Brian Horowitz. Empire Jews: Jewish Nationalism and Acculturation in 19th — and Early 20th — Century Russia. Bloomington, IN: Slavica, 2009. |
דער זשאַנער פֿון ליטעראַרישן "פּאָרטרעט" איז געווען פּאָפּולער אין דער רוסישער און אין דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט. דעם דאָזיקן זשאַנער האָט באַנײַט דער באַקאַנטער היסטאָריקער פֿונעם רוסישן ייִדנטום ברײַען האָראָוויץ, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אינעם טוליין־אוניווערסיטעט אין ניו־אָרלעאַן. די העלדן פֿון זײַן נײַעם בוך זײַנען די חשובֿע פֿיגורן פֿונעם ייִדישן קולטורעלן און עפֿנטלעכן לעבן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿונעם סוף 19טן — אָנהייב 20סטן — יאָרהונדערט.
אייניקע נעמען זײַנען הײַנט באַקאַנט נאָר די מומחים פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. אייניקע פֿון זיי האָבן קיין מאָל ניט זוכה געווען צו באַקומען כאָטש איין פֿאָרשערישן אַרטיקל. האָראָוויצעס בוך איז, קודם־כּל, אַן אויפֿטו פֿון היסטאָרישער יושרדיקייט. זײַן הויפּט־אינטערעס, ווי ער דערקלערט אין דער הקדמה, האָט צו טאָן מיט יענע ייִדישע דענקער און טוער, וועלכע האָבן געלעבט "צווישן צוויי וועלטן" פֿון דער רוסישער און ייִדישער קולטור, און האָבן געזוכט וועגן צו שאַפֿן אַ סינטעטישע, רוסיש־ייִדישע אידענטיטעט.
די קאַפּיטלען פֿונעם בוך באַהאַנדלען, אַזוי אָדער אַנדערש, איין קשיא, וואָס בלײַבט אַקטועל עד־היום׃ "ווי אַזוי קאָן מען ליב האָבן רוסלאַנד ווי אַ קוואַל פֿון שעפֿערישקייט, און איינצײַטיק פֿײַנט האָבן די אומטאָלעראַנטע רוסישע רעגירונג און נאַציאָנאַליסטישע אידעאָלאָגיע?" אין יעדן באַזונדערן פֿאַל באַקומט די דאָזיקע פּראָבלעם אַן אייגנאַרטיקע שאַטירונג. דאָס בוך באַשטייט פֿון דרײַ טיילן, וואָס דערציילן וועגן רוסיש־ייִדישע ליטעראַטן, היסטאָריקער און כּלל־טוער, און רוסיש־ייִדישע דענקער — בסך־הכּל, צוועלף פּערזענלעכקייטן פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטורעלער ספֿערע, פּלוס איין אַמעריקאַנער, הערמאַן ראָזנטאַל.
יעדע פֿאַרצייכענונג האָט אַן אינערלעכן אידעיִשן "טשוואָק", אַן אייגנטימלעכע אידעיִשע פּראָבלעם, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש דווקא פֿאַר אָט דעם דענקער. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ נײַער קריטישער אָפּשאַצונג פֿון לעוו לעוואַנדאַ, וואָס איז באַקאַנט ווי אַ הייסער רוסישער אַסימילאַטאָר און אַ קעגנער פֿון דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד פֿון 1863. ווי עס דעמאָנסטרירט האָראָוויץ אויפֿן סמך פֿון אַ שאַרפֿזיניקן קריטישן אַנאַליז פֿון לעוואַנדאַס ליטעראַרישע ווערק, האָט דער דאָזיקער "אַסימילאַטאָר" געהאַט אַ טיפֿע סימפּאַטיע צו פּאָליאַקן, הגם ער האָט ניט געשטיצט זייערע פּאָליטישע אַמביציעס. זײַן באַציִונג צו דער רוסישער מאַכט איז געוואָרן מיט דער צײַט אַלץ מער קריטיש, און צום סוף פֿון זײַן לעבן איז לעוואַנדאַ געוואָרן אַ שטיצער פֿון ייִדישן נאַציאָנאַליזם.
גאָר אינטערעסאַנט איז די נײַע אויסטײַטשונג פֿון ש. אַנ־סקיס "תּשובֿה" צו ייִדישקייט נאָך 1905, וואָס האָראָוויץ דערקלערט ווי אַ קער פֿון רעוואָלוציאָנערישער "אַגרעסיע" צום פֿאָלקסטימלעכן "פּאַציפֿיזם". אַזוי ווי אין אַנדערע פֿאַלן, האָט דערבײַ אַ גרויסע ראָלע געשפּילט די רוסישע קולטור, און דווקא די השפּעה פֿון לעוו טאָלסטויס תּורה אויף אַנ־סקיס געדאַנקען־גאַנג. אַן אַנדערער וויכטיקער חידוש איז דער עסיי וועגן דעם ציוניסטישן קולטור־טוער לייב יפֿה און זײַן פּראָיעקט פֿון זאַמלביכער "ספֿרוּת", וואָס זײַנען אַרויס אין דער צײַט פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע.
