ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

דער באַגריף פֿון אַ "ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע טעאָרעטישע פּראָבלעם. צי נעמט דער דאָזיקער באַגריף אַרײַן אַלץ, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון ייִדישע מחברים? אָדער מוז אַזאַ ליטעראַטור אומבאַדינגט באַהאַנדלען ייִדישע טעמעס? צי דאַרף זי זײַן ספּעציפֿיש געצילט אויף דעם ייִדישן עולם? אָדער אפֿשר איז דאָס גאָר ניט מעגלעך; און אַ ייִדישע ליטעראַטור קאָן עקזיסטירן נאָר אויף אַ ייִדישער שפּראַך? אָט די און אַנדערע קשיאות געפֿינען זיך אינעם צענטער פֿון הײַנטיקע ליטעראַריש־קריטישע וויכּוחים.

די דאָזיקע פּראָבלעם איז פֿריִער ניט געווען אַזוי קאָמפּליצירט, ווי עס דעמאָנסטרירט די גרונטיקע פֿאָרשונג פֿון פּראָפֿעסאָר יונתן העס. ער מאַכט אַ ברייטן איבערזיכט פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער בעלעטריסטיק, אַ באַזונדערע בראַנזשע פֿון דער דײַטשישער ליטעראַטור, וואָס איז געווען פּאָפּולער צווישן דעם ייִדישן עולם אינעם 19טן יאָרהונדערט אין דײַטשלאַנד גופֿא און אין אַנדערע לענדער. די דאָזיקע ליטעראַטור האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויך אויף דער ייִדישער ליטעראַטור; אַן ענין, וואָס וואַרט אויף זײַן פֿאָרשער.

העס טיילט די דאָזיקע ליטעראַטור אויף פֿיר זשאַנערס׃ די היסטאָרישע ראָמאַנען, דער עיקר, וועגן ספֿרדים און אינקוויזיציע; די "געטאָ־נאָוועלן", וואָס שילדערן דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע לעבן אין דערפֿער און שטעטלעך פֿון מיטל־אייראָפּע; די משפּחה־ און ליבע־ראָמאַנען, און די "פֿרומע" בעלעטריסטיק. יעדער זשאַנער האָט זײַנע אייגענע קלאַסיקער, וואָס זייערע ווערק זײַנען אַרויס אין פֿילצאָליקע אויסגאַבעס און איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן. אייניקע פֿון זיי, ווי למשל, די היסטאָרישע דערציילונגען פֿון מאַרקוס לעמאַן, בלײַבן פּאָפּולער עד־היום, אַזעלכע, ווי "דער פֿאַלשער משיח בר־כּוכבא און די שטורמישע צײַט פֿון הייליקן תּנא רבי עקיבֿא", וואָס איז אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון "מנחם מענדל" אין ירושלים אין 2005.

ווי עס באַווײַזט פּראָפֿעסאָר העס, האָט די דאָזיקע ליטעראַטור געהאַט אַ שטאַרקע פֿאָרמאַטיווע השפּעה אויף דער אידענטיטעט פֿון דײַטשישע ייִדן. די ביכער האָבן זיי געהאָלפֿן צו פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט און האָבן זיי באַזאָרגט מיט אַ מין "ניצלעכן עבֿר". אַ וויכטיקער עלעמענט פֿונעם דאָזיקן עבֿר איז געווען דער "ספֿרדישער מיטאָס", אַ ראָמאַנטיש בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין שפּאַניע פֿאַרן גירוש. דער דאָזיקער "גן־עדן" איז חרובֿ געוואָרן דורך דער בייזער אינקוויזיציע. די שרעקלעכע בילדער פֿון רדיפֿות, אַכזריותדיקע פּײַניקונגען און ייִדישער מאַרטירערשאַפֿט אויף קידוש־השם האָבן געמאַכט די דאָזיקע ליטעראַטור שפּאַנענדיק און פֿאַרכאַפּנדיק. אָבער דער סוף פֿון דער מעשׂה איז געווען כּסדר אַ גוטער׃ די גוטע ייִדישע העלדן האָבן תּמיד באַוויזן אינעם לעצטן מאָמענט אַנטלויפֿן קיין אַמסטערדאַם.

די קריטיק פֿון דער קאַטוילישער קירך בכלל און פֿון דער אינקוויזיציע בפֿרט איז געווען פּאָפּולער ניט נאָר צווישן די ייִדן, נאָר אויך צווישן פּראָטעסטאַנטן, און אַזאַ מין ליטעראַטור האָט געהאָלפֿן די ייִדן צו פֿילן זיך מער היימיש אינעם פּראָטעסטאַנטישן דײַטשלאַנד. אַן ענלעכע ראָלע האָט געשפּילט די נאָסטאַלגישע "געטאָ־ליטעראַטור", וואָס האָט געהאַט אירע וואָרצלען אין דער דײַטשישער טראַדיציע פֿון "דאָרפֿישער" ליטעראַטור. איינער פֿון די גרינדער פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע איז געווען בערטאָלד אַוערבאַך, אַ פּאָפּולערער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וועלכער האָט געשאַפֿן זיסע ראָמאַנטישע אימאַזשן פֿונעם "עכטן" דײַטשישן לעבן אין שוואַרצוואַלדישע דערפֿער.

זײַן ייִדישער נאָכפֿאָלגער איז געווען לעאָפּאָלד קאָמפּערט, דער מחבר פֿון פּאָפּולערע מעשׂיות פֿון ייִדישן לעבן אין בעמען (הײַנטיקע טשעכיע). ווי עס דערמאָנט העס, האָבן די דאָזיקע מעשׂיות געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר דער ייִדישער שטעטל־ליטעראַטור פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט. העס ברענגט ניט, צום באַדויערן, קיין ראיות אויף צו שטיצן זײַן סבֿרה, און די דאָזיקע טעמע נייטיקט זיך אין אַ ווײַטערדיקער פֿאָרשונג.

די ווערק פֿון קאָמפּערט, לעמאַן, קאַרל־עמיל פֿראַנצאָז און אַנדערע דײַטשיש־ייִדישע שרײַבער זײַנען געווען באַקאַנט דעם רוסישן עולם זינט די 1850ער יאָרן, נאָך איידער מען האָט אָנגעהויבן דרוקן ייִדישע בעלעטריסטיק. די פּאָפּולערקייט פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער ליטעראַטור בײַ דער רוסישער און ייִדישער לייענערשאַפֿט איז געווען זייער גרויס. זייערע ווערק האָבן באַקומען אַ פּאָזיטיוון קריטישן אָפּקלאַנג אין דער הויפּט־שטראָמיקער רוסישער פּרעסע און האָבן געדינט ווי אַ מוסטער פֿון פֿאָרשטעלן ייִדישקייט אין ליטעראַטור.

די דײַטשיש־ייִדישע בעלעטריסטיק געהערט ניט צו דער "הויכער" ליטעראַטור. בלויז אַ פּאָר מחברים, צווישן זיי איין פֿרוי, רחל מייער, האָבן באַרירט קאָמפּליצירטע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. דאָס רובֿ ביכער געהערן צו מאַסן־ליטעראַטור און זײַנען געבויט לויט די אָנגענומענע סטיליסטישע און סוזשעטישע שאַבלאָנען. די דײַטשיש־ייִדישע מחברים האָבן בכּיוון נאָכגעמאַכט די דײַטשישע מוסטערן, כּדי צו שאַפֿן אַן אייגענעם ייִדישן נוסח פֿון דער דײַטשישער "בילדונג". זייער ציל איז געווען צו ווײַזן דעם ייִדישן לייענער, ווי אַזוי צונויפֿצופּאָרן ייִדישקייט מיט דײַטשישקייט, צו זײַן אַ מאָדערנער דײַטשישער בירגער און בלײַבן דערבײַ אַ גוטער ייִד. די דאָזיקע ליטעראַטור האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ צוגאָב, ניט קיין בימקום, צו דער קלאַסישער דײַטשישער ליטעראַטור פֿון שילער, געטע און לעסינג, וואָס איז געווען זייער באַליבט בײַ די דײַטשישע ייִדן.

אין דײַטשלאַנד האָט זיך די טראַדיציע פֿון ייִדישער בעלעטריסטיק איבערגעריסן אין די 1930ער, ווען עס איז געוואָרן קלאָר, אַז קיין שום דײַטשיש־ייִדישער "סינטעז" איז מער ניט מעגלעך. אָבער דער זשאַנער פֿון פּאָפּולערער ייִדישער ליטעראַטור לעבט ווײַטער אויף אַנדערע שפּראַכן, בפֿרט — ענגליש און רוסיש. אינעם נאָכוואָרט צו זײַן בוך דערמאָנט העס די ראָמאַנען פֿון נעמי ראַגען, אַן אַמעריקאַנער שרײַבערין, וואָס וווינט אין ירושלים און שרײַבט וועגן פֿרויען אין דער פֿרומער סבֿיבֿה. אַן אַנדערער בײַשפּיל וואָלט געווען דינה רובינאַ, אַ פּאָפּולערע רוסישע שרײַבערין, וועלכע וווינט אויך אין ירושלים, אָבער שרײַבט פֿאַרן ברייטערן רוסישן עולם אין דער גאַנצער וועלט.

סײַ ראַגען און סײַ רובינאַ שרײַבן וועגן ייִדישע פֿרויען און, דער עיקר, פֿאַר ייִדישע פֿרויען. ראַגען איז רעליגיעז, רובינאַ איז וועלטלעך. אָבער ביידע געהערן צו דעם רעכטן לאַגער, ווען עס קומט צו פּאָליטיק; און בפֿרט — צו מדינת־ישׂראל. אין דעם זין זײַנען זיי ניט קיין דירעקטע נאָכגייערינס פֿון דער ליבעראַלער דײַטשיש־ייִדישער טראַדיציע. אָבער די ראָלע פֿון זייערע ווערק איז גאַנץ ענלעך צו דער ראָלע פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער בעלעטריסטיק אין 19טן יאָרהונדערט. זײַ שאַפֿן אַן אימאַזשיסטיש ייִדיש וועלטל, וואָס געפֿינט זיך ערגעץ אויפֿן ראַנד פֿון דער גרויסער וועלט פֿון דער ענגלישער אָדער רוסישער ליטעראַטור. דער וויכטיקער אויפֿטו פֿון יונתן העס איז צו אַנטפּלעקן די פֿאַרבאָרגענע היסטאָרישע וואָרצלען פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע אין דער דײַטשיש־ייִדישער קולטור.