מוזיק
דער משפּחה־אַנסאַמבל — בנימין שעכטער מיט די טעכטער אין ישׂראל
דער משפּחה־אַנסאַמבל — בנימין שעכטער מיט די טעכטער אין ישׂראל

אָט דער געלונגענער טיטל פֿאַררופֿט זיך פֿאַרשטענדלעך אויפֿן אויפֿטריט אין ישׂראל פֿון אַן אייגנאַרטיקן געזאַנג־אַנסאַמבל: בנימין שעכטער און זײַנע צוויי יונגע טעכטער, וואָס פֿירן אויס אַ פֿילפֿאַרביקע פּראָגראַם פֿון ייִדישע קינדער־לידער. גלײַך פֿון אָנהייב ציט צו דעם אויפֿמערק דער אײַנפֿאַלערישער און ריכטיקער געדאַנק, אַז די קינדער־לידער זאָלן אויפֿגעפֿירט ווערן דווקא דורך קינדער; איבערהויפּט, ווען די שעכטער־טעכטער, ריינאַ (15 יאָר) און טעמע־ליבע (10 יאָר), זײַנען צוויי חנעוודיקע מיידעלעך, מיט קלינגענדיקע האַרמאָנישע שטימען, וואָס ווייסן ווי אַזוי מען פֿירט אויס אַ ליד און וואָס פֿאַרשטייען זייער גוט דעם זין פֿון געזונגענעם טעקסט.

אינטערעסאַנט צו וויסן ווי אַזוי האָט זיך עס אָנגעהויבן? וואָס זײַנען געווען די פֿאַקטאָרן וואָס האָבן געבראַכט צום אויפֿשטײַג פֿון דעם דועט "די שעכטער־טעכטער"? דורך אַ קורצן געשפּרעך מיט בנימין שעכטער, דעם מוזיקאַלישן דירעקטאָר און פּיאַנע־באַגלייטער פֿון איצטיקן געזאַנג־ספּעקטאַקל, דערוויסן מיר זיך אייניקע פּרטים בעת זייער אויפֿטריט אין תּל־אָבֿיבֿ, אין "בית־לייוויק".

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן פון דער "פּריפּעטשיק־שול"; געווען אַמאָל אַ שול מיט אַזאַ אינספּירירנדיקן נאָמען אין ניו־יאָרק — "פֿאַר קינדער וואָס די עלטערן, אָדער כאָטש איינער פֿון זיי, האָט גערעדט נאָר ייִדיש מיט די קינדער", גיט איבער בנימין שעכטער "אויף איין פֿיס" ווי מ׳זאָגט, די אַנטוויקלונג פֿון זייער משפּחה־אַנסאַמבל. די דאָזיקע שול, וואָס האָט געגרינדעט די איצטיקע "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטערין רחל שעכטער אין די 1980ער יאָרן, איז געווען פֿון אָנהייב אַ טעאַטער־גרופּע, וואָס האָט זיך פֿאַרוואַנדלט שפּעטער אין אַ ייִדישער שול. דער פּראָיעקט דורכצופֿירן מיט די שולקינדער קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער איז געקומען שפּעטער, נאָך דעם ווי די ספּאָראַדישע אויפֿטריטן פֿון די שולקינדער זענען געקרוינט געוואָרן מיט אַן אומדערוואַרטן דערפֿאָלג און ס׳איז געמאַכט געוואָרן דער פֿילם: "פּריפּעטשיק־קינדער זינגען", וווּ ריינאַ, בײַ אירע 5—6 יאָר, האָט זיך אַנטפּלעקט ווי אַ פֿולקאָמער קינאָ־סטאַר.

ביז איצט האָבן מיר נאָך נישט דערמאָנט דעם עלטערן ברודער דניאל שעכטער, הײַנט אַ צײַטווײַליקער תּלמיד אין אַ ישיבֿה אין ירושלים; אָבער אין זײַן קינדהייט־תּקופֿה האָט ער געהאַט אַ שיינע שטים צו זינגען. באַוויזן האָט ער עס בעת דעם דעביוט מיט זײַן שוועסטער ריינאַ, טאַקע אין געזאַנג־ספּעקטאַקל וואָס מ׳האָט דעמאָלט אָנגערופֿן, פּונקט ווי דעם הײַנטיקן: "ווען די זיידעס און די באָבעס זײַנען קינדער געווען". נאָר דאָס נאַטור־געזעץ האָט זיך אַרײַנגעמישט. דניאלס שטים האָט זיך געענדערט, און ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן געזאַנג־קאַריערע. אין צווישנצײַט, איז אונטערגעוואַקסן די ייִנגערע שוועסטער טעמע; איר אַרײַנטרעטן אין דעם משפּחה־אַנסאַמבל איז דורכגעפֿירט געוואָרן פּשוט און נאַטירלעך, בעיקר, איבער אירע אײַנגעבוירענע פֿעיִקייטן צו זינגען און צו שפּילן. אין 2008 איז אין פּאַריז דורכגעפֿירט געוואָרן, מיט גרויס דערפֿאָלג, דער דעביוט פֿון די שעכטער־טעכטער מיט זייער געזאַנג־ספּעקטאַקל.

אויך אין ישׂראל האָט דערגרייכט גרויס דערפֿאָלג די פּראָגראַם "ווען די זיידעס און די באָבעס זײַנען קינדער געווען", בעיקר, ווײַל ס׳איז שווער נישט נתפּעל צו ווערן פֿון די שעכטער־שוועסטער, פֿון זייער חנעוודיקן ייִדיש און פֿון זייער מוזיקאַלישקייט. צונויפֿגעשטעלט די פּראָגראַם האָט בנימין שעכטער, אַ דערפֿאַרענער מוזיקער וואָס האָט שוין קאָמפּאָנירט און אויפֿגעפֿירט ייִדיש־ענגלישע פּראָגראַמען; הײַנט, צווישן אַנדערע מוזיקאַלישע אויפֿטוען, איז ער אויך דיריגענט פֿונעם ייִדיש־פֿילהאַרמאָנישן כאָר אין ניו־יאָרק. די באַקאַנטע לידער, וואָס שטעלן פֿאָר אַ טייל פֿון אייביקן אוצר אין דעם רײַכן געזאַמל פֿון ייִדישע קינדער־לידער, האָט בנימין שעכטער צעטיילט אויף באַזונדערע קינסטלערישע עפּיזאָדן: לידער געזונגענע דורך ייִנגלעך; לידער געזונגענע דורך מיידלעך; מ׳דערציילט וועגן די קינדער; די חדר־ייִנגלעך און "קינדער פֿון חורבן". פֿאַרענדיקט דעם געזאַנג־ספּעקטאַקל האָט מען מיטן האָפֿענונגספֿולן "יוגנט־הימען" פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי.