די ייִדישע קינדער־זשורנאַלן, פֿאַרבונדן מיט די וועלטלעכע שולן, פֿאַרמאָגן אוצרות — אָריגינעלע שאַפֿונגען, סײַ פּראָזע, סײַ פּאָעזיע, ווי אויך קינדער־שפּילן, קאַריקאַטורן, און רעטענישן. די פֿרי־פֿאַרשטאָרבענע פֿאָרשערין נעמי פּראַווער־כּדר האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע אויף דער טעמע, און צו אירע שלושים, ווידמען מיר די זײַט דער דאָזיקער טעמע.
ש. ניגער האָט געשריבן, אַז בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז "אויף ייִדיש ניט געווען וואָס צו לייענען פֿאַר קינדער, און נאָך ערגער איז, וואָס עס איז נישט געווען ווער עס זאָל לייענען.
אַמאָליקע צײַטן האָט אַ ייִדיש קינד נישט פֿאַרגינען זיך צו לייענען סתּם אַזוי אַ מעשׂה־ביכל, לייענען און הנאה האָבן. עס האָט, נעבעך, געמוזט לערנען. לערנען פּסוק, גמרא, זיך נישט אַרײַנלאָזן אין נאַרישע געשיכטעס..."
אַפֿילו די עטלעכע קינדער־מעשׂיות וואָס עס האָבן געשריבן שלום־עליכם און יעקבֿ דינעזאָן, באַטאָנט ניגער, זענען געווען מער פּאַסיק פֿאַר דערוואַקסענע ווי פֿאַר קליינוואַרג. מיט דער אַנטוויקלונג פֿון וועלטלעכע קינדער־שולן עטלעכע יאָר פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך אויך אַנטוויקלט אַ באַדערפֿעניש אין קינדער־ליטעראַטור. אין 1912 האָט דער וואַרשעווער לערער בירנבוים געגרינדעט אַ פֿאַרלאַג פֿאַר קינדער "מעשׂהלעך" און דער פֿאַרלאַג האָט אַרויסגעגעבן פּרצס "שׂרה בת־טובֿים" און "דער אַרענדאַר", יהודה שטיינבערגס "שולמית" און אַנדערסאָנס "דאָס ים־מיידעלע". אויך אין 1912 האָבן די לערער אין קעשענעוו געגרינדעט אַ פֿאַרלאַג פֿאַר קינדער — "פֿאַר אונדזערע קינדער" — און אַרויסגעגעבן מעשׂהלעך פֿון פּרץ, פֿרוג און ספּעקטאָר. אין קיִעוו האָט דער "קונסטפֿאַרלאַג" אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן קינדער־ביכער. די "חבֿרה מפֿיצי השׂכּלה" אין פּעטערבורג האָט אין 1912 צוזאַמענגערופֿן אַ זיצונג וועגן קינדער־ליטעראַטור אויף ייִדיש. דער קלעצקין־פֿאַרלאַג אין ווילנע האָט אַרויסגעגעבן שלום אַשס "מעשׂהלעך פֿאַר קינדער" און קיפּלינגס "בוך פֿון דזשאָנגל", איבערגעזעצט פֿון ל. שאַפּיראָ. עס האָט זיך געקאָכט אין פֿאַרשיידענע שטעט וואָס גיכער צו באַפֿרידיקן דעם תּלמיד מיט ייִדישער ליטעראַטור, צוגעפּאַסט פֿאַר אים...
לויט ניגערן, איז דער ערשטער פּרוּוו אַרויסצוגעבן אַ זשורנאַל געווען אַ בײַלאַגע צו דער "ייִדישער וואָך" אין וואַרשע, וואָס האָט זיך גערופֿן "פֿאַרן קליינעם עולם". דאָס האָט זיך נישט לאַנג געהאַלטן און "גרינינקע ביימעלעך" פֿונעם קלעצקין־פֿאַרלאַג אין ווילנע איז געוואָרן דער ערשטער אמתער זשורנאַל פֿאַר קינדער. אונטער שלמה באָסטאָמסקיס רעדאַקציע איז דער זשורנאַל באַנײַט געוואָרן נאָך דער מלחמה און האָט געהאַט גרויסע פֿאַרדינסטן אויף דעם פֿעלד. בכלל האָט צו דער צײַט די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור אין רוסלאַנד און פּוילן געוואַקסן ווי שוואָמען. ניגער האָט אַן אינטערעסאַנטע השערה, אַז צוליב דער גרויסער צאָל ייִדישע יתומים האָט מען אויך זיך גענייטיקט אין וואָס מער קינדער־ביכער און זשורנאַלן.
אין אַמעריקע איז דער ערשטער ייִדישער קינדער־זשורנאַל אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿאַר די "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע שולן" אין מאָנטרעאַל און ניו־יאָרק. דער רעדאַקטאָר, יואל ענטין, האָט אויך געהאָלפֿן צו גרינדן די ערשטע פֿאָלקשולן אין לאַנד. צו ערשט, האָט דער זשורנאַל געהייסן "די ייִדישע קינדער צײַטונג" און דערנאָך, אין 1917 — "די ייִדישע קינדער־וועלט". אין די צוויי נומערן פֿון דעם זשורנאַל אין אונדזער רשות, האָבן זיך באַטייליקט אַזוינע שרײַבער ווי מאַני לייב, מאָריס ראָזענפֿעלד, י. ח. שעפּס (אַ. אַלמי) און יהואש; אַ סימן, אַז די גרויסע שרײַבער האָבן ערנסט באַטראַכט די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור און געוואָלט זיך באַטייליקן אין דעם וויכטיקן שול־פֿענאָמען.