יפֿהס טעטיקייט אינעם פֿעלד פֿון דער רוסישער קולטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאַראַדאָקס. ווי אַ ציוניסט, וואָלט ער זיך געדאַרפֿט זאָרגן, קודם־כּל, וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער נײַער קולטור אויף עבֿרית. אָבער אַנשטאָט דעם האָט ער אַרײַנגעלייגט אַ סך מי אין צוציִען די בעסטע ליטעראַרישע כּוחות פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ צו דער רוסיש־ייִדישער קולטור. האָראָוויץ דערקלערט, אַז ציוניזם, ווי אַ קולטורעלע אידעאָלאָגיע, האָט אַרויסגערופֿן אַ סך אינטערעס און סימפּאַטיע אין די מאָדערניסטישע רוסישע קרײַזן. יפֿהס נאָענטער פֿרײַנד איז געווען דער באַקאַנטער רוסישער דיכטער וולאַדיסלאַוו כאָדאַסעוויטש, וועלכער האָט איבערגעזעצט אַ צאָל העברעיִשע דיכטער אויף רוסיש.
ניט ווייניקער אינטערעסאַנט זײַנען די פֿאָרשונגען וועגן די וויכּוחים און סיכסוכים אין דער רוסיש־ייִדישער סבֿיבֿה, ווי למשל, דער אידעיִשער קאָנפֿליקט צווישן צוויי רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער, שמעון דובנאָוו און אַבֿרהם הרכּבֿי. זייער מחלוקת איבער דעם ענין פֿון דער היסטאָרישער ראָלע פֿון כאַזאַרן האָט געהאַט אַן אידעאָלאָגישן יסוד׃ "דאָס חילוקי־דעות צווישן דובנאָוו און הרכּבֿי האָט אָפּגעשפּיגלט צוויי פֿאַרשידענע קוקן אויף די ייִדישע וואַנדערונגען. בעת הרכּבֿי איז געווען אויסן צו באַזאָרגן די ייִדן מיט טיפֿע וואָרצלען אין רוסלאַנד, כּדי צו דערווײַזן, אַז זיי זײַנען באַרעכטיקט צו האָבן גלײַכע רעכט מיט אַנדערע בירגער פֿון דער אימפּעריע, האָט דובנאָוו אַנטוויקלט זײַן קאָנצעפּציע פֿון באַוועגלעכע צענטערס פֿון ייִדישן גלות."
אינעם לעצטן טייל פֿונעם בוך באַהאַנדלט דער מחבר דעם בײַטראָג פֿון דרײַ ייִדישע דענקער׃ מיכאל גערשענזאָן, לעוו שעסטאָוו און אַהרן שטיינבערג אין דער רוסישער קולטור. אַלע דרײַ האָבן געשריבן אָריגינעלע פֿילאָסאָפֿישע פּרושים אויף די ווערק פֿון די רוסישע קלאַסיקער׃ פּושקין, טאָלסטוי און דאָסטאָיעווסקי. אָבער זייער גורל אין דער רוסישער קולטור אילוסטרירט אַ "טרויעריקן" פֿאַקט, באַמערקט האָראָוויץ. פֿון איין זײַט, באַרירט די רוסישע קולטור די טיפֿסטע פֿראַגן פֿונעם מענטשלעכן קיום און האָט אַן אַלוועלטלעכן שליחות; פֿון דער אַנדערער זײַט, ווערט זי געהיט דורך נאַציאָנאַליסטיש-געשטימטע שומרים, וואָס ווילן ניט צולאָזן קיין "פֿרעמדע" צו אירע אוצרות. איין בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין סיכסוך איז דער וויכּוח צווישן גערשענזאָן און דעם באַרימטן רוסישן פֿילאָסאָף ניקאָלײַ בערדיאַיעוו וועגן דער אָפּשאַצונג פֿון דער רעוואָלוציע. בערדיאַיעוו האָט קריטיקירט די אָקטאָבער־רעוואָלוציע פֿון דער קריסטלעכער פּאָזיציע, בעת גערשענזאָנס קוק איז געווען "קאָסמיש"־אַלוועלטלעך, און אַזוי אַרום ווייניקער נעגאַטיוו.
די עסייען אינעם בוך האָבן זיך באַוויזן אין דרוק אויף ענגליש און רוסיש אין משך פֿון מער ווי צען יאָר. אייניקע פֿון זיי, למשל, דער קורצער פּאָרטרעט פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי ווי דער מחבר פֿונעם אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "דער פֿינף", וואָלטן געקאָנט זײַן פֿאַרבעסערט און פֿאַרטיפֿערט. אָבער ניט געקוקט אויף געוויסע חסרונות (בפֿרט די פֿילצאָליקע דרוקפֿעלערן) איז דאָס בוך זייער אַ וויכטיקער אויפֿטו, וואָס דאַרף אויפֿוועקן אַ נײַעם אינטערעס אין דער טעמע פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור. די דאָזיקע טעמע איז ווײַט ניט אויסגעשעפּט און בלײַבט אַקטועל עד־היום. עס זײַנען דאָ נאָך אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן, ווי למשל, דער קריטיקער אַקים וואָלינסיק (חיים פֿלעקסער), וואָס וואַרטן נאָך אויף זייערע פֿאָרשער.