינדער־לידער. גלײַך פֿון אָנהייב ציט צו דעם אויפֿמערק דער אײַנפֿאַלערישער און ריכטיקער געדאַנק, אַז די קינדער־לידער זאָלן אויפֿגעפֿירט ווערן דווקא דורך קינדער; איבערהויפּט, ווען די שעכטער־טעכטער, ריינאַ (15 יאָר) און טעמע־ליבע (10 יאָר), זײַנען צוויי חנעוודיקע מיידעלעך, מיט קלינגענדיקע האַרמאָנישע שטימען, וואָס ווייסן ווי אַזוי מען פֿירט אויס אַ ליד און וואָס פֿאַרשטייען זייער גוט דעם זין פֿון געזונגענעם טעקסט. |