כאָטש אַ טייל מענטשן האַלטן, אַז די ייִדישע פֿאָלקשולן האָבן אויסגעמיטן רעליגיע און דעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער, קען מען געפֿינען אין דעם "ראַדיקאַלן" זשורנאַל אַרטיקלען וועגן "מתן תּורה", "שבֿועות", "סוף זומער און ימים־נוראים", "די אויסגעלייזטע ספֿרי־תּורה" "ונתנה תּוקף" און "יום־כּיפּור צו מנחה".
די ערשטע "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע" שולן האָבן זיך צעטיילט: ס'רובֿ זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין די ציוניסטישע "פֿאַרבאַנד"־שולן; די אַנדערע האָבן זיך צונויפֿגענומען און געשאַפֿן די "שלום־עליכם"־שולן, וואָס זענען אין גיכן פֿאַרבונדן געוואָרן דורכן "שלום־עליכם־פֿאָלק־אינסטיטוט". איינער פֿון די ערשטע בויערס, פֿײַוול האָלשטאָק, האָט געגרינדעט "קעמפּ בויבעריק" און רעדאַקטירט דעם ערשטן יאָרגאַנג פֿונעם "קינדער־זשורנאַל" אין 1920—1921. שמואל ניגער האָט דערנאָך לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער רעדאַקציע (לכל־הפּחות 25 יאָר) פֿונעם זשורנאַל, וואָס דער "פֿאַרלאַג מתּנות" האָט אַרויסגעגעבן ביז די 1980ער יאָרן.
אַפֿשר אַ דאַנק ניגערס רעדאַקציע, האָבן די בעסטע ייִדישע שרײַבער אין לאַנד אָנגעהויבן זיך דרוקן אינעם "קינדער־זשורנאַל". אייניקע האָבן זיך דערמאָנט מעשׂיות פֿון אַ מאָל און זיי באַאַרבעט אין פּראָזע, צי פּאָעזיע, זיי איבערדערציילט. די אַנדערע האָבן געשריבן מיט אַ פֿאַנטאַזיע, וואָס וואָלט נישט געפּאַסט פֿאַר דער "דערוואַקסענער" ליטעראַטור. אַ טייל שרײַבער, ווי לעאָן עלבע, האָבן זיך קונה־שם געווען, נאָר ווי קינדער־שרײַבער און זייערע ווערק ווי עלבעס "ייִנגעלע רינגעלע" זענען געוואָרן שטאַרק באַליבט בײַם תּלמיד.
די קינדער־זשורנאַלן האָבן נישט אויסגעמיטן צו דערציילן די קינדער וועגן די ווייטיקדיקע בשׂורות פֿון דער וועלט. אינעם אַפּריל־מײַ נומער, 1944, פֿונעם "קינדער־זשורנאַל", אַ יאָר נאָכן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, האָט יעקבֿ גלאַטשטיין געדרוקט אַ דערציילונג "ייִדל מיטן פֿידל" וועגן די ייִדן אין געטאָ. אינעם זעלביקן נומער קען מען לייענען מרים ראַסקינס דערציילונג וועגן אַ ייִנגל פֿון דער שארית־הפּליטה — "דער שטילער דוד", און דאָס טרויעריקע "וויגליד 1944" פֿון י. י. סיגעל.
ס'טראָגט אַוועק דעם פֿרומען ניגון
אין דער וויסט דער בלוטיקער שטראָם.
כ'טו נאָך שטילערהייט פֿאַרוויגן
מײַן קליין ייִנגעלע אַבֿרהם.
דער "אַרבעטער־רינג" האָט אין גיכן נאָכגעיאָגט די אַנדערע שול־באַוועגונגען און געוואָרן די גרעסטע פֿאָלקשול־נעץ. זייער וווּנדערלעך שיינער זשורנאַל "קינדערלאַנד" איז אין 1934 געוואָרן די "קינדער־צײַטונג", וואָס איז אויך אַרויסגעגאַנגען אַ סך יאָרן. "יונגוואַרג" פֿונעם "ייִדישן פֿראַטערנאַלן פֿאָלקס־אָרדן" האָט רעדאַקטירט איטשע גאָלדבערג און האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין 1937. דער זשורנאַל האָט אַרײַנגענומען כּלערליי קעסטל־ און ווערטער־שפּילן, ווי אויך אַרטיקלען וועגן דעם אַרבעטער און זײַן קאַמף פֿאַר אַ בעסערן לעבן.
גענוג אָרט אויסצורעכענען אַנדערע זשורנאַלן, סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, סײַ אין קאַנאַדע, מעקסיקע, און דרום־אַמעריקע האָט מען נישט. נאָר לאָמיר צום סוף דערמאָנען דעם קינדער־זשורנאַל "אַרגענטינער בלעטער", וואָס האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין 1948 ביז די 1960ער יאָרן. אין אַרגענטינע האָט מען געהאַט שאַפֿערישע ליטעראַרישע און קינסטלערישע כּוחות וואָס, כאָטש זיי זענען ס'רובֿ אַמעריקאַנער געווען אומבאַקאַנט, האָבן אַ סך בײַגעטראָגן צו דער יִידישער קינדער־ליטעראַטור. אין דעם 100סטן יאָר נאָך דער גרינדונג פֿון די וועלטלעכע שולן אין אַמעריקע, לאָמיר געדענקען די גרויסע אויפֿטוען פֿון אונדזערע קינדער־זשורנאַלן!